ליטוואק׳ס בליק אויף רב שך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

ליטוואק׳ס בליק אויף רב שך

שליחה דורך שלום שטיסל »

ליטוואק האט אראפגעלייגט א יסוד אז ביי רב שך איז אלעס געווען תורה תורה תורה און דערמיט געצויגן ליטווישע מסקנות וואס ציהט זיך פון בני ברק ביז די גולן הייטס, היות איך בין נאכנישט אזוי איבערצייגט אז אלעס איז געווען תורה וועל איך אויפברענגן מיינע מסקנות און שטייטצעך סאיז אפען פאר דיסקוסיע.

איך זעה אין רב שך א תורה ריז וואס האט געגעבן שיעורים און זיך אפגעגעבן מיט תלמידים ביז ער איז געווארן איינגעטינקען אין פאליטיקס, פון דארט און ווייטער איז געווען דער עיקר פאליטיק און דערנאך תורה, די שיעורים און זיין אנוועזענהייט אין ישיבה איז פון דאן געווען שוואכער.

די הנחה אז די בית ישראל׳ס פטירה האט אים געמאכט נעמען שריט ווייל ביז דאן האט ער געהאט די בית ישראל וואס האט גערעדט זיין שפראך איז פאלטש. אלעס האט זיך אנגעהויבן כידוע לכל מיט די פטירה פונעם סטייפלער, ווילאנג דער סטייפלער איז געווען בתוקפו איז רב שך גארנישט געווען, סוף ימיו פונעם סטייפלער האט ער אנגעהויבן גרויס ווערן, אבער האט נישט געקענט איבערדרייען ווייל דער סטייפלער איז געווען דאס לעצטע ווארט בעולם הליטאי, ער האט נישט געהאט קיין טשענס איז ער געזיצן שטיל.

ועוד רגע אדבר: רב שך איז געווען דער ערשטער און דער איינציגסטער צו ליגן ראשו ורובו אין פאליטיקס און פאררופן גרויסע דרשות, נישט פארדעם און נישט נאכדעם סיי ביי די ליטאים און סיי ביי די חסידים איז געווען אזאנס (חוץ איטשע מאיר לעווין)

די מערכה מיטן ליובאווישט איז זייער פארנעפלט , איך טרוי מיך נישט אריינצורעדן קעגן רב שך אבער ווען פאליטיק מאכט דעם קעגנער פאר א כופר קוקט עס אויס ווי א מחלוקה שלא לשם שמים, יא דער ליובאוויטשער האט זיך געהאט זיינע שיטות ודיעות וואס האט אפשר געפאדערט א הבהרה אבער נישט ווען מ׳האט א זייטיגער חשבון מיט אים, און ווי איז דאן אריינגעקומען זיינע אנדערע התנהגות׳ער און וואס האט ער געדארפט רעדן פון אנדערע חסידות׳ער.

כ׳האב נאך אסאך צו שרייבן וועגן דער ארטיקל, אבער כ׳וועל קודם לאזן דעם עולם אויסרעדן, און דערנאך גיין ווייטער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום שטיסל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר