פורים מיט פראדיקטבל ברילן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

פורים מיט פראדיקטבל ברילן

שליחה דורך פליקער »

פורים מיט פראדיקטבל ברילן

ווי אלע ווייסן שוין איז די יום טוב פורים מיינס א פעווערעד, איך גלייך זייער דעם יום טוב מחמת א צאל סיבות, עטליכע זענען באוויסט, פשוט ווייל מען עסט און מען טרינקט און מען לאזט זיך וואויל גיין, איך גלייך זייער די אלע פארשטעלעכצער, אויך די געלט טיילעכץ ווי אלע אלמנות יתומים און אלע חתונות ווערן אויפגעראכטן, בקיצור ווען א גאנץ יאר איז וועין פורים, וואלט זיכער געוועין גיט, מנהסתם ווען משיח קומט וועט זיין פורים א גאנץ יאר.

עס קומט מנחה צייט ווען מען ברויך גיין אין שיל מנחה מיט מגילה, דער ערשטער געשלעג הייבט זיך אן ווען מיין קליינע קען נישט געפינען זיין גאן, ער נעמט ווארפן זיין טאנטראם, מאכט יעלות, עס העלפט נישט מיין געבעיט, איך וויין צונעם אז איך פאסט, איך בעט זיך ביי אים ער זאל מיך שניידן לויז, איצט איינמאל מיך נישט אויפרעיגן, ער וויל נישט גארנישט וויסן, אבער די גאנצע צייט באמערק איך נישט ווי מיין אנדערע זין, איז פארשמירט, ער האט געשפריצט ספרעי פעינט אויף זיין האר ווייל מען זאל אים נישט דערקענען, איך כאפ מיינע זאכן און שריי אויס מען גייט, אבער ער זאגט אז מען גייט אים דערקענען, איך פרעיג ווער ער איז ווייל איך דערקען אים נישט, אבער עס גייט קוים, איך מיז שווערן מיטן שם המפורש אז המן אליין האט נישט אזוי המן'דיג אויסגעזעין ווי ער.

איך וויל שוין אהיים נאכן אויסקלאפן המן ווי עס ברויך צי זיין, שוין נישט דא קיין זכר פון קיין סנעפס, און איך וויל קוים עפעס אין מויל אריין, אבער מיין נעפיו שטייט שוין ביים טיר, ער האט זייער א וויכטעגע צוועק, ער נעמט זיך אינטער אז אינטער א פיפציגער גייט ער נישט אוועק, ער איז א נאטראלער נעכס פון געבורט, קיין צוויי ברירות האב איך נישט אויב וויל איך קענען אויספאסטן.

איך שטיי אלע מאל אויף בהשכמה, ווייל אזוי האט זיך מיין פאטער געפירט, איך שטיי אויף גראד ווען איך דערווערק מיך, איך בין שוין אויף ב"ה און איך נעם מיט מיין פעקל סינגל'ס מיט קוואדערס דיימס און אפילו ניקלס ווען איך קען איינעם אריין נערן, איך האב זיך גיט דערלענט דעם פאך, איך האלט א קוואדער אויבן און אינטער דעם א ניקל, איך ווייז דעם קוואדער, אבער איך מאך זיכער אז איך כאפ זיין בליק און דאן שמיר איך אריין פאכמאניש די באהאלטענע ניקל, עס שפירט גיט, ביז איין מאל איז געוועין מיין שכן'ס זין איך ער האט געגעיבן א פלינקע נעם די אנדערע ליידיגע האנט, און מיין ניקל איז נתגלה געווארן, זייט געמאלטץ בלאזט ער אויף מיר.

גלייך נאך די מגילה ווען איך בין שוין נקי מכל הייבן אן ארים קרייזן די געלע ענוועלאפן אויפגעשריבן מיט גרויסע ווערטער מתנות לאביונים בו ביום, דאן זענען שוין מיינע נערווען אויפן שוועל פון מאכן פארשידענע ווילדע באשלוסן, איך רייס אהיים שוין מיט כעס, מיינענדיג אז איך וועל קענען שטעלן מיינע נערווען ליפטערן, אבער דאס איז א גרויסע נאיווע טעות, שוין בעסער געוועין ווען איך בלייב אין שיל זיך ספראווען מיט די געלע ענוועלאפ אידן, עס הייבט זיך אן מיט די גיין צו די רביס און טיטשערס, די שכנים זאמלען זיך ציזאם, יעדער איינער מיט זיין שלאכמנה, יעדער איינער ברויך זיין ביסל עטענטשן, סווילט זיך מיר דאן איך וויל נישט זאגן וואס, מיינע פיס ווערן שטייפ פאר נערוועיזיקייט און הינגער, אבער קיין סך העלפט עס נישט, מיינע קינדער זענען שוין אויסגעפימפט צי גיין צים רבין, יעדער איינער פארשטייט זיך וואוינט אויפן אנדערן עק שטאט, יעדע רבי מיט די זעלבע זויערע וויצען, ווער איז דאס איך דערקען נישט די אינגעל, קום אהער איז דאס בערי, ניין מוישי, ניין, אה מענדי, יוש ביזטו גיט פארשטעלט, לאמיך דיר געיבן א פעקעלע, אן אנדערע ווערטער מיינט ער צי זאגן, געב אהער דיין טשעק און פיץ אפ איידער איך צייל דריי, אויב ווילסטו נישט אפשניידן ווי המן ווען ער האט געפירט מרדכי.

איך זיץ אין טרעפיק אזש אז איך וויל פארטיליגן מיין קאר, איך האב שוין ביטער חרטה אויפן גאנצען עסק דא, אבער פון נאשן די אלע שלאכמנות וואס זיצען שוין אויפ די גראסערי שעלפס זייט אינמיטן שובבים, הייבט מיין בויך אן ביטער צי רייסן, און דא פונקט אינמיטן טרעפיק מיט אלע קינדער אין קאר, הלוואי ווען איך קען בעיטן די רבי רשות צי ניצן זיין סקיסע, ווי אזוי גיי איך מאכן די וועיג אהיים, איך האב נאך אכט סטאפס.

שוין אויסגעבראכן אלעס ב"ה, מען גייט שוין באלד איבער ליינען די מגילה, מען ווארט נאך אויף עטליכע שכינות, מען האקט און מען זעצט, פונקט האט איין מאביל זיך אפגעשטעלט פארנט פון מיין פענסטער, און זינגט אויפן מייק אפילו בהסתרה, נא ני נע שרייען די פרויען, מען קען נישט הערן קיין ווארט, איך זאג ווייטער, זיי שרייען מרדכי מרדכאי, דאס הערן זיי יא, קעניינעהרע סא נייס געוועין די מגילה, געוועין אזא שיינע מעשה, איך האב אינזין דעמאלץ אלע צעין קינדער בנשימה אחת, די לעצטע מיניט זאך איך אנטיל נעקסט יער א פרייליכן פורים אויב משיח וועט נישט קומען, מען גייט שנעל עסן ווייל מען גייט שוין באלד צי באבי.

טאטי ווען געסטו מיר פורים געלט, באפאלט מיר מיין זין פונקט ווען יעדער איז דארט, קיין מאל געסטו מיר גארנישט, אקעי באלד לאמיך קודם עסן, ווען גייסטו נאך געלט, דיין רבי האט דאך געהייסן אז יעדער מיז אריין ברעינגען הינדערט פיפציג דולר, און ווער עס ברעינגט מער גייט אריין אין א גורל אויפ א פארקער פען, ניין טאטי איך האב היינט פונקט נישט קיין געדילד, געב מיר פליז די געלט, אפשר קען איך דיר ענדערש קופן די פארקער פען, ניין מיין רבי לאזט נישט, ווייל די רבי זכרונו לברכה האט באפוילן אז מען מיז זיך אויסלערנען אריין ברעינגען גרויס געלט.

נאך מיטאג פאלן אריין אפאר שכורים און דרייען איבער דאס הויז, ווער האט דיר געהייסן עפענען, איך האב געמיינט אז עס איז א מאביל, איינער טאנצט אויפן טיש, סימער גיט ווי אזוי ווער איך פטור פונעם, איך מיז אים געיבן וויין, ער מאכט זיך שיכור, ער ארבייט ביטער שווער, אבער ער שפייט און ברעכט, איך טראסקע אים ארויס, קוים איך עפן די טיר, קומען אריין פיר אנדערע עכטע שכורים, עס איז מיר ביטער אינטערן צינג.

אלע שנארערס הערן נישט אויפ צי קלאפן אויפ מיין טיר, ווייל מיין שכן איז אמאל שיעור נישט געוועין א עושר, און געוועין אויף א ליסטע, ער קען ניטאמאל שבת מאכן אן אויפשרייבן, אבער פורים טיילט ער גרויס געלט, ני אז מען שטייט שוין ביי מיין טיר, פארוואס דען נישט אריין באכענען צי מיר, פארוואס עפעס איבערהיפן, עס איז דרך נישט פסח, אזוי האקט כל היום ההוא וכל הלילה, און עס לאזט מיר א נאך טעם ביז מען הייבט אן זאמלען פאר מעות חיטין, אה דארט מיז מען שוין געיבן טשעקס, דאס איז דאך א דאורייתא, ווייל זיי האבן דאך שוין אפילו קרעדיט קארד מאשינען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר