א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אפריל 20, 2016 6:25 pm

עס איז אונז א כבוד און פארגעניגן פארצושטעלן דעם רייכן אויסגאבע “פה-סח II" וואס אנטהאלט א הערליכן ליקוט פון גייסטרייכע ארטיקלען לכבוד יום טוב, ערצייגט דורך די סאמע בעסטע שרייבערס פון קאווע שטיבל, און גראפירט דורכ'ן מייסטער גראפיקער ר' אלקנה.

ארויסצוגעבן דעם פה-סח איז אריין אומגעהויערע כוחות פון טעג און וואכן. עס איז אונזער האפענונג אז די מי וועט זיך אויסצאלן און איר וועט הנאה האבן פון דעם ענדגילטיגן פראדוקט. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם פה-סח אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה. אויך וועט זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן א קאלירטן ביכל אויף אמאזאן, און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

די אויסגאבע ווערט ארויסגעגעבן אן קיין שום זייטיגע אינטערעסען, בלויז צו שאפן פאר אידן אן עונג יום טוב. דערפאר, טוט אלעס וואס איר קענט אז דער פה-סח זאל אנקומען צו ווי מער אידן. שיקט א לינק צו אלע אייערע ידידים און מאכט קאפיס פאר אייערע פריינט אין ביהמ"ד, און זאל דאס פרייהייט פונעם ערליכן ווארט דערגרייכן איבעראל.



א חג כשר ושמח וואונטשט אייער פריינט,

כוכב
בייגעלייגטע פיילס
Pehsach 2d.pdf
(28.15 MiB) אראפגעלאדנט 3424 מאל
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך אפריל 20, 2016 6:26 pm

ערשטע לייק
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך קאסטנער » מיטוואך אפריל 20, 2016 6:52 pm

Wow! מאסיוו!!
יישר כוח פאר ענק אלע, הערליכע ארבעט
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:00 pm

א הערליכע ארבייט. יישר כח כוכב און אלע מיטארבייטער כל אחד בשמו הטוב יבורך בכל טוב סלה.

אלץ והייתם נקיים און כדי מ'זאל מיר נישט חושד זיין אין היפאקרעסי, מעלד איך דא איין אז איך גיי נישט ארויספרינטען דעם חיבור נאר ענדערש עס ליינען אנליין. :P


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:01 pm

ענדליך קען איך זיך נעמען אומקוקן אויף ס'ווייב און קינדער, @כוכב האט געטוהן א @געוואלדיגע ארבעט וואס האט זיינס גלייכן פון אויפהייבן דעם פראיעקט, ביזן הערליכן גמר, עס איז נישט צום פארשטעלן וויפיל כוחות און געזונט ער האט אריינגעלייגט אז עס זאל ארויס קומען כלול בהדרו, און ווי פארשטייט זיך אז אן קיין שרייבער איז נישטא קיין אויסגאבע, קומט זיך א הערצליכן דאנק פאר אלע שרייבער פינאנצירער און רעדאגירער.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:05 pm

איך גיי אראפ פון זינען פון די ים פון תוכן, ממש לא נראה כבושם הזה, אריין אין אשכול וואס האט געברענגט טרערן, מיין פרינטער איז אויף אויווער דרייוו, און עס גייט אויף פלאקערן לאיאדע סקונדע, א דאנק פאר אלע פארמישטע, ובפרט פאר אלע פארמישטע, און נאמען פון אלע פארמישטע, אוי מען טאר זיך נישט מישן,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:12 pm

@געוואלדיג רעדט פון די זופ און מיינט די קניידלעך, ער רעדט גארנישט וויפיל כוחות עצומות ער זעלבסט האט אריינגעלייגט, יומם ולילה לא ישבותו.

און ווי דער רבי פלעגט זאגן ביי לאנטש אין חדר, פון בעסטן קינד האט מען פארגעסן. די מערסטע ארבעט האט אריינגערוקט אונזער געטרייער גראפיקער, עס איז באמת נישט צום פארשטיין ווי אזוי ער האט געקענט מאכן אזא מאסיווע הערליכע ארבעט, שעות ע"ג שעות, קוים געהאט צייט צו אטעמען, און נאך דערצו בעפאר פסח, אוי וויפיל מען האט אים משוגע געמאכט מיט הגהות ותיקונים, און מקבל געווען באהבה וואס אימער מען האט אים געווארפן, אלעס מיט אזא געטריישאפט, שלא ע"מ לקבל פרס.... חברה נעמטס עס נישט פאר גרענטעד, די גראפיקס דא איז PURE TALENT, איך ווער משוגע פון דעם הערליכן קונטרס וואס כאפט דעם אויג, און די קרעדיט דערפון איז פאר אונזער הויכגעשעצטן אלקנה, דער גראפיקער! טאמבס אפ!

אבער עס איז קלאר אז אם @כוכב כאן הכל כאן, ומכלל הן אתה שומע לאו, עס איז נישטא די ווערטער צו אראפלייגן וואס דער כוכב האט געטון דא, יעדן טאג אריינגערוקט א מינימום פון 75 שעות, געארבעט ארום דעם זייגער און געשטופט דעם וואגן און מיט גוטן און מיט בייזן, מער ווי איינמאל האבן מיר זוכה געווען צו דעם 'טוב לשמוע גערת חכם', מיט זיין זעלטענע זיסע און שארפע מוסר שפראך, אריינגעברענגט א חיות אין די גאנצע פראיעקט. איך האף און איך בעהט אז כוכב וועט נישט פארשוואונדן ווערן נאכאמאל ביזן קומענדיגן פראיעקט, נאר יאריך ימים על ממלכתו פארבלייבן הויפט רעדאקטאר, און מוסיף זיין כהנה וכהנה אויסגאבעס לתפארת כל בית ישראל עביג"צ אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:12 pm

כפי הנראה, ביסטו טאקע צומישט!
מ'האפט ביז מארגען צופרי וועט עס זיין אויף עמעזאן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך סביב העולם » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:18 pm

איך האב נאך נישט אנגעהויבן צי ליינען נאר בלעטרנדיג זעהנדיג די גראפיקס וואס איז אריין דא...אסאך גרויסע מאגעזינן קענען זיך פארשטעקן פאר די גראפיקס WOW
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
סביב העולם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך אבי גערעדט » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:26 pm

אממ... איינער וויל אפשר אפקויפן א עמי בינה משפחה מאמענט טריביון שטערן שפאקטיוו? אפענע זעקל כמעט נישט אנגערירט. אמתדיג גערעדט קענסט מיר זאגן וואס איך דארף אים איצט האבן? פה-סח 2 איט איז
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך shem-tov » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:35 pm

מזל טוב קאווע שטיבל!! סעיוואר דע מאמענט דיס איז ביג
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:40 pm

ס'גייט זיין אויף עמעזאן בל"נ מארגען צופרי, איך האלט אין מיט'ן ארבעטען דערויף. ס'וועט זיין שייך מיט אייער פריי"ם מעמבערשי"פ אויך, אזוי ארויף אין צוויי טעג איז עס שוין דא. די רווחים גייען צו ק"ש אויסצוהאלטען די ארבעט. טאמער איהר קענט, זאלט איהר קויפען פון דארט, און אזוי ארום האבען א חלק אין ווייטער קענען אנגייען מיט'ן ארבעט פון אויסגאבע'ס פון אונזער שרייבער'ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:44 pm

העכער אלע ערווארטונגען!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:46 pm

באמת נישטא קיין ווערטער. א מייסטערווערק שבמייסטערווערק! א ריזיגן דאנק כוכב פאר'ן אנפירן דעם פראיעקט און צוזאמענשטעלן אזא פרעכטיגן אוצר, דעם גראפיקער פאר אזא אריגינעלן, ארטיסטישן און אויגפארכאפנדן ארבעט, און די אלע מיטהעלפער מיט געוואלדיג בראש.

כ'ספק מיך צי זיך אויסדרוקן אז "עס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען אזא רייכע אויסגאבע אויף אידיש" איז א גוזמא. עס קוקט מיר אויס זייער אמת, אבער נאך אלעם האב איך דאך נגיעות. כ'האב אויך אריינגעלייגט אין דעם "פה-סח" א שיינעם צאל שעות. ווייס איך נישט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:48 pm

והחוט הכפול לא במהרה ינתק... א הארציגן דאנק פאר די ארויסגעבער, @געוואלדיג, @כוכב, @אלקנה, און סיי ווער ס'האט געהאט א טייל אין דעם. איך קען מיר נישט פארשטעלן וויפיל ארבעט ס'דארף ליגן אין אהערשטעלן אזא פראיעקט, און נאך ווייניגער פארשטיי איך וויאזוי ס'האט געקענט אריינגעשטופט ווערן אין אזא פיצעלן סכום פון צייט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1073 מאל

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:52 pm

די שפיץ פון טאלאנט פון היימישע אידנטום, זענען זיך צאמגעקומען לפונדק אחד, און ארויסגעגעבן א מעשי ידיהם להתפאר אשר כמוה לא נראתה בכל העולם אין פילן זין פון ווארט!

איך מיש און מיש און מיש און מיש נאך אלס... די גראפיקס זענען פון העכסט קוואליטעט אויף א פארנעם אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ס'איז געמאכט געווארן אין אזא קורצע תקופה און דורך א יליד אשה! ס'שרייעט ארויס טאלאנט מיט אלע קאלירן!

@כוכב, @געוואלדיג און @שמעקעדיג וסיעתן האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע!!! אריינבאכענדיג שעות ע"ג שעות אין די אנגעצויגענע טעג פון ערב פסח, מיט א שמאטע אין איין האנט, אין די אנדערע האנט א פעדער, טעלעפאון, קיבאורד, מויזל, מעקער, פארגרעסערונג גלאז, מר. קליען.

מיר וועלן קיינמאל נישט משיג זיין די יגיעה וואס איז דא אריינגעלייגט געווארן ווילאנג מיר וועלן עס נישט אליינס טוהן! אשריכם שזכות שמחת יו"ט של אלפי ישראל תלויים בכם!

שרייבער פון העכסט קוואליטעט האבן גענומען פון זייער טייערע אנגעשטרענגטע צייט, זיך אוועקזעצן און שרייבן, איבערגיין, אויסמעקן, פאררעכטן, צולייגן וכו' שלא ע"מ לקבל פרס!

בשם אלופי ואלפי ישראל טוהן מיר איבערגעבן אן הערצליכן יישר כח פאר אלע וואס האבן א טייל גענומען אין דעם פראיעקט, בגוף, בנפש, במח, ובדמים תרתי משמע!

מי יתן אז מיר זאלן שטענדיג קענען באווייזן אזאנע קונצן מרגל לרגל עדי נזכה לביאת גואל צדק אמן.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך נעגעל וואסער » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:19 pm

Wow!
כ'האב נאך נישט געהאט צייט צו ליינען, אבער כ'האב עס נישט געקענט אראפלייגען! די גרעפיקס איז עפעס מבהיל'דיג. הערליך שיין און גאר קלאסיש. ס'גלייבט זיך נישט אז ס'איז געווען על מנת שלא לקבל פרס.

יישר כח פאר אלע וואס האבען אריין געלייגט כוחות אין דעם, כל אחד בשמו הטוב יבורך ויתברכו משמי מעל בברכות עד בלי די.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:19 pm

אין קנאפע 2 שעה, ארום 570 דאונלאודס. כ"י.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:20 pm

לא נראה כבושם הזה! פה-סח טוט שטעלן אין שאטן די גאנצע אידישע ליטארעטור פונעם בעפארשטיינעדע יו״ט. די גרעפיקס איז מבהיל׳דיג, און די זאפט פון די ריזן שרייבערס גיסט זיך דורך דעם גאנצן מאגאזין.

יישר כוחכם!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:42 pm

ממש נישט צו באגרייפען, אריין צו שטיפן אזוי פיהל ווערג אין איין קונטרוס. דאכציך אז זייט טינט שרייבט איז נאך נישט געשריבען געווארן אזוי פיהל תוכן אין איין העפט, פשוט ווייל א מערכת וואלט די סחורה פארשפרייט אין בערך דריי יאר גיליונות.
א דאק אייך כוכב, געוואלדיג אין אלע אנדערע העלפער.
אחרון אחרון חביב ר׳ אלקנה, מייסטער ארבייט, הערליך שיינע גראפיקס, מקען זעהן די כוחות האסט אריין געלייגט. זאל השי״ת די צירוק צאלן בכפל כפליים, האסט געמאכט שמחת יו״ט פאר טויזענט אידן.
נ.ב. איין הערה, דע גראפיקס אונעם ספר זענען אזויפיהל שענער ווי די קאווער. ס׳פשט?
#Dont_judge_a_book_by_its_cover
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2135 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:44 pm

ס׳איז נישט פשוט! באמת מבהיל על הרעיון סיי די חומר און סיי די צורה, אל זאת לא פיללתי.

א הערצליכן יישר כח @כוכב והמסייעים עמך, ס׳האט זיך געלוינט די האראוואניע.

יחי קאווע שטיבל!
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך גר ותושב » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:57 pm

איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן אבער איין זאך.

איך בין שטאלץ צו זיין א מעמבער אויף קאווע שטיבל!!!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:05 pm

נישט פארגעסן צו באדאנקען ווער אימער ס'האט ערלעדיגט אז די בעננער זאל זיך האלטן אין די ראמען!
קודאס צו אים!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך Bpjew » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:09 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כפי הנראה, ביסטו טאקע צומישט!
מ'האפט ביז מארגען צופרי וועט עס זיין אויף עמעזאן

What u mean on amazon?
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך Bpjew » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:18 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'גייט זיין אויף עמעזאן בל"נ מארגען צופרי, איך האלט אין מיט'ן ארבעטען דערויף. ס'וועט זיין שייך מיט אייער פריי"ם מעמבערשי"פ אויך, אזוי ארויף אין צוויי טעג איז עס שוין דא. די רווחים גייען צו ק"ש אויסצוהאלטען די ארבעט. טאמער איהר קענט, זאלט איהר קויפען פון דארט, און אזוי ארום האבען א חלק אין ווייטער קענען אנגייען מיט'ן ארבעט פון אויסגאבע'ס פון אונזער שרייבער'ס.

How much will cost?
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט