בלאט 1 פון 1

אדיקטעט צום טעלעפאן און די ברילן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:24 pm
דורך העניך
"ביסט אדיקטעד צו דיין טעלעפאן!" וויפיל מאל האט איר שוין געהערט דעם געזאנג? "א גאנצן טאג ביסטו מיט'ן קאפ אראפגעבויגן, קוקסט און ווישסט – גענוג געווען! נעם דיך אין די הענט אריין!"

אוודאי איז פאראן אזא מושג פון זיין אדיקטעד צום טעלעפאן, אבער כ'וויל בארירן א נקודה למחשבה. ווען מ'רעדט פונעם "טעלעפאן", רעד מען ווי ס'וואלט געווען א כלי וואס טוט א געוויסע פונקציע, און מ'איז אדיקטעט דערצו. דער אמת איז אבער אז מ'איז באשעפטיגט מיט'ן טעלעפאן אזויפיל שעות פון טאג, נישט ווייל מ'איז אדיקטעט צום טעלעפאן, נאר ווייל דער טעלעפאן נעמט היינט אריין אזויפיל זאכן וואס מ'פלעגט אמאל אמאל טון אן דעם טעלעפאן, נאר היינט געפונט זיך אלעס אין איין כלי.

כ'בין אדיקטעט צום טעלעפאן? ניין, כ'בין אדיקטעט צו א שלל פון טאג-טעגליכע פונקציעס וואס צוליב דעם היינטיגן טעכנאלאגישן פארשריט געפונען זיך די אלע פונקציעס אין איין קליינעם מאשינקע. מיט'ן טעלעפאן טו איך שמועסן, טשעטן, שיקן בריוו, כאפן בילדער, קאלקולירן, האלטן מיין סדר היום, סארטירט מיינע דאקומענטן, לייענען ביכער, זיך דערהיינטיגן מיט די נייעס, שרייבן, קויפן, פארקויפן, שרייבן נאטיצן, הערן מוזיק, קוקן ווידעאס, נעוויגירן, רעקארדירן, שפילן, און נאך. איר זעט, דאס אלעס טו איך אויפ'ן טעלעפאן דורכאויס דעם טאג, טא, ווי איז שייך צו זאגן אז כ'בין אדיקטעט צום "טעלעפאן" ווי עס וואלט געווען איין צוציענדער פונקציע? אן דעם טעלעפאן וואלט איך אויך געווען פארנומען פילע שעות פון טאג צו טון די אלע פונקציעס.

על דרך משל, ווי יענער וואס טענה'ט אז איר זענט אדיקטעט צו אייערע ברילן, ווייל דורכאויס דעם גאנצן טאג הערן איר נישט אויף צו קוקן אויף אייערע ברילן. איר וועט אבער יענעם אפלאכן און מסביר זיין אז מיט די ברילן קוקט איר אויף טויזנטער אנדערע זאכן...