מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:42 pm

@שבת אחים דו שרייבט שקר וכזב. ווי האב איך געשריבען אז עס איז ערגער פון אנדערע דראגס? איך האב געשריבען אז עס איז ערגער פון ציגארעטליך.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:43 pm

איז דאס ק״ש? זענט עטץ אלע צומאזיק׳ט?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2134 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:45 pm

א שנעלע גוגל
http://www.thenewamerican.com/world-new ... of-studies

ווען איך גיי האבן צייט עליך דיר ברענגן נאך
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך מערץ 23, 2016 2:53 pm

איך ווייס אויך אז אנטיביאטיק איז שעדלעך דעריבער רעקאמענדיר איך עס נישט נאר סיידן איר האט א סטרעפט און א יורין אינפעקציע אדער א אויער אינפעקשן אדער סיי וועלכע אנדערע אינפעקציע.

אבער צי נעמען און רעקאמענדירן די סובסטאנץ פאר אונז איז א גרויסע עוולה צי טיען.

איך האב נאר אנגעכאפט איין סייט, כדי לשבר את האוזן, איך האב באזירט מיין מיינונג בעיסט אוו מיין עקספיריענץ. (ווער ספארשטייט פארשטייט)
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג מערץ 25, 2016 1:26 pm

איך האב נישט געעפנט דעם אשכול צו רעקאמענדירן מאריכואנא פאר קיינעם, נאר ארויפצוברענגען אויפ'ן טיש דעם ענין וואס מ'רעדט דערווייל דערפון נאר אונטער'ן טיש. עס איז הונדערט פראצענט לעגאל צו רעדן וועגן מאריכואנא אויף א פראקטישן אופן, און עס איז נישט שלעכט צו האבן א נארמאלע דיסקוסיע איבער דעם ענין. עס איז קיינמאל נישט גוט אז א סוגיא בלייבט באגראבן און געשישקעט בלויז מפה לאוזן. מ'דארף עס ברבים אויסשמועסן און ארויסברענגען די צדדים לטוב ולמוטב.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג מערץ 25, 2016 3:10 pm

נישט ממש ריכטיג. אויף ברענגען און דיסקוסירן א טאפיק פון וואס קיינער - אדער א גרויסע מאיאריטעט - טראכט אפילו נישט, איז יצא שכרו בהפסדו. אזוי טענה'ן די סועסייד אקטיוויסטן, אז ווי ווייניגער מ'רעדט פון די נושא ברבים אלס ווייניגער גייט עס אריין פאר מענטשן אין קאפ ווי א ווייעבל אפשען, און אויב מ'זאל אננעמען אז מאריכואנא האט - כמעט - נאר נעגאטיווע ווירקונגען, כאטש ס'איז בכלל נישט אזוי געפערליך, דאך, אויף דעם זאגט זיך דער שפריך ווארט: "צי וואס זיך אריין לייגן אין קראנקן בעט מיט א געזונטן קאפ"?

סעים גאוס פאר פארנאגראפיע ביים היימישן עולם. אוודאי איז אלס געווען א געוויסע פראצענט וואס פלעגט אויפזוכן די זאכן, זיך לאזן קאסטן פאר מאגאזינען און ווידיא'ס וכדו', אבער פאר רוב ציבור איז דאס בכלל נישט עולה על הדעת געווען. און עס איז בכלל נישט מוכרח אז די אינטערנעט וואלט עס געטוישט, פונקט אזוי ווי די אינטערנעט האט נישט אריין געברענגט מיליאנען אנדערע מושגים ביים עולם. אוודאי, צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, אין אפוטרופוס וכו', אבער סוכ" ס מיין איך מ'קען רואיג זאגן אז 60 אדער 70 פראצענט עולם וואלטן נישט אנגעקומען צו די זאכן ווען נישט די עסקנים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג מערץ 27, 2016 11:32 pm

פאר וועלכער סיבה אין דער וועלט ברויך דער דאזיגער אשכול אפגעשפארט ווערן? שומו שמים צו וואספארא צענזור מ'האט זיך דערקייקלט. זינט ווען מוז מען עפענען אן אשכול וואס געפעלט דוקא יעדן איינעם דא?

לדעתי איז דאס זייער א גוטער אשכול. אז כ'רעד שוין פון מיין דעת, לדעתי זאל מאריוואנא לעגאליזירט ווערן, ואתו עמו פראסטעטוציע. ליתר חירות זאל דער זינלאזער איין-און-צוואנציג יארגאנג פאר אלקעהאל אראפגיין צו אכצן, ספיד לימעטס זאל גיין דיגיטאל, נארמאלע מענטשן זאלן מעגן האבן נארמאלע גאנס און סיעט-בעלטס זאל זיין א מאסט נאר פאר קינדער.

סוסייד זאל זיין העכסט לעגאל דורך שפרינגען פון בריקן, שיסן מיט גאנס, שניידן מיט מעסערס, שריפה, הרג וחנק. ווידער סקילה אדער סיי וועלכער אנדער זאך וואס לייגט אריין א צווייטן אין געפאר, זאל ווערן באהאנדלט בכל חומר הדין.

#יואב_פאר_גאווערנער.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5779 מאל

הודעהדורך Big Boy » מאנטאג מערץ 28, 2016 9:03 am

יואב האט געשריבן:
ספיד לימעטס זאל גיין דיגיטאל,




?
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג מערץ 28, 2016 11:23 am

אז ס'איז דא א שלעכטע וועטער, א שניי שטורעם אדער ווייסעך וואס, דער ספיד לימעט ערלויבט צו פארן כאחד הימים. ווידער אז ס'איז א שיין וועטער, פיר אזייגער פארטאגס און איך יאג אראפ דעם ניינטי פייף, פארוואס זאל איך נישט מעגן פארן שנעלער אויב שפיר איך אז כ'האב קאנטראל? און פארוואס זאל איך אויסשטיין א דאפעלטער שטראף אויב פאר איך העכער דרייסיג אין א קאנסטראשאן זאנע אין וואס מ'ארבעט אפילו נישט אויף דער מינוט און מ'קען פארן יעדער כפי יכולתו? מ'ברויך נוצן קאממען סענס כלפי ספיד לימעטס, והכל לפי המצב. נישט סתם א סיין א קלאץ וואס זאגט ביז וויפיל מ'מעג פארן, און פון דארט און ווייטער באצאלסטו פאר יעדן נומער מיט אן אנדער נומער. און אין א שניי שטורעם, דאס פארקערטע. דוכט זיך אין דייטשלאנד איז פאראן דיגיטאלע סיינס.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5779 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 28, 2016 5:23 pm

יואב האט געשריבן:פאר וועלכער סיבה אין דער וועלט ברויך דער דאזיגער אשכול אפגעשפארט ווערן? שומו שמים צו וואספארא צענזור מ'האט זיך דערקייקלט. זינט ווען מוז מען עפענען אן אשכול וואס געפעלט דוקא יעדן איינעם דא?

לדעתי איז דאס זייער א גוטער אשכול. אז כ'רעד שוין פון מיין דעת, לדעתי זאל מאריוואנא לעגאליזירט ווערן, ואתו עמו פראסטעטוציע. ליתר חירות זאל דער זינלאזער איין-און-צוואנציג יארגאנג פאר אלקעהאל אראפגיין צו אכצן, ספיד לימעטס זאל גיין דיגיטאל, נארמאלע מענטשן זאלן מעגן האבן נארמאלע גאנס און סיעט-בעלטס זאל זיין א מאסט נאר פאר קינדער.

סוסייד זאל זיין העכסט לעגאל דורך שפרינגען פון בריקן, שיסן מיט גאנס, שניידן מיט מעסערס, שריפה, הרג וחנק. ווידער סקילה אדער סיי וועלכער אנדער זאך וואס לייגט אריין א צווייטן אין געפאר, זאל ווערן באהאנדלט בכל חומר הדין.

#יואב_פאר_גאווערנער.

איך האב מורא אויב דאס געשעהט פארלירן מיר דיר פון אונזער שטיבל..

#פארשליסטס_דעם_אשכול
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 10:28 pm

petergrifin האט געשריבן:@שבת אחים דו שרייבט שקר וכזב. ווי האב איך געשריבען אז עס איז ערגער פון אנדערע דראגס? איך האב געשריבען אז עס איז ערגער פון ציגארעטליך.


ס׳איז טויזנט פראצענט לכל הדיעות בעסער ווי ציגרעטעלך, די טאבאקא וואס מלייגט היינט אריין אין די ציגרעטעלך איז געמישט מיט פארשידנע שעדליכע כעמעקילאן, משא״כ ריינע מאריוואנא אראפ פון בוים איז א נאטריליכע מעדיצין וואס קיינער קען נישט נאכמאכן! די גרעסטע פארמאסוטיקעל קאמפאניס האבן פראבירט צומאכן א פיל פון מאריוואנא און זיי האבן נישט מצליח געוועהן.

וועגן וואס דו שרייבסט פריער אז די עצם זאך פון אריין אטעמען רויך איז נישט געזונט איז נישט אמת, ווייל סווענט זיך וואס דו ציעסט אריין און וויפל דו ציעסט אריין, א עוורידזש מענטש דארף נישט געבן מעהר ווי איין אדער צוויי שלעפעס און ער פליט אין די לופטן משא״כ ציגרעטעלך וואס מרייכערט איינס נאכן צווייטן, ווען די שטייסט א האלבע מינוט ביי א רויט לייט אינטער א אלטע טראק וואס געט ארויס רויעך איז עס לכאורה אזויווי אריינאטעמען 100 זשוינטס און א גאנצע קארטן ציגרעטעלך אויפאיינמאל! אונזערע לונגען איז געמאכט אז מיר זאלן קענען אריינאטעמען שעדליכע זאכן למחצה ולשליש, פארשטייט זיך מיט א לימיט, נישט אגאנצן טאג, אבער די ביסל וואס מ׳דארף ציען צי ווערן הויך פון מאריוואנא שאדט עס זיכער נישט, היינטיגע דאקטורים וואלטן עס נישט געגעבן פאר קענסער פאציענטען אויב ס׳וואלט נישט געוועהן געזונט! אלע סייענטיסטן וואס האבן געפארשט מאריוואנא די לעצטע הונדרעט יאהר זאגן אז ס׳איז זייער גיט פאר די מענטש, ס׳קען היילען צענדליגער זאכן, און סמאכט די מענטש פרייליך און געזונט! גרויסע ביזנעס לייט און אסאך סוקסעפול מענשטען רייכערן היינט מאריוואנא.

דער פראבלעם מיט מאריוואנא איז צוויי זאכן:

1)אויב זענט איר א אדיקטיוו טייפ שטייט אוועק פון דעם ווייל סקאסט אסאך געלט!

2)ס׳מאכט אז דער מענטש זאל גארנישט וועלן טוהן פראדאקטיוו און ס׳קען שאטן פאר די פרנסה און פאר אנדערע זאכן

אויב טוט איר עס נאר אמאל אמאל אין א שיינעם חול המועד טאג אדער א וויקענד אין די קאנטרי וכו׳ ארומגענומען מיט גיטע פריינד, איז עס בעסער ווי עני אנדערע דראוג שבעולם און בעסער און געזונטער פון אלקהאל און טאבאקא!

אויב זענט איר נישט סטאבליזירט מיט אייער פרנסה אדער מערידזש איז עס נישט רעקאמאנדירט, ספעציעל נישט א יעדען טאג!
א גיטע געזונטע רייזע!
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:02 pm

דעת תורה האט געשריבן:נישט ממש ריכטיג. אויף ברענגען און דיסקוסירן א טאפיק פון וואס קיינער - אדער א גרויסע מאיאריטעט - טראכט אפילו נישט, איז יצא שכרו בהפסדו. אזוי טענה'ן די סועסייד אקטיוויסטן, אז ווי ווייניגער מ'רעדט פון די נושא ברבים אלס ווייניגער גייט עס אריין פאר מענטשן אין קאפ ווי א ווייעבל אפשען, און אויב מ'זאל אננעמען אז מאריכואנא האט - כמעט - נאר נעגאטיווע ווירקונגען, כאטש ס'איז בכלל נישט אזוי געפערליך, דאך, אויף דעם זאגט זיך דער שפריך ווארט: "צי וואס זיך אריין לייגן אין קראנקן בעט מיט א געזונטן קאפ"?

סעים גאוס פאר פארנאגראפיע ביים היימישן עולם. אוודאי איז אלס געווען א געוויסע פראצענט וואס פלעגט אויפזוכן די זאכן, זיך לאזן קאסטן פאר מאגאזינען און ווידיא'ס וכדו', אבער פאר רוב ציבור איז דאס בכלל נישט עולה על הדעת געווען. און עס איז בכלל נישט מוכרח אז די אינטערנעט וואלט עס געטוישט, פונקט אזוי ווי די אינטערנעט האט נישט אריין געברענגט מיליאנען אנדערע מושגים ביים עולם. אוודאי, צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, אין אפוטרופוס וכו', אבער סוכ" ס מיין איך מ'קען רואיג זאגן אז 60 אדער 70 פראצענט עולם וואלטן נישט אנגעקומען צו די זאכן ווען נישט די עסקנים.


אנטשולדיגט הער דעת תורה, דעס איז טיפיקל ארגעיומענט ביים חרדישע עולם, דעס איז זייער רעטאריק פאר סעקס, רעליגיע, קולטור, היסטאריע, עדזשיוקעישאון, אינטערנעט, מעליסטעישאון, געי רייטס, קלימאט טשעינטש, וכו וכו בעיסיקלי יעדע זאך וואס שטימט נישט מיט זייער אגענדע וועלן זיי עס מאכן פאר א טאבאו! פארוואס זאלן אונזערע קינדער זיין אומוויסנד? ווי גייט עס אונז ברענגען? זאלן זיי אנדערש וויסן דעם אמת און נאכדעם ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי וויסן אליינס וויאזוי צו מאכן די ריכטיגע באשלוס! לערנטס ענק אויס א כלל ״די בעסטע ליגענט איז די ריינע אמת״! מיינסט ווען די קינדער וועלן אויפוואקסען און זיין אין די טינעידזש יארן וועלן זיי אויטעמאטיש אנפאנגן רייכענען מאריוואנא ווייל מ׳האט זיי אויסגעלערנט וואס ס׳איז און די מעלות און חסרונות פון די זאך??? א מכה!

און לאמיר דיך עפעס אנדערש פרעגן אפשר זאל מען זאגן פאר די קינדער אז אלקהאל איז שעדליך??? דעס איז דער אמת! יעדע דאקטער היינטיגע צייטן האלט אז אלקהאל איז שעדליך און א שרעקליכע עדיקשאון צעהן טויזנט מאל ערגער ווי מאריוואנא! פארוואס זאל מען נישט זאגן דעם אמת פאר אונזער קינדער? ווי גיימער אנקומען מיטן ליגענט און מיט ווארפן די זאכן אינטער די קארפעט?
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:46 pm

איך זעה נישט זיי זאלן מאכן 'ציונות' למשל, פאר א טאבו, אדער די פארנאגראפיע וואס מ'קען טרעפן אויף די אינטערנעט. פארקערט, איך זעה כסדר רעדן דערפון.

אמת אז געוויסע זאכן רעדט מען נישט דערפון, טייל מאל צוליב גענצליך זייטיגע סיבות, למשל מאלעסטעישאן וועט מען נאר רעדן צו קינדער ברמז, פאר די זעלבע סיבה וואס טייל ווילן אפילו נישט פאנדרעיזן פאר א מקוה טהרה עמטליך. דאס קומט פון לעבן - און פרובירן / זיך איינרעדן אז די קינדער לעבן - אין עפעס א פארמאכטן באבל. אבער צו זאגן אז דאס איז עפעס א חרדי'שע שיטה נישט צו אויפברענגען אישו'ס, כדי נישט צו עפענען מענטשן די אויגן, דאס האב איך נאכנישט געהערט. מ'זעמיר ליידער נאכנישט אזוי קלוג.

חכמה בגוים תאמין. דאס קומט פון די גוי'אישע אקטיוויסטן, פון די סועסייד פריווענשאן חברה. אגב, דער גערער רבי האט געזאגט די זעלבע זאך וועגן די מחאות אין ירושלים קעגן דעם 'געי פארעיד'. ער'ט גע'טענה'ט אז די מחאות מאכן בלויז אן אז קינדער און אפילו ערוואקסענע זאלן זיך באקענען מיט זאכן וואס זיי האבן אין זייער לעבן נאך נישט געהערט. אנדערע טענה'ן עס דאהי לגבי די מוחים איבער חוקי תועבה.

פוינט איז, אז ס'איז 2 אנדערע ענינים. ס'איז דא אזא באגריף ווי 'שטופן פראבלעמען אונטערן קארפעט', צי צוליב 'נארישע' (פון א אביעקטיוון קוק ווינקל) חשבונות, ווי כבוד המשפחה, אדער זהירות בטהרת המחשבה אויפן חשבון פון די מעגליכקייט אז קינדער קענען א דאנק דעם למעשה ווערן ניזוק טאקע ברוחניות און נאך מער בגשמיות פיזיש און גייסטיש. צומאל איז דאס אפשר סתם צוליב פוילקייט, ווייל מ'האלט באמת נישט ביים טון וואס מ'דארף, אבער דאס שמעקט שוין פון פארדארבנקייט, וואס כאטש עס קען זיין אמת אויף יחידים, עליטע מנהיגים, קארופטירטע וכו' איז דאס נישט ממש אפליקעיבל ווען מ'רעדט פון א גאנצן עולם.

און עס איז נישט מוכרח אז דער וועג פון צופויקן ברבים איז אלעמאל דער בעסערער וועג, יעדע מהלך האט מעלות און חסרונות און מ'דארף קענען וועגן און מעסטן, שכרה כנגד הפסדה. וואס דו וועסט זען - אויפריכטיגע - אקטיוויסטן טון, איז מאכן א קעיס, אויף בויען פארוואס לשיטתם איז, רעדן כסדר פון מאלעסטעישאן, אומפארמיידליך. און טראץ די לכאורה'דיגע סייד עפעקטס, איז דאס גארנישט קעגן די תוצאות פון נישט רעדן. בעת 'זאמד אין די אויגן שליידערער' וועלן סתם שרייען די מעזשיק ווארט 'קארפעט', חרדים וכו' וכו' וכו'.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אפריל 01, 2016 12:23 am

מ׳קען קיינמאל נישט פארלירן מיטן גיין מיטן אמת! אויב האט מען מורא פון דעם אמת איז א סימן אז עפעס טויג נישט! עפעס באהאלט מען דא, מאריוואנא איז א חלק פון די היינטיגע קולוטר אין אמעריקע און איך זעה נישט פארוואס אונז זאלן נישט אויסלערנען די קינדער אז אין אמתן אריין איז עס נישט גיט ווייל מ׳קען ווערן עדיקטעט צו דעם און סמאכט די מענטש זייער פויל אבער דאך פאר געוויסע מענשטען איז עס א מעדיצין! גיי אריין אין יעדע מאדערענע ישיבה אין גאנץ אמעריקע און פרעג יעדע פופצען יעריג בחורל וועגן מאריוואנא און זיי וועלן וויסן צו זאגן וועגן דעם די pros and cons, גיי אריין אין גיבערס אין ביהמ״ד הגדול ווען אלע בחורים האלטן אינמיטן לערנען און רייכער א זשוינט אויפן באלעמער, יעדער וועט זאגן וואס א מין פארשיטינקנע ציגרעטעל רייכערט ער?-סשמעקט געפערליך! מיינסט אז די מאדערענע און יונג איזריעאל קינדער שטיין שוואכער ווי אונז חסידים? איך האלט אז זיי שטייען בעסער מיט אסאך זאכן! (ואין כאן להאריך בזה), אבי שטיין און שבת אחים זענען גיבערס תלמידים קוק ווי זיי זענען אנגעקומען?! ווען איינער וויל ערגעץ אנגעקומען און ער טוט עפעס דערצו וועט ער צום סוף אהין אנקומען! במקום שאדם רוצה לילך מוליכן אותו! זייער נעריש און קינדעריש צו באהאלטן פון קינדער זאכן וואס מיט א קליינע דרוק אויפן קאמפיוטער קענען זיי במילא געוואר ווערן דעם אמת, ענדערש זאלן די עלטערן זיין די ערשטע וואס זאגן פאר די קינדער וואס ס׳גייט פאר אויף דער וועלט און וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די זאך! איך האב געזאגט פאר מיין 16 יעריגע בחור שוין א יאהר צוריק פונקטליך וואס מאריוואנא איז און וואס די מעלות און חסרונות זענען, איך האב אים אויך שטרענג אנגעזאגט אז ווילאנג ער איז אינטער מיין רשות טאר ער נישט טרינקען אדער רייכערן מאריוואנא, איינמאל דו ווערסט אכצן און די ווילסט פראבירן מאריוואנא קום צו מיר און איך וועל דיר פונקטליך זאגן וואס ווען און וויאזוי! אויב ס׳גייט מיר העלפן? דערווייל העלפט עס מיר! ווייל ער רייכערט נישט און טרינקט נישט ווידער געוויסע פון זיינע חברים זיין עידדש וואס זייערע עלטערן האבן נישט מסביר געוועהן פאר די קינדער וואס דא גייט פאר רייכערן אויף כח! מיין זוהן רייכערט נישט!
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אפריל 01, 2016 1:04 am

mevakesh האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:די עצם געדאנק אז א בעל חי זאל אריין ציען רויעך און ארויס בלאזן איז אן אבסורד און קען נישט זיין א געזונטע זאך. גראדע איז דא שטודיעס וואס ווייזן אן אז מאריכוונע איז אסאך שעדליכע פון ציגארעטליך צוליב די וועג זיי ווערן געפלאנצט און עס איז נישט די אמאליגע העמפ פון פרעזידענט וואשינגטאן.

אויב דאס איז דער פראבלעם קען מען ניצן די ברייט באקאנטע בראוניס


ווען מ׳ניצט edibles (בראוניס, קענדיס, טשוקלט, וכודומה) האט עס נישט די זעלבע עפעקט, די וועג וויאזוי די THC ווערט extracted פון פייער/רויך איז אסאך בעסער, ווי אויך פאר געוויסע מענטשען קען נעמען 12 שעה אדער מעהר ביז די עדיביעלס האט א עפעקט, פארדעם זאגן די דאקטורים פאר רוב קענסער פאציענטען אז זיי זאלן לכתחילה עס רייכערן! עס איז הימל און ערד פון רייכערן ביז עסן! און פאר רוב זאכן וועט עס נישט העלפן אזוי גיט אויב מ׳עסט עס.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אפריל 01, 2016 2:11 am

שבת, אוודאי אויב / ווען עס וועט קומען דערצו אז מאריכואנא זאל זיין בהישג יד פון יעדן בחור'ל, אלע סטארס וועלן עס פארקויפן, וועט אוודאי זיין וויכטיג עס צו אדרעסירן און נישט זיין קיין בת היענה. דערווייל, אינעם יעצטיגן מציאות מיין איך אז רעדן דערפון - אפילו דערקעגן - וועט צוברענגען מער מענטשן זאלן עס אנהייבן צו נוצן א דאנק דאס רעדן, ווי די צאל וואס וועלן זיך צוריק האלטן לכבוד'ן אויפקלערן.

אגב, מיש נישט אויס דער שמועס. די גאנצע דיסקוסיע איז נאר בהנחה אז פליקער איז גערעכט, אז מאריכואנא איז טאקע אזוי געפערליך. על הצד אז דו ביסט גערעכט, איז נישט נוגע דער גאנצער שמועס. אדרבה, זאל מען רעדן דערפון און זאל עס דער עולם נוצן אנשטאט ציגארעטלעך, ויאכלו ענווים וישבעו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אפריל 01, 2016 5:28 am

If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אפריל 01, 2016 5:33 am

Bill Maher warns Colorado about responsible use of marijuana
http://www.realclearpolitics.com/video/ ... f_pot.html
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אפריל 01, 2016 5:36 am

If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אפריל 01, 2016 6:17 am

Deputy Drug Czar Admits Alcohol A Greater Health Risk Than Marijuana
http://m.huffpost.com/us/entry/drug-cza ... 32598.html
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך petergrifin » זונטאג אפריל 03, 2016 4:14 am

.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אפריל 03, 2016 5:21 am

די סטאדי איז פון מענטשן וואס נעמען דראגס פיר טעג א וואך אדער מער.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4533 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אפריל 03, 2016 7:36 am

די פראבלעם מיט די אלע סטאדיס איז אז רוב מענטשן אין אמעריקא וועלן נישט מודה זיין אז זיי רייכערן מאריוואנא ווייל אין געוויסע רעכטע צוריקגעשטאנענע סטעיטס קענסטו באקומען צוויי יאהר תפיסה פארדעם! און אפילו אין רוב אמעריקע אויב ארבעטסטו פאר א גרויסע קאמפאני דארפן זיי דורכגיין א דראג טעסט יעדע שטיקל צייט, און וואס רוב מענטשן האבן געוויסע וועגן וויאזוי זיי קלינען אויס זייער באדי פאר די טעסט און אפילו זיי רייכערן אויף כח וועלן זיי נישט מודה זיין. יעדע דריטע אמעריקאנער רייכערט סחורה פון צייט צו צייט, אלע סעלעבערטיס, אלע מוזיקאנטן, אלע דיזיינערס, פראודאסערס, אקטערס, אלע קאלידזש חברה, וכו' וכו'.

ס'איז נישט קיין חילוק וואס די Dailymail זאגט, סייענטיסטן זאגן אז מאריוואנא איז געזונט און גוט פאר די מענטשהייט! ס'איז די מאדערנע אלקאהאל!

נאכאמאל, יעדע זאך אויב טוט מען צופיל פון דעם וועסטו ווערן האומלעס! ספעציעל אלקאהאל, אשע"כ? איז וואס?

חוץ מזה Dailymail איז א רעכטע טאבלויד וואס ברענגט אייביג אראפ נעגאטיווע ארטיקלען קעגן מאריוואנא, כידוע זענען די רעכטע זייער אנטי מאריוואנא פאר א געוויסע סיבה וואס כ'האלט נאך אינמיטן אויספיגורען, אויב איינער ווייסט די סיבה זאל ער ביטע מעלדן, איך קען אויך באשטיין צו וויסן די סיבה דערפון.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג אפריל 03, 2016 10:12 am

די סטאדי מאכן דאך אויך סייענטיסטן, נישט די דעילי מעיל. אבער זיי רעדן בעיקר פון 'פערסיסטענט יוזערס' און 'אביוזערס', נישט סתם איינער וואס לופטערט זיך אויס דא און דארטן. די סברא איז גראדע א פשוט'ע, און פארשטייט זיך אז די זעלבע איז מיט אלקאהאליקער, זיי זענען אויך נישט ממש סוקסעספול אין לעבן.

די רעכטע זענען דערקעגן, ווייל זיי האלטן אז נאר די טאפ 1 פראצענט מעג האבן א ג'וד טיים...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

Re: מאריכואנא - פראקטיש גערעדט

הודעהדורך petergrifin » זונטאג אפריל 03, 2016 2:27 pm

@שבת אחים ס'איז דא אסאך (מיס)אינפארמאציע אנליין דערוועגן אבער איך האב נאכנישט געטראפן א פארלעסליכע שטודיע וואס זאל זאגן קלאר אז רייכענען מאריכוונע זאל ''היילן'' קענסער ל''ע. יא עס העלפט פאר איבלען און אפעטיט אבער אלס א היילונג?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט