א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

.

הודעהדורך shem-tov » מיטוואך אפריל 27, 2016 11:24 am

.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך אפריל 27, 2016 11:26 am

מעשוגע מעטארע. געשלינגן מיט דארשט יעדעס ווארט אזש די בארשט האט זיך מיר אזוי אומ'באמערקט פרייערהייט אראפ געגליטשט די שנויצן אויפן העמעדל ארויף.

וואס דא איז אלטץ צוזאם געווארפן, תורה, מדע, חכמה, נבואה, שלום בית, סייענס, פאעזיע, אנווייראמענט, פיליזאפיע, רעליגיע, נאסטאלגיע, ארכילאגיע, אידעלאגיע, טעכנעלאגיע, פרעמישלאנער חמרות, היסטוריע, הומאריע, טראמפ'יזעם, שאכ'יזעם, משיח'יזעם, מארקס'יזעם, ליבעראל'יזעם, ראסיזעם, קרישקעלעך און וואס נישט.

א שלל ארטיקלען פון די סאמע בעסטע. אזש די שמאלץ רינט ווי צאנזער רב ביים קרבן פסח.
ונבנתה ווארעמט בענקלעך דארט ווי א סקאור איז נישטיגע פיהר אהאלב מינוט,
רויטע רייסט זיך אויף מיט סניקערס,
זבולון אינעם פאראדאקס זיך מתלבט,
פלאוויוס שוט הייליגע נבואה רייד בכפלים,
קינדל לאזט פרעדריקע הענגן צווישן אויס פעדלער'קע איידער רויבער'קע פאר לכה"פ נאך א יאר,
ראובן איז אונז מכשיל מיט נייע פירצות פוי,
ר'שמשון רפאל הוגה הירש שניידט שטיקער פלייש... - אבי נישט פאפיר,
העניך נאך א פליגל אין זיין - נייע - הייליגע קאמף,
יואב הלוואי קרעפל תורה איז פון די רעסעפי,
וואלווי אייזן פונקט ווי כוכב'ס אריינפיהר - ביידע נישט משיג געווען,
משזר טיילט מיט ערפארונג כזקן ורגיל,
לעיקוואד די ביזט די בעסט, איך גלייך 'באדערענע', אופס ראסיסט וואס איך בין,
קאך לכאורה אלטץ געווען דער פאר'גולמ'ט קינד אין קלאס,
איש עברי טאקע פרום חניוק'יש ווי בעלה של שלומית אבער פארט א בועט אין די חינמ'דיגע קישואין,
שפירא שיסט א פלאקן אין דיסקין,
ליטוואק שפילט ש"ך שווארץ צו ווייס,
שם טוב שמש בכהונה ונבנה ביהמ"ק בתחומו,
ראקאווער הנח לו ליוסל שמוציא דבר מתוקן,
פליקער פון א קאלאנאסקאפי'סט צו א ניוטרישעניסט מיט אשפ"גות באמצע,
שטיסל ס'ריי"סט פאר געלעכטער,
איטשעטרע איטשעטרע.

~~~


אמר געוואגטער, כל ימי הייתי מצטער על מה שאמרו: "כל העולם כולו תחת @כוכב אחד יושב" מתי אבוא לידי ואראנו, עד שראיתי את הפה-סח ונחה דעתי.

וויפיל טרערן געווישט וויפיל פארשווייסטע העמעדער געטוישט וויפיל סטארבאקס קאוועס געזיפט ווייסט נאר כוכב. אזא ארבעט קומט נישט פון שעלף אראפ. אז די חברים זאלן ארויסגעבן פון די קעמערלעך גרונטן יעדעס טראפן געלונגענקייט פאדערט זיך א הויפט מארשאל צו קאמאנדירן ווילדעווען און גלעטן. ווי א פוהרער געסטראשעט געשמייכעלט געשנאדערט גע'נחשונ'ט און אלטץ אינדערמיט. וועל דאן כוכב. יו אר עי סופער סטא"ר.

@געוואלדיג, אנע דיר וואלט דאס נישט געהאט איר העכסטע סוקסעס צו וואס ס'האט דערגרייכט.

@אלקנה, דיין גראפיקס איז וואונדערבאר, ס'האט געגעבן די שלימות. די ארטיקלען האבן באקומען א לעבעדיגע ערקלערונג. [אגב, ליינענדיג דיין רייכע כן אנחנו ארטיקל וויל זיך מיר דיר זאגן, אז גראפיקס געהערט נישט צו דיר! דיין רייכע שריפט ציעט עפעס היימליך, באזעץ דיך אין שטיבל און ניץ דיין גאט-געבענטשטער פעדער].

יישר כח אלע נושאים בעול, רעדאגירער, שנאדער'ערס , און באזונדער פאר אלע שרייבערס.


~~~

געוואגטער.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3817 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך אויסגערוט » מיטוואך אפריל 27, 2016 3:03 pm

קודם א יישר כח פאר @כוכב און @געוואלדיג וכל דעימיה פאר א געוואלדיגע קובץ. עס האט מיר געגעבן א שמחת יום טוב (וחול המועד שטופעריי).

מיין גרעסטער דיסאפפוינטמענט אין אן ארטיקל במחילת כבודו פון קינד אן קייט, איז געווען "פרעדעריקא מאנדלבוים".
עס האט אויסגעזען זייער אינטערעסאנט, אבער ער האט איר בכלל נישט געדעקט חוץ פון איר היסטאריע ביזן ווערן א פעדלער אין אמעריקע. דער פאקט פון געזעצלאזיגקייט אין ניו יארק אין יענע צייטן איז א פרשה פאר זיך, אבער נישט דעס האט געלויטעט דער קעפל.

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מיטוואך אפריל 27, 2016 3:13 pm

שלום שטיסל'ס ארטיקעל איז געווען ביי מיר פון די סאמע בעסטע. אזוי גוט צולייגט דעם כראנישן דיזיס, עפעס הפלא'דיג..
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:03 pm

ונבנתה האט א גאלדענע פעדער, לייכט און קלוג.
לינקלאן'ס ארטיקל, זייער שיין. We want more
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:07 pm

שש משזר'ס מאמר איבער די צדוקים, וואלט איך רעקאמענדירט נישט צו ליינען









אין בית הכבוד
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:01 pm

@פלאוויוס' ברוך און בערל סטיל ארטיקעל איז גאר פיין, די אינהאלט און שפראך צוגלייך, איך האף אז שלום'קע וועט נישט בלייבן הענגען צו לאנג, און די צווייטע טייל וועט נאכפאלגן אינגיכן.

אגב, סלאזט זיך הערן אז די גאנצע ענין פון שם לשון ומלבוש - אין אנדערע ווערטער די אויסערליכע אידישע קולטור- איז נאר געווען א גדולה אין מצרים ווען ס'נישט געווען עפעס אנדערש וואס האט אונז צוזאמגעהאלטן אלס א פאלק. אבער איינמאל אונז האמיר א רעליגיע וואס רעפרעזענטירט אונזער פאלק פאלט אוועק די שוויות פון אויסערליכע קולטור, נישט דאס איז וואס האלט אונז צוזאם און ווייזט ווער מיר זענען, נאר אונזער מאראל און גלויבן איז וואס ברענגט אונז צוזאם.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:49 pm

נו, דאס ברענגט ער דאך דארט פונ'ם אג"מ

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8059 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג מאי 01, 2016 2:48 am

וכדומה.. האט געשריבן:@פלאוויוס' ברוך און בערל סטיל ארטיקעל איז גאר פיין, די אינהאלט און שפראך צוגלייך, איך האף אז שלום'קע וועט נישט בלייבן הענגען צו לאנג, און די צווייטע טייל וועט נאכפאלגן אינגיכן.

אגב, סלאזט זיך הערן אז די גאנצע ענין פון שם לשון ומלבוש - אין אנדערע ווערטער די אויסערליכע אידישע קולטור- איז נאר געווען א גדולה אין מצרים ווען ס'נישט געווען עפעס אנדערש וואס האט אונז צוזאמגעהאלטן אלס א פאלק. אבער איינמאל אונז האמיר א רעליגיע וואס רעפרעזענטירט אונזער פאלק פאלט אוועק די שוויות פון אויסערליכע קולטור, נישט דאס איז וואס האלט אונז צוזאם און ווייזט ווער מיר זענען, נאר אונזער מאראל און גלויבן איז וואס ברענגט אונז צוזאם.


את האמת אומר, איך האב נישט געקענט געהעריג צוקומען צום ווארט, ווייל ס'איז צו אן עמאציאנעלע טעמע און איך האב געפילט כסדר ווי שלום האט נישט די קוראזש צו רעדן מיט זיין טאטן גענוג אפן... איך טראכט נאך וויאזוי ווייטער צו שרייבן, צי ס'זאל ממשיך זיין מיט א טרוקענעם ברוך-און-בערל סטיל, אדער צולייגן מער דראמא. כ'האב נישט באשלאסן דערווייל, אבער אויף עפעס אן אופן האף איך נאכצופאלגן אין גיכן. איך בין כמעט נישט צוגעקומען צו וואס איך האב געוואלט.

בנוגע דיין פראגע, דאכט זיך מיר אז ס'איז בארירט געווארן אינעם קאפיטל נאר אפשר נישט גענוג קלאר. איך וועל מיך בלי נדר באציען צו דעם ווען איך וועל ארויסלייגן דעם קאפיטל אין א באזונדערן אשכול כדי מ'זאל עס קענען דעבאטירן, אויב עמיצער איז אינטערעסירט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג מאי 01, 2016 2:55 am

אן איטערסאנטע באמערקונג אין די אקטיקלען פון @mevakesh און @הוגה וואס האבן דערמאנט דעם גאון וקדוש הרב ר' שמשון רפאל הירש זצ"ל וואס האט ארויס געברוינגט זיין אויסטערלישע חכמה אין פראקטישע צוגאנג צי די תורה הקדושה ובפרט צי די קיום המצוות.

עס איז שוין העכסט ציייט אז "חרידשע" יודען זאלען איינזען איז אזוי ווי היינט באקענפט מען נישט צדוקים אין קראים און ש"ץ, איז שוין אריבער א יובל וחצי שנים פונם קעמפען פאר די "ריטיגע אמונה" פון קאמאניזם און ציוניזם. סאטמארער רב'ס קעמפערייי מיט התאחדות הרבנים איז גוט געווען פאר זיבעציג יאר צירוק וווען דער תכלית איז געווען התבדלות מרשעים וכדומה.

מ'קען ציילען אויף'ן פינגער ווי פיל פון די יוגענט ווילען ווערן קאנסערוואטיוו. (אדער נעלאגען...) אויב עס איז דא א פראבלעם מיט יודישקייט היינט איז עס אסימעלאציע און ככל הגוים בית ישראל פון פורקי עול לתיאבון דוקא ווייל אונז לעב מיר אין א גליקליכע גוי'אישע וועלט וואס דארט האט זיך אויסגעשטעלט רב גובריה וחיליה הון גאוה"צ רש"ר הירש זצ"ל

ער האט נישט בעקמעפט די ריכטיגער אמונה נאר אמונה גופא. דאס פארשפרייטונג פון תורתו ומשנתו וואלט געווען א גרויסע תועלת פאר אונזערע היינטיגע דור.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2220
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3095 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2901 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג מאי 01, 2016 3:08 am

איך וויל אויך אפשרייבן מיינע אייגענע איינדרוקן פונעם פס סח, נאר כ'וועל עס מוזן טון קורץ ווייל ס'איז מוצאי יום טוב און די אויגן קלעבן... איך האב באשטעלט מיינס אויף אמאזאן, אין דעם קאלירטן פארמאט, און ס'איז ווערט געווען יעדע פרוטה. די קאלירטע גראפיק גיט צו א לעבן צו די ארטיקלען וואס ס'איז ממש א שאד צו פארפאסן. די ארטיקלען גופא האבן מיך זייער פארכאפט, איך האב געשלונגען מיט אינטערעסע יעדעס איינציגע ווערק וואס איך האב אנגערירט. איך וואלט לעולם געדארפט אנרופן ביים נאמען יעדן ארטיקל פון וואס איך האב הנאה געהאט (איך מיין אז דאס שליסט איין אלע), נאר איך וועל עס מוזן לאזן אויף שפעטער.. איך האב באוואונדערט וואס דער גראפיקער האט אריינגעשטעלט אן ארטיקל געשריבן מיט א געבענטשטן פעדער! א דאפלטער טאלאנט.

א הארציגן דאנק דיר @כוכב פאר דער אנשטרענונג. ס'איז באמת אן אוצר וואס האט מיר געמאכט דעם יום טוב, און איך בין זיכער אז פאר נאך פיל אנדערע. יהי רצון לשנה הבאה כן.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מאי 01, 2016 6:20 pm

@פלאוויוס, דיין ארטיקל האט מיך שטארק איבערגענומען. עס איז מיר שווער צו זאגן א דעה אויפן עצם ארטיקל ווייל איך ווייס דאך נאך נישט וואס דיינע מסקנות וועלן זיין... ;) אבער דיין כח הכתיבה איז להפליא. דו האסט א וועג וויאזוי דו ציסט אריין דעם ליינער אינעם מעשה אזש ס'דאכט זיך אז מען האלט עס מיט לייוו. איך האב אויך געהאט א געפיל בשעת'ן ליינען אז דו שרייבסט א מעשה שהיה וואס איז געשעהן צו דיר. איך פארשטיי אז אזא שמועס געשעהט נישט אינעם עולם השקר דידן נאר אינעם עולם הדמיון האמיתי, און דאס איז דיין גרעסטע שבח, אז דו קענסט מאכן א דמיון אזוי לעבעדיג ווי כאילו עס איז דיין פערזענליכע איבערלעבעניש. (דיין צווייטע ארטיקל האב איך נאך נישט געליינט.)


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2809
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6386 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג מאי 02, 2016 11:29 am

אלע מחברים זענען געלאדנט ארויסצושטעלן זייערע ארטיקלען צוביסלעך, גיט רעספעקט פאר אייער חבר און ווארט אפאר שעה ווען איר זעט אייער חבר האט ארויסגעשטעלט זיין ארטיקל.
ביטע שרייבן אין קעפל (פה-סח II) א דאנק.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2425
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6788 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג מאי 02, 2016 11:59 am

הוגה האט געשריבן:
@פלאוויוס, דיין ארטיקל האט מיך שטארק איבערגענומען. עס איז מיר שווער צו זאגן א דעה אויפן עצם ארטיקל ווייל איך ווייס דאך נאך נישט וואס דיינע מסקנות וועלן זיין... ;) אבער דיין כח הכתיבה איז להפליא. דו האסט א וועג וויאזוי דו ציסט אריין דעם ליינער אינעם מעשה אזש ס'דאכט זיך אז מען האלט עס מיט לייוו. איך האב אויך געהאט א געפיל בשעת'ן ליינען אז דו שרייבסט א מעשה שהיה וואס איז געשעהן צו דיר. איך פארשטיי אז אזא שמועס געשעהט נישט אינעם עולם השקר דידן נאר אינעם עולם הדמיון האמיתי, און דאס איז דיין גרעסטע שבח, אז דו קענסט מאכן א דמיון אזוי לעבעדיג ווי כאילו עס איז דיין פערזענליכע איבערלעבעניש. (דיין צווייטע ארטיקל האב איך נאך נישט געליינט.)

האסט מיך ארויסגענומען די ווערטער פונעם מויל. ווען איך האב געענדיגט @פלאוויוס ארטיקל האב איך געזאגט פאר מיין ווייב אז זי מוז עס ליינען. איך בין ארויס פון התפעלות פון די טיפע השקפה רייד וואס וואלט ענדערש געפאסט פאר א מגיד. איך האב געשלינגען מיט דארשט יעדנס ווארט, איך קוק ארויס אויף חלק ב'.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

ביטע ארויסווייזן הכרת הטוב.

הודעהדורך יודישע שרייבער » מיטוואך מאי 04, 2016 3:36 am

ביטע ארויסווייזן הכרת הטוב.
ניין, @כוכב האט מיר נישט געבעטן אז איך זאל ענק בעטן, אבער איך פערזענליך האלט אז עס איז דא אסאך ניקס וואס האבן הנאה געהאט פון פה־סח 2 אבער האבן נישט געלייקט.
עס איז בכלל נישט קינדעריש צו בעטן לייקס ־ פאר זיך ־ אדער פאר א צווייטן, עס איז אבער יא קינדעריש נישט צו לייקן, ווען מיט בלויז נאר איין פשוט׳ע קוועטש אויף די קנעפל ווייזטו ארויס דיין הכרת הטוב.
איך האף אז די ערשטע הודעה פון די אשכול זאל אנקומען לפחות צו 115 לייקס, עס זאל זיין די העכסטע ביי די לייקס ראנגען און מיט דעם סימבאליש ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פאר די בעסטע, שענסטע און גרעסטע אויסגאבע וואס קאווע שטיבל האט נאר אמאל ארויסגעגעבן.
תודה.



כוכב האט געשריבן: ... דעריבער וויל איך מיך הערצליך באדאנקען פאר יעדע לייק, יא סשמעקט מיר, איך אפרישיעט עס, כקוק ארויס דערפאר, כקום כסדר צוריק אננעמען די פרישע, און אפילו ווען איר נוצט אייער צווייטע ניק צו לייקן דאפלט גלייך איך עס אויך, כבין דאנקבאר ושכרו כפול מן שמים.
פון דא:
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 04, 2016 7:55 pm

איך האב אדורכגעלייענט דעם פה סח פון דעקל צו דעקל יעדעס ארטיקל בלי שום יוצא, נישט קוקענדיג אויב ס'ציהט מיר אדער נישט און כ'האב למעשה געהאט אן אויסטערלישע קורת רוח פון אלעם. עס איז נישט לייכט געווען, גאט איז עדות אז כ'האב שטענדיג דעם נסיון וואס און אין וועלכע שפראך צו לייענען אין מיינע פרייע צייט, דורך די וואך און ספעציעל דורכאויס דעם יו"ט. ברוך אשר גמלנו, ביכער פעלט נישט ב"ה. איך בין ארומגענומען פון זיי און זייערע בעלי בתים קוקן ארויס אויף עמיצער זאל זיי אפשויבן און א תיקון געבן. עס איז נישט אנדערש נאר אז כ'בין אבנארמאל מזלדיג געבוירענדיג צו ווערן אין א משוגענע וועלט ווי אבדזשעקטס און שטותים קאסטן א הון און וויפיהל מזאמעלט איין איז נישט גענוג אבער וויסענשאפט איז בחנם און ביכער קאסטן אפאר פעני. האסט אמאל געהערט אז עמיצער האט גגנב'ט א בוך? עס איז אזא זעלטנהייט אז איינער האט גענוצט דעם קאנצעפט פאר א בוך און פון דעם געלייזט. דאס האט מען אויך נישט גע'גנב'ט. מענטשן קויפן געשוואלענע בובקע מעשהס, אויטאביאגראפיעס פון מאדעלן, פראסטעטוקעס און טאבע שפיהלער וואס קומען דיך אויסלערנען ווי אזוי צו זיין "סוקסעספול" נאר איינצושלאפן ביי די ערשטע קאפיטל. בו בזמן ליגן די וויסענשאפטן פארשעמטע אויף די פאליצעס, זאמלען שטויב און דער מענטש איז פארנומען א לאנגע ליסטע פון טיווי פראגראמען צו קעטשן אפ. דערווייל ווארפט מען ארויס די אמת'ע חכמות צו די טשאריטי געשעפטן וועלכע בעטן זיך ביי די קליענטן זיי אויסצולייזן. מ'וועט דיך נאך צוצאלן זאלסט עס נעמען. שוין וואו בין איך פארפארן. קיצער, כ'האב אלצדינג אין דעם פה סח איינגעשלונגען מיט דורשט. אויסער די צווייטע חלק פון ליטוואק'ס לבנה ארטיקל האב איך אלץ פארשטאנען. מסתמא ווייל ס'פעלט מיר די בעקגראונד און ביי שנים מקרא ואחד תרגום האב איך געפאנפעט אביסל. כ'האב קודם געזונגען די חומש צוויי מאל און נאכדעם געדיעלט מיט רעב אונקלס.

דא שפיר איך אבער איז א חיוב צו לייענען, מכיר טוב זיין און מפיץ זיין די זיסע ענינים און מאמרים פון דער קליינער הייפעלע טראכטער און דענקער וואס האבן אזוי אן ארבעט אינוועסטירט ארויסצוגעבן א דבר השלם. תודה צו אלע שרייבער, ספאנסער, מגיהים, עורכים ועוצבים, און א דאנק קאווע שטיבל פאר'ן געבן אן אכסניה צו די פרעכטיגע אויסגאבע, אינהאלט און חושיבע תורמים. ואחרון אחרון חביב חברינו כוכב. עליך הכותב אומר והמשכילים יזהירו ככוכבי הרקיע.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך מה הוא » דאנערשטאג מאי 12, 2016 5:16 pm

א גוטן!

שלום עליכם.

איך בין שוין לאנג נישט דא געווען, געווען צו פארנומען,
אבער אצינדער האט איך געפילט ווי איך מוז מיר דא אריבערכאפן, נאכדעם וואס עס איז צום ווידער אמאל ארויסגעקומען דורך כוכב אזא הערליכע מעכטיגע און אומבאשרייבארע אויסגאבע
"פה-סח 2"
עס איז נישטא די ריכטיגע ווערטער צו אראפלייגן וויפל עס מאכט אויס פאר כלל ישראל אזא הערליכע געלונגענע אויסגאבע וכו' כוכב ווייסט שוין אליין אז די גאנצע דאנקבארקייט קומט ממילא פאר דיר.

און עקסטער וויל איך אויסדריקן מיין באגייסטערינג אויף די שיינקייט און פראכטפולקייט וואס דער הערליכער גרעפיקער אלקנה האט דא אהער געשטעלט,
און דא שטעל איך מיך טאקע אפ, איך בין דאך אביסל נאנט מיט דעם ענין פון גרעפיקס איך האב די פארגאנגענע פה-סח געמאכט און איך פריי מיך אז איך האב י נישט געמאכט די צווייטע, נישט ווייל איך האב נישט געוואלט האבן די זכי' נאר ווייל עס איז באמת א שאד אז אלקנה האט נישט געמאכט די פארגאנגענע אויך, איך פיל ווי די אלטע איז א טפל אקעגן די יעצטיגע.., עס איז ממש א פראכט אסאך מער פראפעשענאל אויסגאבעס קענען פארשטעקן זייער שיינקייט אקעגן די הערליכע פה-סח 2,

און פערזענדליך צו דיר אלקנה,
זאלסט וויסן אז איך קוק און קוק נאכאמאל איבער וויאזוי האסט געקענט מאכן אזא שיינע אויסגאבע בלויז לטובת הציבור וואס ניטאמאל וועט מען וויסן ווער די ריכטיגע גרעפיקער איז און ניטאמאל קיין פרנסה קען עס ברענגען, נאר פארן עולם אזא שיינע און געלונגענע ארבעט.
אשריך!!

איך האב זייער הנאה געהאט פון די ארטיקלען עס איז זייער רייך און איך בין נאך ניטאמאל פארטיג, און א דאנק פאר אלע שרייבערס און ארויסהעלפערס.
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יולי 19, 2017 1:13 pm

איך האב נישט געקענט טרעפן ליטוואקס ארטיקל אין פה-סח II אויף רב שך אויף קאווע שטיבל, לייג איך עס דא.

א בריוו ווי איינער צולייגט גוט דער מהות פון רב שך.
bshch.blogspot.co.il/2017/02/blog-post_7170.html?m=1
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1240 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג יולי 25, 2017 1:16 am

דער שרייבער פונעם שארפן בריוו, איז דער באקאנטער גאון מופלג וידען עצום בהרבה תחומים, רבי נחום ראטשטיין שליט"א ראש ישיבת נזר התורה.

ער איז גראדע א טשיקאווער טיפוס, און ער איז א גערע חסיד וואס האט אויך אמאל געשריבן א בריוו ערקלערנדיג שיטת גור בעניני מאחורי הפרגוד. אדאנק זיין דביקות בגור, האט ער בתוך המכתב הנ"ל על הרב שך אויך געשריבן אקעגן א פארשוין, וואס די וואס קענען איזראעלישע פאליטיק וועלן פארשטיין אז ער מיינט ר' מאיר פרוש, וואס איז דעמאלס געווארן צוקריגט מיט גור.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 12:29 am

ארי נוהם האט געשריבן:דער שרייבער פונעם שארפן בריוו, איז דער באקאנטער גאון מופלג וידען עצום בהרבה תחומים, רבי נחום ראטשטיין שליט"א ראש ישיבת נזר התורה.

ער איז גראדע א טשיקאווער טיפוס, און ער איז א גערע חסיד וואס האט אויך אמאל געשריבן א בריוו ערקלערנדיג שיטת גור בעניני מאחורי הפרגוד. אדאנק זיין דביקות בגור, האט ער בתוך המכתב הנ"ל על הרב שך אויך געשריבן אקעגן א פארשוין, וואס די וואס קענען איזראעלישע פאליטיק וועלן פארשטיין אז ער מיינט ר' מאיר פרוש, וואס איז דעמאלס געווארן צוקריגט מיט גור.


דאכט זיך אז איהר זענט טועה מיט זיין טאטע'ן ר' מנחם ז"ל
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 525 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 5:03 am

ווען איר וועט טרעפן א איד וואס הייסט מנחם, און א זון וואס הייסט נחום, קען מען ווייטער דיסקוסירן...

ר' נחום רוטשטיין איז דער ראש ישיבה פון נזר התורה, און ער לעבט. זיין טאטע, ר' אברהם יצחק, איז געווען מנהל בית היתומים דיסקין.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 2:54 am

ארי נוהם האט געשריבן:ווען איר וועט טרעפן א איד וואס הייסט מנחם, און א זון וואס הייסט נחום, קען מען ווייטער דיסקוסירן...

ר' נחום רוטשטיין איז דער ראש ישיבה פון נזר התורה, און ער לעבט. זיין טאטע, ר' אברהם יצחק, איז געווען מנהל בית היתומים דיסקין.

נקודת-אמת האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:דער שרייבער פונעם שארפן בריוו, איז דער באקאנטער גאון מופלג וידען עצום בהרבה תחומים, רבי נחום ראטשטיין שליט"א ראש ישיבת נזר התורה.

ער איז גראדע א טשיקאווער טיפוס, און ער איז א גערע חסיד וואס האט אויך אמאל געשריבן א בריוו ערקלערנדיג שיטת גור בעניני מאחורי הפרגוד. אדאנק זיין דביקות בגור, האט ער בתוך המכתב הנ"ל על הרב שך אויך געשריבן אקעגן א פארשוין, וואס די וואס קענען איזראעלישע פאליטיק וועלן פארשטיין אז ער מיינט ר' מאיר פרוש, וואס איז דעמאלס געווארן צוקריגט מיט גור.


דאכט זיך אז איהר זענט טועה מיט זיין טאטע'ן ר' מנחם ז"ל

יעך האב געמיינט ר' מנחם פרוש ז"ל העסקן וחבר כנסת בשליחות אגודת ישראל.
וואס ער איז דער טאטע פון ר' מאיר פרוש זז"ג.
לפי די חשבון כראנאלאגי קומט אויס אז זאס איז געוועהן בשעת ווען ר' מנחם ז"ל (וואס האט יענטסמאהל אפגעטראטן אינעם נאמען פון די ירושלימע אידען ביניהם אסאך ליטווישע-ירושלימע,
למעשה תשמ"ט איז ער געוועהן מיט ג' און נישט מיט ראממש"ך, אבער עפעס א מימרא איז נתפרסם געווארן משמו מיט א זלזול קעגן דעם גערער רבי (לב שמחה) און נאכדעם איז ער געלעגן אפאר טעם אין שפיטאל)
און אנטשולדיג אז איך האב נישט געשריבען דאס ווארט "פרוש", אין מיין פריערדיגע תגובה, איך האב געוואלט יוצא זיין מיט'ן דגש אויף די ווארט ר' מאיר, אבער אנטשולדיג פאר'ן אייך מטעה זיין
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 525 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron