בלאט 1 פון 1

א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 6:25 pm
דורך כוכב
עס איז אונז א כבוד און פארגעניגן פארצושטעלן דעם רייכן אויסגאבע “פה-סח II" וואס אנטהאלט א הערליכן ליקוט פון גייסטרייכע ארטיקלען לכבוד יום טוב, ערצייגט דורך די סאמע בעסטע שרייבערס פון קאווע שטיבל, און גראפירט דורכ'ן מייסטער גראפיקער ר' אלקנה.

ארויסצוגעבן דעם פה-סח איז אריין אומגעהויערע כוחות פון טעג און וואכן. עס איז אונזער האפענונג אז די מי וועט זיך אויסצאלן און איר וועט הנאה האבן פון דעם ענדגילטיגן פראדוקט. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם פה-סח אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה. אויך וועט זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן א קאלירטן ביכל אויף אמאזאן, און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

די אויסגאבע ווערט ארויסגעגעבן אן קיין שום זייטיגע אינטערעסען, בלויז צו שאפן פאר אידן אן עונג יום טוב. דערפאר, טוט אלעס וואס איר קענט אז דער פה-סח זאל אנקומען צו ווי מער אידן. שיקט א לינק צו אלע אייערע ידידים און מאכט קאפיס פאר אייערע פריינט אין ביהמ"ד, און זאל דאס פרייהייט פונעם ערליכן ווארט דערגרייכן איבעראל.



א חג כשר ושמח וואונטשט אייער פריינט,

כוכב