ביזנעס אין די נאמען פון חסד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1667 מאל

ביזנעס אין די נאמען פון חסד

שליחה דורך בת קול »

דורך נישטערנדיג די ארכיוון האב איך געטראפן שמועסערייען איבער קאמפעטישן און מאנאפאלי, און עס האט מיר ארויף געברענגט אין זכרון א טעמע וואס איז מיר זייער נאנט צום הארצן.

איך וויל ברענגען צום ארענא די טעמע פון חסד אין די חרד'ישע וועלט.

ס'איז קיין ספק נישט, אז ביי די וועלכע האבן נישט קיין שום פליכט צו טוהן חסד, ווערט עס נאר געטוהן משום כבוד זיכעריי, צוליב אדווערטייסינג מעטאדן, אדער א גילטי אדער גוטע פילינג. ביי אידן אבער, געברויך דאס צו זיין נאר ווייל מיר זענען בעלי רחמנים, גומלי חסדים, און ווייל אזוי ווערט געפאדערט פון אונז. פריוואטע פארדינסטן קומען נישט אריין אינעם חשבון.

איך בין אבער לעצטנס אויפגעשוידערט געווארן, ווען איך האב געדארפט צוקומען צו אפאר חסד ארגענעזאציעס צוליב פרייליכע סיבות, ווי אויך, נישט אזעלכע שמחה'דיגע סיבות. איך וויל נישט רעדן קיין שלעכטס אויף קיין שום איד, און אוודאי נישט אויף די געטרייע וואלאנטירן וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט לשם מצוה. די היינטיגע חסד ארגענעזאציעס זענען אבער געווארן א געהעריגער ביזנעס פעלד, מיט ריכטיגע קאמפאטישין.

איך האב גארנישט אנטקעגן קאמפעטישין. קאמפעטישין איז בעצם א גוטע זאך, אבער נישט ווען מען דילט מיט משפחות וואס זענען שוין פארנומען מיט א פעקל צרות, וואס אויף זיי לאזט זיך עס אויס.

איך האב עטליכע פערזענליכע ביישפילן, אבער אלץ א נייעם מעמבער בין איך נישט קלאר ווי אפען מען מעג דא שמועס'ן אויף קאווע שטיבל.
אויב וועט עס האבן א שטיקל תועלת, און אוועקנעמען אביסל גאוה פון די אלע חסד מאכערס אויפן הויכער טראן, וועל איך פאבליצירן מיין וויי געשריי אויף די אלע אזוי גערופענע כלל טוערס.

ביטע מיר מודעה זיין אויב איר האלט עס וועט עפעס קענען אויפטוהן, און אויב עס איז דא ערלויבט אויסצושמועסן מער באריכות.
.I got voices in my head.

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר