א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:23 pm

מארגען צופרי גייט זיין אוועילעבעל צו קויפען אויף עמעזאן. גיי דארט יעצט און זוכט Peh Sach און דארט וועסטו זען דער פון פאראיאר'ן. קוק דא פאר נאך אזעלכע ביכער וואס מ'קען קויפען אויף עמעזאן. אלס איז פריי"ם עלידזעבעל. ס'וועט זיין צען דאללאר אויף שווארץ און ווייס, און פינף און צוואנציג דאללאר אויף קאליר.

איך בעט די עולם אז ברגע דער לינק איז אין קראפט טון מ'קען עס קויפען אויף אמאזאן, זאל מען עס ארומשיקען אין די וואטסעפפ גרופע'ס ווי אימער מעגליך, כדי ס'זאל דערגרייכען אומעטום. איך ווייס אז ס'איז שווער צו דרוקען צענדליגער עקזאמפליערן און פארשפרייטען אין ביהמ"ד אומזיסט ,אבער ארומשיקען די לינק אז יעדער איינער זאל עס קענען קויפען איז פיהל לייכטער, ויפוצו מעינות החכמה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:28 pm

כ'האב מיך אוועקגעזעצט פאר עטליכע מינוט ליינען (אויף מיין פאון) און איך האב אנגעהויבן פון אונטען, די אינטערוויו מיט @קעלנער. איך האב קריטיקירט קעלנער ווען כ'האב געהאט קריטיק טאקע, מוז איך אים גראטולירן יעצט. אילו פינו מלא וכו' אין אנחנו מספיקים להודות. דיין קוראזש, פרעסיסטענס און טון למעשה איז א שטארקע אינספערעישאן. די זכות זאל ביישטיין אז דו זאלסט זעהן גוטע פירות פון דיין ארבייט.

כ"ד ידידך
הוגה


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:31 pm

די שווערע ארבייט זעהט זיך אן אויף יעדן בלאט. דאס איז פסח'דיגע קאווע, רחיים של יד. באמת א הערצליכע דאנק פאר עורך, גראפיקער, רעדאגירער, און פינאצירער.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3812 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:35 pm

איך האב אויך געבלעטערט א ביסל. איינס נאך איינס איז עס א מייסטערווערק.
א. דער רעדאגירונג, עכ"פ פון מיין ארטיקלען, איז מיט אזא מומחיות. ס'ליינט זיך געשמירט, אבער מ'האט נישט צוגערירט די תוכן קיין כי הוא זה. איך האב מורא געהאט אז אן ארטיקל וועגען הרב שך וועט שווער רעדאגירט ווערען, און למעשה איז עס געטריי אין גאנצען, אבער ס'ליינט זיך.
ב. די פארשידענהייט פון טעמעס איז עפעס אויסנאמליך. דאס איז תהלתינו ותפארתינו דא אין שטיבל אז ס'פארנעמט א ריזיגע פארשידענהייט פון מענטשען און מיינונגען, און אלע לעבען מער ווייניגער בשלום.
ג. די גראפיקער האט געטוהן אזא מין ארבעט! ס'האט זיך געלוינט די צוויי טעג פון שפילקעס אויסצוווארטען ביז ס'ענדיגט זיך.
ד. מ'האט באשריבען הרבנית דיסקין, איינע וואס איך וויל שוין לאנג וויסען מער אויף איהר. איך האב עס טאקע נאך נישט געליינט, איך 'על עס לאזען אויף יו"ט, אבער אינטרעסאנט איז עס שוין.
ה. דאס איז אלס שלא ע"מ לקבל פרס! וואס טוט זיך דא? פארוואס און פארווען? דער עולם איז גרייט! מ'מיינט אז אן די קאפיטאליסטישע סיסטעם איז אלס אוממעגליך, אן דער רייץ פאר געלט וואלט גארנישט פאסירט. והנה און נון! ס'איז בכלל נישט אמת. מענטשען נעמען זיך אונטער, מ'ארבעט, מ'העלפט אויס און מ'שטעלט זיך צו. אוודאי וואלטען מיר געוואלט מאכען געלט אויך, אבער ס'איז דא אומזיסט אויך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:41 pm

...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יודישע שרייבער אום מיטוואך אפריל 20, 2016 9:48 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:45 pm

ממש נתפעל צו ווערן וויפיל טאלאנט געפונט זיך צווישען אונז -
כ'האב באשטעלט ארויסצופרינטען דעם גאנצן קונטרס אויף גרויסע פאפיר, אויסער דעם ארטיקל פון @הוגה
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8434 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:47 pm

סוואלט געווען כדאי צו עפענען אן אשכול ספעציעל פאר קאמענטארן אויף אינדיווידועלע ארטיקלען.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:57 pm

טעות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך אפריל 20, 2016 10:06 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך מ גפני » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:02 pm

וואו 184 זייטן אנגעפילט מיט געלונגענע ארטיקלן ממש לא נראה כבושם הזה, פרעג איך אייך האט זיך נישט געלוינט זיך איינצורייסן אז דער שטיבל זאל בלייבן אפען? ווי אזוי וואלטן מיר געפראוועט יו''ט אן דעם

Sent from my VS987 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:06 pm

וכדומה.. האט געשריבן:סוואלט געווען כדאי צו עפענען אן אשכול ספעציעל פאר קאמענטארן אויף אינדיווידועלע ארטיקלען.

די מחברים קענען ארויפלייגען זייער ארטיקל אלס א נייער אשכול און אויף דעם קען זיך פארעמען א שמועס
וכן נוהגין במקומינו מקדמות דנא
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 857
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:09 pm

ניין. קיינער זאל ביטע נישט ארויסלייגן קיין ארטיקלען ביז חול המועד, און אויך דאן צוביסלעך, נישט פערציג ארטיקלען אויף אמאל.
ווער עס וויל ארויסשטעלן זיין ארטיקל זאל עס קודם באשטעטיגן מיט מיר.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2419
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4927 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6774 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:44 pm

מ'האט מיר שוין צוגעכאפט אלע ווערטער אויסוואלן צו באוואונדערן דעם פה סח II, וועל איך זיי טיילווייז מוזן איבערניצן. ס'איז אומגלובליך וואס דא האט פאסירט. פון א סייט וואס האט זיך געוואקלט ווי א גוסס, איז נולד געווארן א בריה חדשה פון טאלאנט, תורה און דעת.

רבותי, ס'דא א מאן מיט'ן נאמען @כוכב וואס באהערשט כוחות וואס מיר פשוטע מענטשן פארשטייען נישט. א מאן מיט פרינציפ, דרייוו, און שיקול הדעת וואס איז א זעלטנהייט בפונדק אחד. א אומברעכבארע רצון צו ממלא זיין זיינע צילן. ער איז דער גורם פאר די אויפוואכונג פון קאווע שטיבל, ער איז דער אויפוואכער פון אזוי פיל אלטע און נייע שרייבער.

נעמטס א מינוט צו פארשטיין וואס ער האט געטוהן אין די עבר און יעצט מיט'ן פה סח. ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר דיין פרעזענדליכע הנאה, און בחינם.

איך וויל אויך ארויסברענגן מיינע געפיהלן כלפי די גראפיקער אלקנה. אלקנה לעבן, כ'ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער דו ביסט באשאנקן מיט ארטיסטישע טאלאנט פונעם העכסן קאליבער. דיינע גראפיקס זענען מייסטרעפול, רייך, מאדערן און שארף.

און צו אלע קאלעגע מגיהים מיינע. איר האט געבראכן היסטאריע! ראש בראשון @געוואלדיג. רבותי, געוואלדיג האט דא אפגעראכן דעם סדר פאר אפאר וואכן יעדן טאג. די כוחות און פירערשאפט טאלאנט ער האט באווייזן איז היסטאריש. געוואלדיג האט געשוויצט יעדן טאג מיט א געוואלדישע מסירות מבקר עד הערב.

ווען @שמעקעדיג נעמט אן ארטיקל מגיה צו זיין, דארף עס נישט 4 הכשירים ווי בודק שאלאטן. ער טוט א פערפעקטע זשאב. יישר כח פאר'ן אזוי הערליך שיין מגיה זיין מיין ארטיקל. איי לאוו יו מיי דיר האלי בראדער!

איך וויל פארענדיגן מיט'ן באדאנקן @כעלעם'ר מגיד (שוין גוט געספעלט?) פאר זיין הילף מיט מיין הגה אחריות'ן, ווי אויך פאר'ן נעמען אויף זיך פילע ארטיקלן צום מגיה זיין.

ואחרון מורינו @ונבנתה העיר פאר'ן זיך אראפלאזן פון זיינע הפלא'דיגע שרייב טאלאנט, צו זיין אוועליבעל אויף עבודת הגה. יו ראק מיי פרענד!

קלאפטס אייך אלע אין בייכל פאר וואס איר האט באווייזן. איר זענט א גרופע פון משוגע געלונגענע מענטשן.



נ.ב. מזל טוב צום 1000'סטן דאנלאוד.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4853
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מיטוואך אפריל 20, 2016 11:44 pm

עמיר עס ארויס פרינטן און איינבינדן אין א לעדערנע דעקל א מתנה פאר די איידעם לכבוד פסח.

@כוכבים המאירים בעי שיבוחי
יישר כח כוכב. און אלע שרייבערס, גרעפיק דיזיינערס, נדיבי עם און אלע מוציאים לאור.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך דריידל » מיטוואך אפריל 20, 2016 11:53 pm

אנבעליוועבל וואס דא טיט זיך. איך ליין די פה-סח אויסגאבע מיט א פארכאפטע אטעם און נאך יעדע פאר שורות זיך איך די לייק קנעפל.

נאך די פאריעריגע פה-סח האב איך געקלערט, נו, ס'איז אן איינמאליגע זאך - א יוצא מן הכלל. אבער אז ס'זאל אנגיין יערליך ביתר שאת האב איך נישט געחלומ'ט.

רבותי, מיר פארמאגן אוצרות פון טאלאנט און ווען נישט קאווע שטיבל ווי וואלט מען עס געקענט ארויסגעבן? דעריבער טייערע עסקנים, תחזקנה ידיכם!
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 20, 2016 11:57 pm

סאיז עפעס אזוי נישט קאווע שטיבלדיג אן אשכול מיט זירא קריטק , ריין קאמפלימנטס.
סמיז זיין מרעד פון א פראדוקט וואס איז א באמת א מושלם
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך לאשיצער » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:03 am

ירח בן יומו האט געשריבן:עמיר עס ארויס פרינטן און איינבינדן אין א לעדערנע דעקל א מתנה פאר די איידעם לכבוד פסח.

דאכט זיך אז רוב פון @אלקנה'ס אויסערגעוויינליך קינסטלערישע גראפיקס זענען אין וועקטאר פארמאט! :o https://en.wikipedia.org/wiki/Vector_graphics
קען מען ארויסדרוקן דעם פה-סח אויף סיי וועלכער גרייס פאפיר (פון קליינינקע בראשורן ביז ריזיגע פאוסטערס) און זיי וועלן אויסזען פונקט אזוי פערפעקט און פראפעסיאנעל...!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:54 am

מ׳איז מיר שוין פארלאפן דאס וועג, כ׳האב שוין נישט די ווערטער, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, במילא דאנקע שיינע צו ענק אלע, וויאזוי פלעגט נאר די באבע זאגן: אן דיין הילף ווייס איך נישט וויאזוי ס׳וואלט געווארן פסח!

א זייטיגער נקודה, כוכב איז ריזיג אין קאסטומער סערוויס, אלע וואס האבן געדיעלט מיט אים אין פרייוואט וועלן דאס מודה זיין. א עקסטערע הנאה איז געווען צו ליינען יעדע פון זיינע אפדעיטס, אלעס איז געווען געפלאכטן פון סארקאסיזם הומער יאגעניש און תכלית, אבער אלעס מיט א מאס, געגאסן פונקטליך מיט א גוטע רעצעפעט.

געוואלדיג פון זיין זייט האט אראפגעלייגט א גוטן ארבעט, געברענגט די ריעל טיים אפדעיטס און איבער אלעם לאזט ער אלע לקיקות פאר כוכב׳ן (נישט שיין מר כוכב, לאז אים אויך אנהייבן א אשכול און באקומען אפאר פינגער)

א עקסטערע דאנק פאר די הנהלת השטיבל וואס האבן זיכער געמאכט אז די בעננער זאל נישט שטערן פאר די טעלפוין באניצער.

ואחרון אחרון חביב די חשובער גראפיקער אלקנה, א עכטער מייסטער ווערק, און א באזונדערע דאנק פארן צושטעלן די בילדער פאר מיין ארטיקל. א ווארט קריטיק: פארוואס באהאלטסטעך?

איך רעד שוין ווי דער אונגערישער הדיוט קופץ בראש, קוים אנגעקומען אהער און שוין טייל איך דעות, אבער ווי זאגן זיי: ׳פה-סח׳- דאס פרייהייט פון ווארט!
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1758 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:28 am

@אלקנה, די עולם זיכט דיר צו לייקן, זאג עפעס אין יעדער וואס וויל די דאנקן פאר דיינע ארבייט וועט דארט צאלן מיט א לייק, טאמער האסט נישט וואס צו זאגן אדער ביסט צו אויס געהארגעט צו שרייבען עפעס איז גענוג טאמער זאגט ״בוווווו״ אבער ערגעץ דארף מען קענען ווייזען הכרת הטוב
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2131 מאל

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:54 am

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:@אלקנה, די עולם זיכט דיר צו לייקן, זאג עפעס אין יעדער וואס וויל די דאנקן פאר דיינע ארבייט וועט דארט צאלן מיט א לייק, טאמער האסט נישט וואס צו זאגן אדער ביסט צו אויס געהארגעט צו שרייבען עפעס איז גענוג טאמער זאגט ״בוווווו״ אבער ערגעץ דארף מען קענען ווייזען הכרת הטוב

ג"א מצטרף להנ"ל בכל תוקף ועוז
איך אישי איהם אריין אבער והילד אלקנה איננו.
אלקנה טייערע קום ארויס פון דיין באהאלטעניש, איך וויל די געבען א קיש אין בעקעלע.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך זבולון » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 5:44 am

א וואונדערבארע ארבעט!!
חכמה מפוארה בכלי מפואר.
און אן עקסטרע איבעראשונג איז געווען די גרעפיק.
ממש אין מילים!!
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 9:07 am

א ריכטיגע עונג יום טוב
ישר כח!!!!!!
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1402 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 11:52 am

שמעקעדיג האט געשריבן:אין קנאפע 2 שעה, ארום 570 דאונלאודס. כ"י.

אראפגעלאדנט 1545 מאל!!!
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך שמיטשיק » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:18 pm

און וואס איז נאך געבליבן צו צולייגן?

ווי אחסיד האב איך אנגעהויבן פונעם לעצטן אינטערוויא מיט @קעלנער, אנבעליוועבל וויפיל ארבעט דער האט אריינגעלייגט דורכאויס די אלע יארן

א דאנק דיר @כוכב א דאנק דיר @געוואלדיג און אלע אנדערע שרייבער און מגיהים!
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:22 pm

יודישע שרייבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין קנאפע 2 שעה, ארום 570 דאונלאודס. כ"י.

אראפגעלאדנט 1545 מאל!!!


דאס איז בכלל נישט ריכטיג, ווייל עס איז אויף טעלעגרעם און עס ווערט גענידערט טויזענטער מאל אן ווערן געציילט דורך ק"ש'ס צייל קראפט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:28 pm

Wow wow!!!! כוכב, געוואלדיג, די ארבעט איז אין לתאר ואין לשער. און עקסטער פאר ר' אלקנה, להגדיל תורה ולהאדירה במלא מובן המילה ממש!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט