בלאט 4 פון 5

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 24, 2016 10:58 pm
דורך קאווע טרינקער
@ליטוואק פון בודאפעסט'ס מאמר וואלט איך נישט רעקאמענדירט צו ליינען, ס'מלא שקרים וכזבים, ליצנות פון פריערדיגע גדולים, אלץ אבי גרויס צו מאכן א מלחמה גייציגער ראש ישיבה פון בני ברק. דער שרייבער פארדעקט די שווארצע קאפיטלען מיט א "וד"ל", און איז מלבש זיינע דורכפעלער מיט "מדריגות", בעוד וואס אינעם בית ישראל'ס מסירת נפש פאר אידישקייט איז אונטער א פראגע צייכן, און ליובאוויטשע רבי'ס תורה, און רשות צו הנהגה זעהט ער נישט גארנישט.
דאס איז שוין נאכן הגה פון @ונבנתה העיר.

אז דו ווילסט טוישן היסטוריה, און פאראייביגען דעם ראש ישיבה בדרך כבוד, דארפסטו קענען צוויי זאכן:
א) שרייבן. נישט רמזים און קיצורים.
ב) איבעררעדן, נישט זיך רייצן.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 24, 2016 11:17 pm
דורך יואב
וכדומה.. האט געשריבן:די ערשטע נאכט יו"ט זיץ איך אין שול מיט א רואיגקייט ווען פלוצלונג לויפט א אינגערמאן צו מיין טיש מיט א אימפעט, ווייל די טושטוך האט זיך עטוואס פארריקט און די טיש האט זיך ארויסגעזעהן, ער קומט מאכן כסוי הדם..

א שמייכעל האט זיך צושפרייט אויף מיינע ליפן ווען אין קאפ איז מיר ארויפגעשווימען @יואב'ס פה סח ארטיקעל.

#פה_סח_II

דער קרעפל ווי ווייט איך ווייס דאווענט אין יעדן שול; אין געוויסע בתי מדרשים דאווענען גאר מער וויי איינער.

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 24, 2016 11:44 pm
דורך אויס מענטש
קאווע טרינקער האט געשריבן:@ליטוואק פון בודאפעסט'ס מאמר וואלט איך נישט רעקאמענדירט צו ליינען, ס'מלא שקרים וכזבים, ליצנות פון פריערדיגע גדולים, אלץ אבי גרויס צו מאכן א מלחמה גייציגער ראש ישיבה פון בני ברק. דער שרייבער פארדעקט די שווארצע קאפיטלען מיט א "וד"ל", און איז מלבש זיינע דורכפעלער מיט "מדריגות", בעוד וואס אינעם בית ישראל'ס מסירת נפש פאר אידישקייט איז אונטער א פראגע צייכן, און ליובאוויטשע רבי'ס תורה, און רשות צו הנהגה זעהט ער נישט גארנישט.
דאס איז שוין נאכן הגה פון @ונבנתה העיר.

אז דו ווילסט טוישן היסטוריה, און פאראייביגען דעם ראש ישיבה בדרך כבוד, דארפסטו קענען צוויי זאכן:
א) שרייבן. נישט רמזים און קיצורים.
ב) איבעררעדן, נישט זיך רייצן.

ממש אזוי געטראכט ביים ליינען, גארנישט געשריבן, גארנישט געזאגט, שטותים מיט הבלים, גוט פאר אן ארטיקל אין צייטונג, בקיצור גערעדט און גערעדט און גארנישט געזאגט, ארויסט מיט מער קשיות ווי בעפאר,
איין פשוטע קשיא וואס אין די וועלט האט רב שך געוואלט פון דעם חבדסקער ? אים געמאכט פאר אן אפיקורוס און איך ווייס וואס נאך אלעס וועגן צוריק געבן שטחים ?! און וועגן ער האט זיך געדאגהט פארן כלל ? איך הייב נישט אן צו פארשטיין.
און מען טאר נישט פארגעסן אז דאס איז געווען גאר גאר א שמוציגע פייט קעגן א גאנע עדה על לא עוול בכפם, מילא סאטמאר האט געהאט א תי' זיי פארכאפן חסידים און זיי זענען ציונים וכו' וכו' אבער רב שך פון בני ברק ביז דעם חבדסקער פערזענליך ?
קיין איין מערכה איז נישט פארענטפערט געווארן, נאר א גאנצע געפירקלעריי מיט תוירע און תוירע און תוירע, טיפיקעל ליטווישע געמויזעכץ .
פארגעס נישט סאיז נישט קיין ראטה ברודער פייט, אן ערנסטער פייט וואס האט אריינגענומען ריזיגע חלקים פון כלל ישראל!

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 24, 2016 11:52 pm
דורך אויס מענטש
א געשמאקער קונטרס פול מיט חן
די וואס האט מיר די מערסטע געכאפט איז :
@שלום שטיסל א געוואלדיגע גוטע ארטיקל !
יואב איז דאך אפגערעדט

און הוגה איז אויך שיין און רייך
עיברעהעם לינקאלן איז פיין ,
שש משזר איך מיין אז מיין שלום בית דארף שוין מער פראפעשינעל העלפ איך אישי מיר שוין מיט ברסלבער פארדעם,
און די איבריגע איז ווען איך וועל האבן צייט.

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 7:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאווע טרינקער האט געשריבן:@ליטוואק פון בודאפעסט'ס מאמר וואלט איך נישט רעקאמענדירט צו ליינען, ס'מלא שקרים וכזבים, ליצנות פון פריערדיגע גדולים, אלץ אבי גרויס צו מאכן א מלחמה גייציגער ראש ישיבה פון בני ברק. דער שרייבער פארדעקט די שווארצע קאפיטלען מיט א "וד"ל", און איז מלבש זיינע דורכפעלער מיט "מדריגות", בעוד וואס אינעם בית ישראל'ס מסירת נפש פאר אידישקייט איז אונטער א פראגע צייכן, און ליובאוויטשע רבי'ס תורה, און רשות צו הנהגה זעהט ער נישט גארנישט.
דאס איז שוין נאכן הגה פון @ונבנתה העיר.

אז דו ווילסט טוישן היסטוריה, און פאראייביגען דעם ראש ישיבה בדרך כבוד, דארפסטו קענען צוויי זאכן:
א) שרייבן. נישט רמזים און קיצורים.
ב) איבעררעדן, נישט זיך רייצן.

וועלכע ארטיקל? ס'איז דא דריי

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 9:36 am
דורך קל וחומר
איינער זאגט מיר אז די ארטיקל פון רב שך איז לכתחילה אויף א סארקאסטישע-ליצנות-סטיל, ליטוואק, קענסטעס באשטעטיגן?

(ס'נאר א פלא פארוואס א ליטוואק זאל מאכן ליצנות פון די אייגענע).

נ.ב. ונבנתה האט מיר געזאגט אז ער האט זיך אפגעזאגט פון מגיה צו זיין דעם ארטיקל.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 12:39 pm
דורך אויס מענטש
רבותי סאיז אפי' נישט ווערט עס זאל ווערן דערפון א שמועס לאמיר עס אפי' נישט געבן נעגעטיוו אטענשאן
ליטוואק מה לך אצל תולדות אישים לך לך אצל חקירות וחלוקות.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 4:10 pm
דורך זבולון
איך זעה אז ליטוואק׳ס מאמר אויף הרב שך, גייט ברענגען אסאך היץ. און איך מיין אז ער איז געווען גרייט דערפאר.

אבער איין בקשה האב איך, ביטע לאמיר זיך קאנצעטרירן לגופו של ענין, יעדער איינער קען זיך חולק זיין אויף ליטוואק׳ס אבזערוואציע, אבער נישט לגופו של אדם. עס פעלט נישט אויס צו אטאקירן אדער מזלזל זיין אין איהם פערזענליך.

ער מעג האבן א דעה פונקט ווי יעדער האט א זכות, דא איז קאווע-שטיבל, והיא תהילתנו.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 4:56 pm
דורך אויס מענטש
זבולון האט געשריבן:איך זעה אז ליטוואק׳ס מאמר אויף הרב שך, גייט ברענגען אסאך היץ. און איך מיין אז ער איז געווען גרייט דערפאר.

אבער איין בקשה האב איך, ביטע לאמיר זיך קאנצעטרירן לגופו של ענין, יעדער איינער קען זיך חולק זיין אויף ליטוואק׳ס אבזערוואציע, אבער נישט לגופו של אדם. עס פעלט נישט אויס צו אטאקירן אדער מזלזל זיין אין איהם פערזענליך.

ער מעג האבן א דעה פונקט ווי יעדער האט א זכות, דא איז קאווע-שטיבל, והיא תהילתנו.

בשם די גאנצע חבריא ווילן מיר אים בעטן, זאל ער מקיים זיין דעם חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, און פארענדיגן דעם מאמר, און אראפלייגן דעם גאנצען בילד. והיא תהלתו

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 8:43 pm
דורך טאמבל סאס
נישט בשמי. האסט מיר נישט געפרעגט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 9:05 pm
דורך ווייל אזוי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער רעדאגירונג, עכ"פ פון מיין ארטיקלען, איז מיט אזא מומחיות. ס'ליינט זיך געשמירט, אבער מ'האט נישט צוגערירט די תוכן קיין כי הוא זה. איך האב מורא געהאט אז אן ארטיקל וועגען הרב שך וועט שווער רעדאגירט ווערען, און למעשה איז עס געטריי אין גאנצען, אבער ס'ליינט זיך.



ער האט גאנץ גוט געוויסט אז זיין ארטיקל טויג נישט

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 9:51 pm
דורך ירא שמים
טאמבל סאס האט געשריבן:נישט בשמי. האסט מיר נישט געפרעגט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מי טו.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 25, 2016 10:06 pm
דורך בן נריהו
.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 9:44 am
דורך כוכב
איך וויל בעטן אז אויס מענטש זאל צוריקגיין צו זיין לאך און לאזן דא אנגיין א געהעריגע דעבאטע. איך האב אויך געליינט דעם מאמר אויף הרב שך און כ'זע נישט פארוואס ליטוואק זאל נישט מעגן מיטטיילן זיין פערספעקטיוו. מ'מעג זיך דינגען אבער אן די שנאה און האס, נאר מיט רעספעקט. ונבנתה העיר האט אויך געזען דעם מאמר און האט נישט אזוי געשפרינגען ווי די קטני המח וואס קענען נישט הערן ווען איינער זאגט אנדערש.
בנוגע הרב שך זעלבסט האט ער זייער שיין געזאגט און הגם עס איז נישט אין גייסט פון דאמב... זענען דא הונדערטער טויזנטער אידן וואס טיילן דעם בליק אויף הרב שך. דאס אראפרייסן הרב מגער והרב מליבאוויטש איז טאקע זיין שמאלע בליק וואס זעט זיך אלעמאל ווען עס קומט צו חסידישע רביים, אבער, בארואיגט ענק, טויזנטער אידן האלטן אויף דעם ליבאוויטשער פיל ערגער און מ'דארף נאכנישט פאר דעם ווערן אויס מענטש.

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 12:32 pm
דורך דעת תורה
די אפיציעלע "פארווערטס רעדאקציע" רעקאמאנדירט שטארק די אויסגאבע.

http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... y-hasidim/

ווייס איך נישט פארוואס זיי קענען נישט צושטעלן א לינק דערצו.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 12:49 pm
דורך שלום שטיסל
פארשטייט זיך אז זיי הייבן ארויס די ארטיקל פון @ראובן וואס כדרכו איז זיין פארש ארבעט רייך אמת׳דיג, און נעמט ארום אלע קרייזן, ער לאזט נישט איבער א ווינקל ווי מ׳זאל זיך קענען קריגן מיט אים, כאטש פאר אונז איז עס נאר געווען א שטיקל חזרה איז עס אבער געווארן פריש מלוקט ומבואר.

אויך נאמענירן זיי די ארטיקל פון @הוגה וואס אגב האט מיר אויך זייער געכאפט, קודם האב איך איך עס אנגעקוקט ווי דער וויל מאכן ליצנות אבער אחר העיון בין איך ממש נתפעל געווארן פון די שטיקלעך פון רבי שמשון רפאל, סאיז דאך אזוי ריין אמת און קרוב אל השכל. די ערשטע מאל וואס די ׳גיי גרין׳ מאוומענט הייבט מיר אן אריינצוגיין אין קאפ, כאטש איך גיי ווארשיינדליך נישט טוישן צו פעפערליס ביללס, דאך וואלט איך געקענט באשטיין אז די ניו יארק טיימס אדער אנדערע גרויסע באניצער זאל גיין דיגיטעל.

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 1:15 pm
דורך טאמבל סאס
דעת תורה האט געשריבן:די אפיציעלע "פארווערטס רעדאקציע" רעקאמאנדירט שטארק די אויסגאבע.

http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... y-hasidim/

ווייס איך נישט פארוואס זיי קענען נישט צושטעלן א לינק דערצו.

אפשר איז אזוי כדאי אזוי די לייענער זאלן באזוכן אהער.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 2:18 pm
דורך אויס מענטש
כזעה נישט ווי מהאט אראפ געריסן ליטוואק,

כהאב אויך נאר געוואלט מיט טיילן מיין פערספעקטיוו...

וואס @ונבנתה האט געטון איז נישט קיין שום חילוק, מ'מעג נאך אלץ ארויס ברענגען די נקודה אז אויב האט מען באשריבן הרב שך'ס מערכות, אויף אזא וועג, איז עס נישט צום זאך זהו.

מרעדט דא אז די ארטיקל האט בכלל נישט פארענטפערט די ענינים אויף וואס ער איז געווען לכתחילה באזירט, אויב הרב ליטוואק וויל סתם באשרייבן הרב שך מיט זיין תורה בליק, איז עס זייער פיין, זייער גליייך, אבער מהאט דא דן געווען, אויב עס מאכט סענס די באשרייבונג אויף די נושא פון חב"ד.

און לאמיתו של ענין האב איך גארנישט געוואלט שרייבן נאר אז איינער האט שוין געפענט דעם קראן, און גערעדט פון דעם נושא, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן.

יחי "חופש הביטוי" בשטיבלינו!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 2:22 pm
דורך ריכטיג
ס'איז דא דארט א לינק צום אשכול.
די אַרטיקלען זענען יאָ אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים פֿונעם מחבר ‏(אָדער מחברטע‏) מיט וועלכן ער אָדער זי שרײַבט אויף „ קאַווע־שטיבל
הערסט @געפילטע פיש?

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 2:49 pm
דורך דעת תורה
ריכטיג האט געשריבן:ס'איז דא דארט א לינק צום אשכול.


זיי האבן הפנים (צו אויסבארגן א ווארט פונעם פארווערטס - כאטש איך פארשטיי נישט פונקטליך די שייכות פון די ווארט צו דאס וואס זי וויל ארויסברענגען -) געליינט מיין קריטישע קאמענטאר אז ס'איז נישטא קיין לינק, האבן זיי עס צוגעלייגט.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 6:22 pm
דורך שמעקעדיג
מיר האלטן שוין ביי קרוב צו צוויי-אהאלב-טויזענט דאונלאודס, בליעה"ר. איך בין נייגעריג אויב עס איז שוין אמאל געווען אזא צאל דאונלאודס אין דער געשיכטע פון קאווע שטיבל.

(די פאראיאריגע פה-סח איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף אזא אופן אז מען קען נישט זעהן דעם סכום דאונלאוד'ס.)

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 6:51 pm
דורך זבולון
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האלטן שוין ביי קרוב צו צוויי-אהאלב-טויזענט דאונלאודס, בליעה"ר. איך בין נייגעריג אויב עס איז שוין אמאל געווען אזא צאל דאונלאודס אין דער געשיכטע פון קאווע שטיבל.

(די פאראיאריגע פה-סח איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף אזא אופן אז מען קען נישט זעהן דעם סכום דאונלאוד'ס.)

וואס ווערסטו נתפעל פון די צאל פון דאונלאודס, איין מענטש קען מאכן אומלימיטעד דאונלאודס. (און פון די אנדערע זייט - צוויי מענטשן קענען לייענען איין דאונלאוד, מענטשן קענען דאונלאדן פון טעלעגראם, וכדומה).
וואס פונקטליך דערציילט עס?

Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 7:08 pm
דורך אבי גערעדט
זבולון האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האלטן שוין ביי קרוב צו צוויי-אהאלב-טויזענט דאונלאודס, בליעה"ר. איך בין נייגעריג אויב עס איז שוין אמאל געווען אזא צאל דאונלאודס אין דער געשיכטע פון קאווע שטיבל.

(די פאראיאריגע פה-סח איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף אזא אופן אז מען קען נישט זעהן דעם סכום דאונלאוד'ס.)

וואס ווערסטו נתפעל פון די צאל פון דאונלאודס, איין מענטש קען מאכן אומלימיטעד דאונלאודס. (און פון די אנדערע זייט - צוויי מענטשן קענען לייענען איין דאונלאוד, מענטשן קענען דאונלאדן פון טעלעגראם, וכדומה).
וואס פונקטליך דערציילט עס?

אקוראט אזוי, איך למשל, האב באקומען דעם אויסגאבע קודם דא אין שטיבל, דערנאך אויף וואטסעפפ סיי פריוואט סיי אויף גרופעס (מיט זייער לעצטע אפדעיט קען מען שעירן פידיעף'ס) און דערנאך אויף טעלעגראם סיי פריוואט און סיי אויף גרופעס, און צום לעצט אין א אלטמאדישן אימעיל. אבער נאך אלץ ווייזט דער נומער פון דאונלאודס די פאפולעריטעט פונעם פארום און די שטארקע טראפיק

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 26, 2016 8:47 pm
דורך כוכב
די אלע וואס האבן געשריבן ארטיקלען בשייכות צו פסח ווערן געלאדנט דאס ארויסצושטעלן.
@רויטע וואנצעס
@בר כוכבא
וכו'
ביטע שרייבן אויפ'ן קעפל פה סח 2

הודעהפורסם: מיטוואך אפריל 27, 2016 11:23 am
דורך בת קול
בעל מידות איך באוואונדער דיין ארטיקל.
ונבנתה העיר דיין בצאתי ממצרים איז טיף און מעכטיג.