עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

ליידער ביניינו איז דא אידן וואס זענען נישט אזוי מצליח, זיי איז נישט געווען באשערט פרנסה בהרחבה, גיין גוטע אידן אין קלאפן אויפן טיר פון ברייט הארציגע אידן אין מהעלפט אזוי די עני מיטן חתונה מאכן אדער אפי סתם אדורך צו שטיפן ס׳חודש.
כ׳האב לעטצענס מיטגעהאלטן א מעשה ווי מאיז געגאנגען שאפן אפאר טולר פאר א איד א ארבייטס אינגערמאן אבער ער דעקט נישט די הימל שרייעדיגע בודזעט אין זיינע באקאנטע האבן ארויס געהאלפן מיט שיינע נתינות.
כבין געווען אינוואלד אונעם דבר מצווה אלץ גוטע ידיד פונעם נצרך אין מהאט עיהם ב״ה שיין געהאלפן חתונה מאכן באקוועם.
גייט אדורך א צוויי חדשים אין סקומט צו מיר צו א איד וואס כהאב געבעטן א נדבה פאר דע צוועק אין זאגט מיר אין אויער מיט א בייזקייט, ״כוויל צירוק מיין נתינה״. כהאב נישט אפי געדענקט וואס ער רעדט וועגען, סאיז שוין אדורך דריי חדשים אין כהאב נישט געדענקט וועגען די מוגערע 180 טולר טשעק וואס האט געדארפט זיין דידאקטעבעל.
ער דערמאנט מיר ״מיין נתינה פאר חיים זאב, כוויל צירוק״ כקוק עיהם אן מיט קעלבענע אויגן, כאילו די העלל איז דיין פראבלעים.
יא יא די הערסט גוט זאגט ער איבער, א חוצפה חיים זאב האט ארויס גענומען א פולי לודיד אדעסי, עיהם איז נישט גוט די קרייסלער? אין כ׳האב געזעהן זיין ווייב אנקויפן אין לאקאל גראסערי, וואס איז עיהם נישט גוט KRM?
כהאב תיכף ארויס גענומען פון טאש 180 טולר אין עיהם געזאגט, נעם די דיין פארשאלטענע נדבה, שטיק דיך דערמיט, אין הענג דיך אויף, יעצט איז חיים זאב די גארנישט שולדיג, פארשטייט זיך ער האט געטרייט צירוק צודרייען די זייגער, נעה כהאב נאר געוואלט מעורר זיין אז KRM ביליגער בלא בלא בלא....

כוויל פארשטיין, איז א ארימאן מחיוב מיתה? טאר ער זיך נישט אמאל ערלויבן א קלייניגקייט? טאמער וויל עיהם די בעה״ב געבן א אפגרעיד קאר דארך ער אפזאגן? א מין איבעל, דער עני גייט יעצט זיין אונטער א פאגרעסרונג גלאז ביז די טאג ער שטארבט?
איינער האט געפרעגט אין א שכינותדיגע אשכול אויב די אידן וואס נעמען צדקה טאמער זיי קויפן פאר די קינדער טיקיטס צום אונטען שפיל.
די כאפסט וואס פאר א רשעות ליגט דא? טאר נישט דער אינגעל גיין צו א פלעי איינמאל א יאר אזוי ווי אלע אנדערע קינדער פון זיין קלאס???
מרעדט דא וועגען א נישטיגע 40 טולר, וואס פאר א אינגעל קען דאס מיינען אלץ, אבער ער איז נישט בארעכדיגט צו גיין,
אין טאמער די טאטע האט געמאכט מיט עיהם א קאנטעסט אויפ 2 חדשים פון לערנען ברציפות, דארפ די קונד הענגן א צעטיל אויפן פלייצע ״פליז לאסט מיר דא זיין, כהאב עס ערליך פארדינט פון א קאנטעסט״.
מקען נישט נאך קוקן די ארימאן אין שפרינגען יעדער מאל ער ערלויבט זיך צו אטעמען, מקען נישט וויסן די חשבונות, אפשר איז געווען א סעיל אויפ די אדעסי? די זעלבע פרייז ווי קרייסלער? אבער ער מוז יעצט נעמען די קרייסלער ווייל די האסט נעכטן געשריבען א קארגע טשעק אין יעצט איז דיר אינגערמאן מיטן קינדער אונטער דיין אבזערוואציע.
כ׳פארשטיי טאמער א ארימאן איז נישט א בעל אחריות אין איז מנדב יעדער שני וחמישי א פרנס היום פארן גאנצע תלמוד תורה, אין שמייסט ארום מיט א לעקסעס איז צריך בדיקה אבער געווענדליך קענט איר לאזן געמאכט, דיין געלט איז צדקה אפי מאכסט נישט זיכער אז דע נעקסטע צען יאר זאל ער עסען נאר טשיקען פאר סאפער אין ח״ו נישט טועם זיין אמאל פלייש, (פארשטייט זיך ביי א שמחה מעג ער בדיעבד), אויבן אין הימעל וועט די דער טשעקל קעגן קומען אלץ א זכות אפי טאמער זיינע קינדער זענען געגאנגען צום אינטערן פלעי, האסט שטאפענע׳ס ווארט דערויפ
יעצט זיי נישט קיין עסס, געב יענער פלאץ צו אטעמען.


נ.ב. געטראכט פון אוועק לייגן פארן פה סח 2. אבער כהאב זיך נישט געקענט אנהאלטען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שטאפענע קאפעליטש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר