מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך העניך » דינסטאג מערץ 22, 2016 7:35 pm

עס איז נישט קיין סוד אז מאריכואנא איז אין די לעצטע יארן אריינגעקומען מיט א געוואלדיגן קראפט אין דער געזעלשאפט. עטליכע שטאטן אין אמעריקע האבן שוין אפילו מתיר געווען דאס באנוץ פון "סחורה", און אין געוויסע אנדערע שטאטן, ווי ניו יארק, האבן די געזעץ-אינפארסירער אונטערגענומען נייע פאליסיס וועגן נישט ארעסטירן מענטשן וואס רויכערן מאריכואנא.

אין די היימישע געגנטער אין ניו יארק זעט מען און מ'שמעקט לעצטנס גאר א סך מאריכואנא-באנוץ, און יונגעלייט שמועסן אפט דערוועגן. עס איז צייט אויסצושמועסן דעם ענין דא אויף קאווע שטיבל, באגלייט מיט פראקטישע אנווייזונגען.

דער אמת איז אז עס זענען דא ווייניג שטודיעס איבער דער שעדליכקייט פון מאריכואנא. אויבן-אויף זאגן די מומחים אז מאריכואנא איז ווארשיינליך ווייניגער שעדליך ווי פשוט'ער טאבאקא, אבער זיי זענען מודה אז ווייניג איז געטון געווארן דאס צו באשטעטיגן אויף זיכער. עס איז אנגענומען אז מאריכואנא ברענגט נישט קיין אדיקשאן אזויווי אנדערע דראגס און ווי טאבאקא, און איז בלויז א געשמאקע פארוויילונג וואס ס'איז א שאד צו פארמיידן פון הנאה האבן דערפון. דאס איז זיכער אז עס איז ווייניגער שעדליך ווי אלקאהאל, און עס איז נישט דא קיין נארמאלער סיבה אז די רעגירונג זאל דאס פארבאטן. אין דער צוקונפט וועט מאריכואנא ערלויבט ווערן אין גאנץ אמעריקע, און מ'וועט רעדן פון דער יעצטיגער תקופה ווי די צייטן פון דער אלקאהאל פראהיבישן.

עס דארף אבער אויך באטאנט ווערן וואס דאקטוירים און וויסנשאפטלער זאגן, אז עס איז שטארק נישט רעקאמענדירט אז מענטשן אונטער 25 זאלן זיך באנוצן מיט מאריכואנא, היות דער מוח אנטוויקלט זיך נאך, און עס איז נישט כדאי זיך ארומצושפילן מיט דער ריזיקע פון אפעקטירן די נארמאלע אנטוויקלונג פון דעם מוח.

מאריכואנא ברענגט אז דער מענטש זאל ווערן "הויעך" - ענליך צו די עפעקטן פון אלקאהאל, אבער די סענזאציעס זענען דאך אנדערש. עס זענען פאראן אנדערע סארטן מאריכואנא-געוואוקסן, און יעדער סארט ברענגט אנדערע עפעקטן. עס זענען פאראן אזעלכע וואס ברענגען לעבעדיגקייט ווידער זענען פאראן אזעלכע וואס ברענגען א געוואלדיגער רואיגקייט. אין יעדן מצב דארף דער מענטש מחליט זיין וואו ער וויל גיין.

טייל רופן דעם דורכגאנג פון מאריכואנא ווי א "טריפ", א רייזע. און ביי מאנכע קען די רייזע זיין גאר פיינפול און באגלייט מיט געוואלדיגע עמאציאנעלע יסורים. מאריכואנא קען ברענגען פאראנאיע, און מאדנע סענזאציעס איבער דעם גוף וואס קען מאכן דעם מענטש שפירן ווי ער גייט שטארבן, און ווי זיינע מחשבות לויפן אין א מאדנעם ספיראל אן דער מעגליכקייט זיך ארויסצוזען. עס איז רעקאמענדירט אז דער ערשטער מאל וואס א מענטש וויל עקספערימענטירן מיט מאריכואנא זאל ער האבן מיט זיך א גוטן חבר וואס זאל זיין גרייט אים אונטערצושטיצן אויב ער גייט חלילה אריין אין א פיינפולן "טריפ".

טראץ די פארזיכערונגען אז מאריכואנא ברענגט נישט קיין אדיקשאן, איז קלאר אז געוויסע מענטשן ווערן שטארק צוגעבונדן דערצו, און האבן שוועריגקייטן זיך ארויסצוזען דערפון. פאראן אזעלכע וואס ווערן באמת דיספאנקשענעל דורך רויכערן כסדר מאריכואנא, נישט אנדערש ווי מענטשן וואס ווערן צוגעבונדן צום ביטערן טראפן. אויך זענען פאראן אזעלכע וואס ווערן צוגעוואוינט צו די עפעקטן פון מאריכואנא, און שפירן שוין נישט גענוג דעם שטראם פון הנאה, און זיי גייען צו שעדליכע דראגס ה"י.

פאראנטווארטליכע מענטשן דארפן וויסן אז מאריכואנא קען ברענגען געוואלדיגע הנאה און מ'מעג עס פרובירן, אבער מ'דארף זיין באוואוסטזיניג צו די ריזיקעס, און נעמען דעם פולסטן אחריות צו זיין אונטער קאנטראל.

א פרייליכן, הויכן פורים!
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך petergrifin » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:17 pm

די עצם געדאנק אז א בעל חי זאל אריין ציען רויעך און ארויס בלאזן איז אן אבסורד און קען נישט זיין א געזונטע זאך. גראדע איז דא שטודיעס וואס ווייזן אן אז מאריכוונע איז אסאך שעדליכע פון ציגארעטליך צוליב די וועג זיי ווערן געפלאנצט און עס איז נישט די אמאליגע העמפ פון פרעזידענט וואשינגטאן.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך ירא שמים » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:20 pm

פארוואס איז דאס אן אבסורד?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:25 pm

petergrifin האט געשריבן:די עצם געדאנק אז א בעל חי זאל אריין ציען רויעך און ארויס בלאזן איז אן אבסורד און קען נישט זיין א געזונטע זאך. גראדע איז דא שטודיעס וואס ווייזן אן אז מאריכוונע איז אסאך שעדליכע פון ציגארעטליך צוליב די וועג זיי ווערן געפלאנצט און עס איז נישט די אמאליגע העמפ פון פרעזידענט וואשינגטאן.

אויב דאס איז דער פראבלעם קען מען ניצן די ברייט באקאנטע בראוניס
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך petergrifin » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:36 pm

ירא שמים האט געשריבן:פארוואס איז דאס אן אבסורד?

נארמאלע מענטשן גייען ארויס פון א שטוב פיל מיט רויעך איז צי דוקא אריין אטעמען רויען מיט אלע פראבלעימען דאס ברענגט איז אבסורד פאר א מענטש צו טיען.

איך פלעג אויך רייכענען אבער ב''ה איי קוויט!!
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:38 pm

ווי קען מען קויפען ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1878 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2082 מאל

מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:38 pm

הלכה למעשה, ווי האנדעלט מען זיך איין פין די סחורה...?..


מקען יוצא זיין עד דלא ידע.. למהדרין.?
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:44 pm

מען קען קויפען איבעראל פרעג דער דעליווערי מאן וכו' מיט גאר ווייניג השתדלות
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך קאמפיאטער » דינסטאג מערץ 22, 2016 8:49 pm

אהההה האסטו מיר אנגערייצט.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג מערץ 22, 2016 9:50 pm

הערליך שיין צענימען!
כה לחי!

אינטערסאנט אנצומערקן אז רב זאגט פאר זיין זוהן חייא אז ער זאל נישט נעמען קיין דראגס, איז רש"י מסביר די טעם וז"ל: לא תשתי סמא. לא תלמד לשתות סמים מפני שתקבע להון וסת ויהא לבך שואלך ותפזר ממון הרבה.
לכאורה רעדט מען פון מארוכיאנה ווייל די אנדערע זענען דאך שעדליך, זעה מיר אז ס'יא שייך אן אדיקשאן. ואולי נשתנו הטבעים.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך כפתור » דינסטאג מערץ 22, 2016 10:46 pm

ס'האט זיך אויך אריינגעכאפט ביי פרויען.
בעיני ראיתי אפאר מאל, צי ביי א רואיגע זונטיג bbq, אדער ביי א בירדעי פארטי ווי די נשים צידקניות האבן גענומען אפאר "שלעפס".
כ'האב א חבר וואס רייכערט מסתם צוויי מאל א וואך, ער זאגט מיר אז ס'העלפט אים צו קאנצענטרירן, ער זאגט אויך אז די מוזיק הערט זיך אויף א אנדערע דימענשאן נאכן רייכענען.
איך מיין איך גיי שוין נעמען א זשוינט פון אים לכבוד פורים.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 22, 2016 10:49 pm

געהערט לעצטענס אז סאיז דא היימישע סוחרים
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך כפתור » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:16 pm

און מונסי האט מען ארעסטירט עפעס א נ'נח פארן פארקויפן.

ווארט אפאר יאר וועט זיך שוין מאכן ביי עפעס א רבין ביים פורים טיש ווי ער וועט פארייכענען א זשוינט, וועט טיילן שירים, און ס'וועט זיין 'הויעך' יום טוב.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:24 pm

איך בין גרייט... איך זוך נאך דעם חבר...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 22, 2016 11:52 pm

בין איך דער איינציגסטער וואס גלייכט נישט דעם אשכול? ס'איז נישט גוט ברוחניות ובגשמיות. און אודאי איז עס נישט 'פראקטיש גערעדט'. צו וואס סתם אויפרייצן די יונגווארג צו נישט גוטע ענינים? יעדער נארמאלער מענטש ווייכט אפ פון די סארט זאכן.

זוכט אייך נישט צו האבן צו טון מיט צימערמאן און מעגליך פאליציי. לאזט איבער די נידריגע זאכן פאר אנדערע סייטס.

טייערע חברים, זוכט עפעס בעסער אויף דער וועלט. לאזט אייך נישט פארפירן. זייט נישט טועם פון דעם עץ הדעת, כי בנפשכם הוא!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:11 am

שמעקעדיג פאלירט נישט זיין קריספ ער ווערט נישט מיד פון אונז וועלן האלטן אין די רעסלן, הייסט עס אז מיר האבן נאך האפענונג? נו גוט כ'וועל עס איבערגעבן פאר דבורה'ן
פרעגט עטץ אודאי ווער איז דבורה, דער תירוץ איז מיין אשת חיל נאט אייך א לינק:
https://en.wikipedia.org/wiki/Deborah_Read
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 23, 2016 8:46 am

petergrifin האט געשריבן:די עצם געדאנק אז א בעל חי זאל אריין ציען רויעך און ארויס בלאזן איז אן אבסורד און קען נישט זיין א געזונטע זאך. גראדע איז דא שטודיעס וואס ווייזן אן אז מאריכוונע איז אסאך שעדליכע פון ציגארעטליך צוליב די וועג זיי ווערן געפלאנצט און עס איז נישט די אמאליגע העמפ פון פרעזידענט וואשינגטאן.


מקור?
שקר וכזב! ס׳איז נישטא קיין שום פארלעסליכע שטודיע אז מאריוואנא איז שעדליך! אויב יא ביטע צייכן אן פון ווי דו נעמסט עס! איך וויל עס זעהן ביטע, גאר פארקערט! מאריוואנא איז א נאטריליכע מעדיציען פאר צענדליגער זאכן וואס איז דערווייל נישטא קיין שום אלטערנעטיוו! למשל פאר סיזשאורס וואס מ׳טריט מיט דעם היינט אפילו גאר קליינע קינדער, פאר געוויסע מענטשען וואס נעמען קימא רחל איז עס ממש א ישועה ווייל זיי קענען נישט עסען געהעריג ווייל סאיבלט זיי און זיי זענען שטארק Nauseous און דערווייל האבן סייענטיסטן נאכנישט אויפגעקומען מיט קיין בעסערע מעדצין און אויף די היינטיגע מארקעט איז דעס די בעסטע מעדיצן דערווייל פאר איבלען, פאר מענטשען וואס האבן צוקער איז עס אויך שטארק רעקאמאנדירט ווייל ס׳העלפט רעגולירן אז די צוקער זאל נישט ארויפגיין אדער אראפפאלן, און ס׳איז דא נאך אסאך זאכן וואס ס׳העלפט. אין פאקט רוב מעדצינען וואס פייזער און די גרויסע pharmaceutical companies מאכן היינטיגע טעג זענען אסאך ווייניגער געזונט און נאטירלך ווי מאריוואנא! יעדע דריטער אמעריקאנער איז דיגנאט מיט אנטי דיפרעיסע אדער ADHD און דאקטורים שטיפן יעדעם צונעמען די מעדצינען וואס מ׳ווערט צו דעם שטארק אדיקטעט און מ׳קען עפ רוב קיינמאל אין לעבן מעהר נישט פטור ווערן פון דעם, און ס׳איז קלאר אז סהאט אסאך מעהר שעדליכע כעמיקלען ווי מאריכאוואנע! די חילוק איז נאר אז מאריכוואנע קען יעדער וואקסן ביי זיך אין די בעיקיארד און מ׳דארף נישט אנקומען צו די גרויסע פאראמיסוטיקעל קאמפעניס! ווען פייזער וואלט געקענט מאכן א פילל פון דעם וואלט עס שוין לאנג געוועהן ליגעאל און ס׳וואלט געוועהן קלאסעפייד אלץ א הערב/מעדצינען, נאר וואס דען ס׳איז דא מעהר לאיביסטן אין וואשינגטאן פאר די גיטע סחורה ווי למשל
Adderal, Strattera , Vyance, Clonopin,OxyContin, Lexapro,Prozac ווי מאריכוואנע ווי פייזער קען נישט דערווייל ארויפלייגן זייער חותם/פעיטאן!

מאריכרוואנע קען זיין האט פראבלעמען און פאר געוויסע מענטשען קען זיין אז ס׳איז נישט גיט צונעמען ווייל ס׳קען אין געוויסע פעללער צונעמען די גאנצע motivation און מאכט די מענטש זאל גארנישט וועלן טוהן פראדאקטיוו! אבער נישט וועגן דעם איז עס נישט לעגאל! נאר וועגן א געלט אישו !
עכ״פ זאגן אז מאריוואנא איז ערגער ווי עני אנדערע דראוגס אפילו די וואס מ׳נעמט אפ אין אפטייק איז קלאר נישט אמת!
אסאך סייענטיסטן האבן געפארשט מאריוואנא אין די לעצטע הונדרעט יאהר פון געוויסע באזונדערע שטודיעס און באזונדערע לענדער און קיינער קען נישט אנווייזן אז ס׳איז שעדליך פאר די געזונט פארקערט וואס מעהר מ׳פארשט שטעלט זיך ארויס איז ס׳איז א וואנדערבארע מעדיצין!
און דעס איז איינמאל זיכער ס׳איז צעהן מאהל געזונטער און בעסער פאר די מענטש ווי אלקהאל, סיי אלץ געזונט און סיי אלץ די אפעקט וואס לאזט איבער אויפן מענטש!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך מערץ 23, 2016 9:25 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 23, 2016 9:08 am

ס׳איז דא אסאך צורעדן וועגן דעם, די נערישע טענה אז מאריוואנא ברענגט צי צו אנדערע דראוגס איז שטותים מיט הבלים! און בכלל נישט אמת, א נארמאלע מענטש אפילו ער רייכערט יאהרן לאנג מאריוואנא איז דעס פונקט גענוג פאר אים! נאר ס׳איז דא מענשטען וואס האבן א אנדערע פראבלעם וואס הייסט א אדיקשאן דזשין (לאמיר עס אזוי רופן דערווייל) און זיי ווערן קיינמאל נישט זאט.

חוץ מזה אפילו איינער וואס רייכערט שוין 40 יאהר מאריוואנא קען אריינגיין אין יעדע GNC אדער מעידשאור העלט פאוד סטאר און קויפן צוויי קליינע באטעלך וואס מ׳נעמט דעס איין און סקלינט אויס אלע THC פון די fat cells און פון די גאנצע באדי און ביז א טאג שוויצט מען ארויס די גאנצע מעשה און די נעקסטע מאל ער כאפט איין קליינע צי איז עס מעהר ווי 90 פראצענט אזויווי די ערשטע מאל! (מיליאנען מענטשען טוען דעס פאר זיי דארפן נעמען א דראוג טעסט פאר א אפליקאציע פאר א זשאב וכודומה) מ׳דארף נישט אנקומען צו קיין שעדליכע דראוגס, מענטשען נעמען אנדערע דראוגס ווייל סמאכט זיי א בעסערע פילינג און סהאט אויף זיי א בעסערע אפעקט- גארנישט צוטהן מיט מאריוואנא Per se. נישט יעדער האט ליעב די עפפעקט פון מאריוואנא און יעדע מיני סחורה איז אביסל אנדערש, אסאך מאל קען איין מין סחורה מאכן אז מ׳זאל זיין גאר שטארק לעבעדיג און פאר א צווייטע מענטש קען די זעלבע מין סחורה מאכן די פארקערטע.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 23, 2016 9:22 am

עכ"פ זענען מיר אויף איין בלעטל אז דאס דארף זיין רעגולירט און קאנטראלד, צי ביי דאקטוירים אדער א נוטרישאניסט; אבער ס'איז נישט אז כל דכפין ייתי וייכול, ס'נישט קיין הפקר וועלט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך פריש וואסער » מיטוואך מערץ 23, 2016 9:34 am

מאריכואנא - הלכהדיג גערעדט

שו"ת אגרות משה חיו"ד ח"ג סי' ל"ה:
"הנה בדבר אשר התחילו איזה בחורים מהישיבה לעשן חשיש (מעראוואנא), פשוט שהוא דבר אסור מכמה עיקרי דינים שבתורה. חדא שהוא מקלקל ומכלה את הגוף, ואף אם נמצאו אנשים בריאים שלא מזיק להם כל כך אבל מקלקל הוא את הדעת ואינם יכולים להבין דבר לאשורו, שזה עוד יותר חמור שלבד שמונע עצמו מלמוד התורה כראוי הוא מניעה גם מתפילה וממצות התורה שעשיה בלא דעת הראוי הוא כלא קיימם. ועוד שהוא גורם תאוה גדולה אשר הוא יותר מתאות אכילה וכדומה הצריכים להאדם לחיותו, ויש שלא יוכלו לצמצם ולהעביר תאותם והוא איסור החמור שנאמר בבן סורר ומורה על תאוה היותר גדולה שיש לו לאכילה אף שהוא לאכילת כשרות, וכ"ש שאסור להביא עצמו לתאוה גדולה עוד יותר ולדבר שליכא שום צורך להאדם בזה שהוא אסור, ואף שלמלקות נימא שאין עונשין מן הדין מ"מ לאיסורא ודאי עובר על לאו זה. ואיכא גם הטעם דאיכא בבן סורר ומורה שסופו שילסטם את הבריות כדאיתא בסנהדרין בפ' בן סורר (ס"ה ע"ב). ועוד שהאב והאם של אלו שמעשנין זה מצטערים מאד אשר עוברין על מצות כבוד אב ואם. ועוד איכא איסור העשה דקדושים תהיו כפירוש הרמב"ן בחומש, וגם הם גורמים לאיסורים הרבה אחרים לבד זה. סוף דבר הוא פשוט וברור שהוא מאיסורים חמורים, וצריך להשתדל בכל היכולת להעביר טומאה זו מכל בני ישראל ובפרט מאלו שלומדין בישיבות" ע"כ.

ס' אוסרי לגפן (חלק ח' עמוד שצ"ד) מה"ר יהודה שיינפלד, מביא מה ששאל מרבו ה"חלבן" (הר"ח כהן ז"ל):
"וא"ל על סמים אלו ש"איסור גמור מה"ת, דיש בהם רוח טומאה וגורם לפגה"ב במזיד או בשוגג לכל מי שיקח אותם, בין איש בין אשה כו', והקדמונים ידעו מהם והשתמשו בהם רק לצרכי רפואה ובסוד כו'", עיי"ש.

אמנם יש חולקים:
בשו"ת והשיב משה סי' מ"ד: "שעישון סמים אלו אין בהם איסור תורה, כיון שראינו שכמה עשנו ולא ניזוקו. ואעפ"כ יש לאסור מפני טבע ההתמכרות (addiction)".
פריש וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 23, 2016 9:37 am

שמעקעדיג האט געשריבן:עכ"פ זענען מיר אויף איין בלעטל אז דאס דארף זיין רעגולירט און קאנטראלד, צי ביי דאקטוירים אדער א נוטרישאניסט; אבער ס'איז נישט אז כל דכפין ייתי וייכול, ס'נישט קיין הפקר וועלט.


פונקט אזויווי אלאקהאל און ציגרעטלעך! אפשר זאל די גאווערמענט אויך רעגילירן וואס איך זאל עסן פאר פרישטיג ? ווער איז די גאווערמענט איינצוטיילן פאר ערוואקסענע מענשטען וואס צוטוהן מיט זייערע אייגענע פריוואטע לעבן? ווייל זיי מאכן נישט קיין געלט אויף דעם? ווייל ס׳איז גדילי מן הארץ און ס׳וואקסט אויפן בוים אלזא פארלירן זיי די קאנטראל און קענען נישט ארויפלייגן קיין הויכע שטייערן אויף דעם?

יא! איין זאך יא אפשר זאל די גאווערמענט רעגולירן וואל סטריט! און די אלע cocaine פארטיס וואס זיי מאכן דארט אין זייער פאלאצן טאג איין און טאג אויס!

אפשר זאל אבאמא איינטיילן די בירגער וועלכע קאליר זאקן מ׳זאל גיין אנגעטוהן?
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך מערץ 23, 2016 10:54 am

דער אגר"מ איז א פלא והפלא. יעדע איינע פון זיינע נימוקים כמעט קען גענוצט ווערן צו אסר'ן ציגארעטלעך און אלקאהאל פונקט אזוי.

דער חלבן לעבט שוין נישט? און פארשטייט זיך אז עס איז נישטא קיין שום מקור (דער קיצושו"ע איז דער ערשטער אויפצוקומען דערמיט, און אין ש"ס ובעיקר די פוסקים לגבי עיו"כ איז קלאר אז דאס האט דייקא נאר מיט עיו"כ, און אויך נאר אלס עצה טובה והמלצה, וגם שם זה סותר עם מה שנקטו האחרונים דבלא הרהור לית לן בה ואכמ"ל) צו אסר'ן צו עסן עפעס וואס איז גורם חימום.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2130
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך יעלה ויבא » מיטוואך מערץ 23, 2016 12:41 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאפיטאן אום מיטוואך מערץ 23, 2016 2:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אומלעגאל
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:13 pm

בין איך דער איינציגער וואס איז געשטערט פון אזא אשכול, איך גלייב אז נישט.

איך בעיט ברחמים מען זאל אזא אשכול מאכן עד דלא ידע אז עס האט אפילו עקזעסטירט @קאפיטאןדא האסטו דיין ערטשטע אויפגאבע.

צי עס איז שעדלעךצי נישט סייענטיפיקלי וועל איך לאזו פאר סייענטיסטן, אבער ווען די מציעות פראסקעט און פנים ברויך מעו צי קיין סייענס נישט צוקימען

די פאקט איז אז די הויעך רויכערער און טרינקער, פריער צי שפעיטער פארלירען זיי די מידות אנישית, זיי ווערן ווייניגער סאציאל, און איז בדוק ומניסה אז קיין שלום בית קענעו זיי נישט האבן.

צי עס איז עדיקטיוו ווער ווייסט אבער די פאקט איז איז עס האט זיך פארמערט ריהעביליטאציע צענטערן פאר וויד אדיקטעד פערזאנען ביי די איגענטליכע צי שטוינענדע ציפערן

אלע אפילו די גיטע פון זיי ווערן פארוואנדעלט און געמיינע, און זיי פאלן אוועק פון די סקול סיסטעם

אלע האום לעס וואס איר זעיט אין די גאס האבן אנגעהויבן מיט איין דזשוינט.

ורבים חללים היפילו
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1689
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3615 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:15 pm

פליקער, 100 מיליאן אמעריקענע רייכערן מאריוואנא פון צייט צייט, וויקענדס, וכודומה! גארנישט מיט האומלעיס צוטהן, ס׳איז זייער א נארמאלע זאך היינט (פרעג דיין רבי -רענדי)מ׳דארף עס טוהן מיט ריספאונסעבעלטי,און נישט איבערציען דאס שטריקל, און ווען מ׳איז ארומגענומען מיט גיטע חברים ספעציעל די ערשטע מאל. ס׳איז גארנישט ערגער ווי אלקהאל! די סייט וואס דו ברענגסט אראפ אז ס׳איז שעדליך איז בולשעס און נישט סופארטעט ביי די סייענס קאמיונטי און קיין נארמאלע דאקטורים! (גלייב נישט יעדע סייט, כהאב געמיינט רענדי האט דיך שוין דעס אויסגעלערנט) ס׳איז דא מעהר מענטשען וואס האלטן אז אנטיביאטיק איז שעדליך ווי מאריוואנא! איך זאג נישט אז מ׳זאל עס טוהן! אבער ליגענט טאר מען אויך נישט זאגן,איז נאכאמל! מאריוואנא לויט היינטיגע סייענס איז צעהן מאל בעסער און געזונטער ווי אלקהאל! פרעג עני דאקטער!
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3527 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט