אינעם וועיטינג רום - פה סח II

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

אינעם וועיטינג רום - פה סח II

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איי, יונגערמאנטשיק, מ'דארף ווארעמען די בענקלעך, כי כה אמר ה' בענקלעך זאלסטו ווארעמען!

כי יצר לב האדם רע מנעוריו! שרייעט חבקוק [אה, נישט חבקוק?...] – כי ידעתי את יצרו, קרעכצט צפניה.

אן אויסגעקראכענעם קאפ האט ער געהאט, דער אלטער, אן אויסגעאקערטער שטערן. כ'גלויב אז קארבאן דעיטינג וואלט געקענט אנווייזען וועלכע שטריכן האט אפלטון געשאפען און וועלכע ליגן אויף ניטשה'ס חשבון.

געזעצן איז ער אינעם בענקל נעבן מיינ'ס זיצענדיג אין דעם וועיטינג רום פונעם דאקטאר'ס אפיס.

ער פארציילט מיר מיט אזא יודע-את-כל בליק אז די עוורעדזש 'וועיטינג טיים' דא אינעם אפיס איז צווישן פופצן און צוואנציג מינוט. ס'פארהאן וואס גייען זיך דעם אייביגן וועג שנעלער, און פארהאן וואס זענען זוכה צו פארברענגען דא לענגער; אבער סוף סוף קומט אויף יעדן די רייע - א געשטאלט אנגעטוהן אין ווייסן ערשיינט ביים טיר און רופט אויס: מיסטער סאו-ענד-סאו, און דאן העלפט שוין גארנישט, גראבע ווי דארע, נידריגע ווי הויכע, אלע ווערן פארשוואונדען אין יענעם טיר מער נישט געזעהן צו ווערן.

איך בין שוין נישט קיין יונגערמאן, זאגט ער אזוי מיט א חצי קרעכץ – חצי שטאלץ, כ'זיץ שוין לאנגע מינוטן דא אינעם וועיטינג רום. כ'קען דיר זאגן מיט א זיכערקייט אז אונזער תכלית דא איז צו ווארעמען די בענקלעך, אזוי אז ווען מען רופט אונז אויפן אייביגען וועג וועלן מיר קענען דערקלערן אז מיר האבן ווארעמע בענקלעך איבערגעלאזט פאר די פריש אנגעקומענע, נישט אין אונזער צייט זענען די בענקלעך קאליע געגאנגען.

נו, פרעג איך, און וואס וועלן די קומענדיגע טוהן מיט די ווארימע בענקלעך?

פארשטייסטו נישט אליין? עפענט ער א פאר אויגן, זיי וועלן ווייטער פירן דאס פלאם, אזוי וועט איינער פאר'ן קומענדיגן איבערגעבען די טייער-געהאלטענע בענקל.

און נאכדעם?

כ'מיין, צו וועלכן געגארטן תכלית ארבעטן די אלע? צו וועלכען ענדע ציעט זיך די ווארעמע קייט?

כ'ווייס נישט! זאגט ער, שוין חצי אויפגעברויזט, אבער דאס איז זיכער אז זיי זענען אלע ווארעמע טשערעפאכעס ביז אראפ...

-------------

אז ער האט מחליט געווען צו ברויזן האביך שוין געהאט די געלעגנהייט זיך אביסל ארומצוקוקן איבער'ן וועיטינג רום.

כ'זעה מענטשן פון אלע יארגענג – געוויסע זענען ערשט אנגעקומען עטליכע סעקונדעס צוריק, ניטאמאהל קיין פאות האט מען זיי שוין געמאכט. אנדערע האבן שוין אויסגעהארעוועטע רוקענס – מ'זאגט אז זיי זענען שוין דא גאנצע פופצן זעכצן מינוט.

עפעס טוהט זיך א רעש ביים טיהר וואו מ'קומט אריין, א קופקע לאכט און וויינט, ס'זעהט מיר אויס ווי א נייער מענטש איז אריינגעקומען אינעם וועיטינג רום. נתרפא כל המשפחה! הער איך ווייבערישע פרעפלערייען ווי עס זאל זיין עפעס א סגולה-זאג, דער עולם איז אין זיבעטן הימל, מ'פרייעט זיך אז נאך איינער איז דא, אבער די מבינים זענען שוין פארטיעפט אין אן ערענסטע דיסקוסיע וועמענ'ס נאז ער פארמאגט.

פארוואס מען פרייעט זיך ווייסט קיינער.

אין די זעלבע מינוט הער איך יאמערליכע יללות פון די אנדערע זייט צימער, דארט וואו די ווייס-באקליידעטע נורס רופט אריין. באקאנטע רייסן זיך די האר פון קאפ, מיט בלייכע פנימ'ער און גרינע אויגן קוקן זיי ווי זייער באליבטער טרעט איבער דעם שוועל.

פארוואס מען טרויערט ווייסט קיינער.

-----------

מיינע סעקונדעס זענען אויך נישט געבליבן שטיין, כ'קוק אויפן זייגער, גאנצע פינף מינוט געפון איך זיך שוין דא אין דעם געוואלדיגען מקום.

כ'באמערקט ווי עטליכע פון די פריש אנגעקומענע שושקען זיך ביי די וואנט, עפעס קאכן זיי זיך איבער א שטיקל וואנט.

מיין דאקטאר'ס אפיס איז גארנישט אנדערש ווי אייער'ס, מאיזה סיבה האט מען איהם אנגעווארענט אין קאלעדזש אז אויף די ווענט מוז ער הענגען אבסטראקטע מאלערייען, און פונעם דאך זאל ער לאזן הערן קלאסישע מוזיק קלאנגען.

כ'שאר זיך צו צום קופקע און ווי דערשיטערט בין איך געווארן צו הערן אז טייל פון בויטשיקעס זענען מטיל ספק אין די בענקל-ווארימען-תכלית. זיי ווילן א נייעם תכלית שאפן: לאמיר זיך פאר'חלומ'ען אויף די מאלערייען, לאמיר זיך צעשטורעמען אין א שטיקל בעיטהאווען...

איר הערט? א נייעם תכלית מאכן? קען מען דען 'מאכן' א תכלית?

ביז וואו וואס ווען האט מיין אלטער שכן שוין דערשנאפט די פרישע מרידה; טויט! שרייעט ער, מ'דארף די יונגען הענגען ביי די נעזער! פאר א ביסל סעלפיש, צייטווייליגע הנאות ווילט עטץ אלעס אונטערברענגען?! וואס מיינט עטץ, אלעס האט זיך אנגעהויבען ווען עטץ זענטס דא אריינגעקומען?!

----------

קוים מיט צרות שלעפ איך איהם צוריק צו זיין פלאץ.

זעהסטו, זאגט ער נאך עטליכע מינוט, עס איז א מאדנער מקום דער וועיטינג רום.

כ'געדענק נאך ווען כ'בין געווען קוים א פינף מינוט אלט, דאן איז דער בענקל-ווארימען סיסטעם נאכנישט געווען אין פולען קראפט, עטליכע פון די גאר אלטע, אזעלכע אכצן-ניינצן מינוט'יגע, זענען געווען פארנומען מיט עפעס אנדערש.

ער ווייזט מיר אהן אויף א ווינקל, דארט, זאגט ער, פלעגן זיך דרייען אסאך מוריטשקעס. די אלטע זענען געווען פאציאנירט מיט די לייטס אויפן דאך – זיי זענען געווען מלא התפעלות וויאזוי עס גיבט ארויס אזא ווארעמע ליכטיגקייט, זיי האבן געהאלטן אז די סיבה פאר'ן אפזיצען דא אינעם וועיטינג רום פאר אזעלכע לאנגע מינוטן איז כדי מיר זאלן צוקוועטשן מוריטשקעס אין עהרע פון די לייטס.

פרעג אבער נישט, יעדע פאר סעקונדעס האט אויסגעבראכן טויטליכע הריגות צו וועלכע לייט מען זאל די מוריטשקעס צעקוועטשן. אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר לאנגע מינוטן, ביז די יונגערע, ואני בתוכם, האבן ענלייטענט דעם עולם מיט די נייע בענקל-ווארעמען טעאריע.

זעהט אויס אז ס'איז נישט בידי אפצוהאלטן דעם געלויף, ענדיגט ער מיט יאוש.

----------

פלוצלינג פאלט א טעראר-שטילקייט אויפן גאנצן צימער – די טיהר הידוע לשמצה האט זיך געעפענט.

די פארהאסטע נורס קוקט אויפן צעטל; יא, מיין טייערער שכן ווערט אויסגערופען.

מיר געזעגענען זיך מיט פארטרערטע אויגן. נוץ אויס דיינע מינוטן ווי דו פארשטייסט, זאגט ער מיר, אבער איין זאך: אויב זאלסטו ווארעמען בענקלעך טוה עס אליין – מיט די אייגענע זיץ פלייש, מאך ווי עס איז געטון געווארן אלע דורות, מיר דארפן נישט די נייע עלעקטראנישע אויבער-חכמות.

----------

א שווייס-באגאסענער וועק איך זיך אויף פון חלום.

נעה, כ'געפון זיך גארנישט אין א וועיטינג רום, כ'בין נארוואס ארויסגעקראכע פון די מאמע אין מיימאנידיס – די ארומיגע שושקען זיך מיט פרייד, מען גרייט זיך שוין אויף מיין ברית.

כ'הער שמועסן אז דאנעלד טראמפ איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

נו, וואס פארשטייט א גוי צו אן עטרה?...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר