דארף מען זיך שעמען ???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

דארף מען זיך שעמען ???

שליחה דורך ווייל אזוי »

י' ניסן 12:30 ביינאכט

מושי! איך מיין זיי זענען שוין דא, ברענג ארויף די באקסעס נאך פאר די שכנים זעען.
אקעי מאמי, האט מושי געזאגט אויפ'ן וועג אראפ פון די שטיגן צו ארויפברענגען די נאר וואס דעליווערטע "קמחא דפסחא" ארדער.

די אויבענדערמאנטע מעשה שפילט זיך אפ אין אזאך הייזער פאר יעדע יו"ט און שבת, איז יעצט די שאלה ווייל מ'דארף צוקומען צו יענעם דארף מען זיך שעמען, איז דא אויף וואס זיך צו שעמען ?

אין פרק ערבי פסחים זאגט די גמרא אז יעדער דארף האבן וויין פאר ד' כוסות אפילו מן התמחי, זעהט מען אז דעמאלטס איז שוין אויך געווען "תומכי שבת", אין א צווייטע פלאץ זאגט די גמרא אז ס'וועט אייביג זיין ארימעלייט ביי כלל ישראל.

אלזא האט נישט קיין פשט צו ווארטן צוועלעווע ביינאכט און ארויסקוקן פון די ווינדא שעידס ווען זיי קומען אן, און עס שנעל אריינברענגען אין שטוב, און זיך שעמען.

טעיק איט איזי ס'איז היינט א נארמאלע זאך (כמעט אזוי ווי א גט) אז מ'דארף צוקומען צו אנדערע, די נדבנים געבן עס בלב שלום און האט'ס א שמחת יו"ט.

און דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אלע האבן פרנסה בריווח.
בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל.
חג כשר ושמח ושמחת יו"ט.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר