וככה תאכלו אותו (פסח II)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

וככה תאכלו אותו (פסח II)

שליחה דורך פליקער »

וככה תאכלו אותו

איצט אין די בעפארשטייענדיגע פסח טעג, וואס עסן וועט זיין א הויפט ארטיקל, וואלט איך געוואלט נעמען די געלעגענהייט אביסל איבערשמועסן דעם ענין פון עסן, וואס האט פאסירט מיט עסן במשך פון די יארן, וואס זענען די פראבלעמען וואס עסן האט מיטגעברענגט במשך הדורות, ווייץ וואס מיר האבן היינט, איז דאס די זעלבע ווייץ וואס מיר האבן אלע דורות האבן געהאט, אדער ניין?

ווי עס צייגט זיך אבער, האט פאסירט א שטארקע טויש אינעם פראדוקציע פון ווייץ. ווען די אינדוסטריאלע רעוואלוציע האט ארויסגעשפראצט מיט די טעכנאלאגישע כלים ווי קאמביין מאשינערי, און מעכאנישע ווינט שויוולער'ס און די טויש פון ווינט מיל'ס און רחיים של יד צו ריזיגע מאשין מילער'ס, וואס עס האט געברענגט מיט זיך איז א גרויסע פראבלעם, נעמליך אז מען האט פראדוצירט מער וויפיל מען האט געקענט ליפערן איידער עס איז פארדארבן געווארן, ווייל אמאליגע מעהל וואס איז געשטאנען איז פארדארבן געווארן, און איז נאר פארקויפט געווארן אין די לאקאלע מארק, און נישט געליפערט געווארן צו די גרויסע יריד'ן. זענען די עסן-פארשער און סייענטיסטן אויפגעקומען מיט א מהלך אז מען וועט אוועקנעמען די חלקים וואס ליגן אינעם ווייצל וואס פארדארבט עס, און אזוי וועט דאס האלטן מיט א לאנגע שעלף לייף אן ווערן פארדארבן פאר גאר לאנג, און אזוי וועט עס קענען ווערן א קאמאדעטי.

כדי דאס צו פארשטיין קלארער ברויך מען וויסן דאס פאלגענדע: א ווייץ איז די קערנדל פון וואס מען מאכט ברויט דורך צומאלן עס אויף מעהל. אינעם ווייצל זענען פארהאן דריי חלקים: חלק א' איז די שאלאכץ, דאס ווערט אנגערופן ברען, דאס האט אין זיך – ווי מען ווייסט שוין היינט – פיל נוטריענטס און הויעך און פייבער; חלק ב', 83 פערצענט פונעם ווייץ איז די מעהל, דאס ווערט אנגערופן די ענדאספערם, די חלק איז כמעט לויטער סטארטש; חלק ג' הייסט דזשערם Germ, האט אויך אין זיך פיל נוטרישענס, דאס שפראצט ארויס אין נייע ווייץ פלענטס געוואוקסן, אבער די דזשערם האט א פראבלעם אז ווי נאר עס קומט אין בארירונג מיט אקסעדזשין קומט ארויס אזא עסיד און הייבט אן פארדארבן די מעהל. דעריבער האט מען אמאליגע צייטן נישט געקענט האדעווען מעהל פאר קיין לאנגע צייט, ווייל נאך עטליכע חדשים (געוואנדן לויט די קלימאט) איז עס פארדארבן געווארן, על כן מיט טעכנאלאגיע האט מען באקומען די מאכט צו קענען אוועקנעמען און אפטיילן די דזשערם חלק פון די מעהל, און איינמאל מען האט געהאט מעהל וואס איז דזשערם פריי, האט זיך מעהל אנגעהויבן האלטן פאר כמעט אייביג. אזוי זענען זאכן פיין געפארן, מעהל האבן אנגעהויבן ווערן געליפערט מסוף העולם ועד סופו, געווארן א קאמאדעטי אן קיין אפהאלט.

Wheat.jpg


אבער מיט די צייט האט מען אנגעהויבן זען אז מחלות וואס זענען קיינמאל נישט געוועהן האבן זיך אנגעהויבן באווייזן, ווי הויט קראנקהייטן, עצירות אויף שרעקליכע פארמאטן, א.א.וו., און אויפן באשולדיגונגס באנק איז געזיצן נישט קיין אנדערע ווי די גרויסע מעהל קאמפאניס און די סייענטיסטן, ווייל זיי האבן ארויסגענומען די וויכטיגסטע חלק פונעם ווייצל און אונז איבערגעלאזט בלויז מיט די פראבלעמאטישע חלק, ווי די סטארטש אן קיין נוטרישן.

Science.jpg


אבער פאר ביזנעס קעפ איז יעדע פראבלעם נאר אן אפערטוניטי. דער פראבלעם האט געבליצט אין די סייענטיפישע מוחות אז עס איז נישט קיין פראבלעם, מען גייט צוריק אריינלייגן די נוטרישן אין די מעהל וואס מען האט ארויסגענומען, אזוי איז געבוירן געווארן די "ווייטאמין אינדוסטרי". די מושג בכלל פון אנקוקן עסן אלס א געזעמל פון נוטרישן, דאס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, נאר מען האט געגעסן וואס די וועלט האט באשאפן, די מילך, פלייש, אייער, פרוכט אדער וועדזשטעבלס, אן קיין מושג אדער אינטערעסע וואס און וויפיל וויטאמינען עס פארמאגט, און וויפיל מען איז מחויב צו עסן דורכאויס א טאג.

וואס האט פאסירט מיט די טויש איז נאך מער, עס האט געטוישט די בליק אויף עסן פון וואס מען זעט צו וואס מען זעט נישט, און מען ברויך הערן פון פראפעסיאנאלן מיט ווייסע חאלאטלעך זיי זאלן מחליט זיין און זאגן וואס עס איז גוט פאר מיר אדער נישט. דאס האט אנגעמאכט חורבנות נוראות וואס די נאכפאלגען ליידט מען עד היום הזה, ווייל אויב זענען די מבינים מחליט אז צוקער איז שלעכט און מען ברויך אוועקשטיין, גייט עולם-גולם פרעגן וויפיל צוקער איז אין א אראנדזש, אז עס האט אסאך צוקער ממילא איז עס געפערליך, בקיצור וואס עס האט פאסירט אז מען האט מער נישט געקענט מחליט זיין מיט די אייגענע שכל וואס עס איז גוט אדער נישט, איז עסן געווארן גענוי ווי א רעליגיע, נעמליך אז אליין וואס מיין שכל זאגט איז דעת בעל הבית, און נישט וואס ג-ט וויל, מען מוז הערן פון א רב אדער דיין, און דאס האט פאסירט מיט עסן, אז אליין וואס מען זעהט מיט די אויגן מוז נישט מיינען אז מען מעג עס נעמען אין מויל אריין, צומאל קען עס זיין געפערליך שעדליך.

מיט די צייט, אזוי ווי ביי רעליגיעס מוז מען אלץ האבן א שטן און א פגע רע וואס וויל זיך כסדר אריין כאפן און אונז פירן קיין גיהנם, און פונקט ווי ביי יעדע רעליגיע איז דא עבירות מיט מצוות, אזוי אויך איז געווארן ביי עסן נוטרישן, וואס ווען עס איז א רעליגיע איז פארהאן דערין טמא'נע טריפה'נע נוטריענט'ס און מצוה נוטריענט'ס, און ווייטער נוטריענטס וואס איז נאר א רשות. די עבירות טאר מען ח"ו נישט עסן אדער זענען אפילו אסור בהנאה, און די מצוה נוטריענ'ס איז די הלכה אז ווי מער מען זאמעלט איין אויף די וועלט אלס בעסער און העכער קומט מען אן.

Pear.jpg


דער פראבלעם איז נאר, אז מען קען זיך נישט פאראייניגן וועלכע עס איז א מצוה און וועלכע עס איז א עבירה. וואס עס איז א מצוה נוטריענט היינט איז אסור בהנאה מארגן, עטליכע מצוה נוטריעטס אלס ביישפיל איז, ווייטאמין סי, אמעגע 3, פראטין, וכו', און איוועל נוטריענטס וואס איז אסור צו קוקן אויף איז למשל סעטיארעיטעד פעט, טרענס-פעט, גלוטאן, קארבאהיידרעט, גלוקאס, פרוכטאס, און אזוי ווייטער, יו געט די פוינט.

און יעדע שטיק צייט ווערט מען געוואויר אז סייענס איז מודה אז די עבירה איז נישט אזוי גרויס, און א נייע עבירה ווערט באשאפן אנשטאט, ווייל די נוטרישעניזם רעליגיע מוז האבן א עבירה, איז ווען מען ווערט געוואויר אז סעטיארעיטעט פעט איז נישט ערלויבט, קומט מען ארויס מיט א קול קורא און ווערט אסור בתכלית האיסור, און מען טוישט פון פוטער אויף מארגארין, אלע עסן קאמפאניס ניצען אויס די געלעגענהייט תיכף ומיד אז זייער ברויט פארמאגט נישט אדער נאר ווייניגער סעטיארעטעד פעט, נאר צו געוואויר ווערן אפאר יאר שפעטער אז אין מארגארין ליגט טרענס-פעט וואס לכל הדעות געבט א הארץ אטאקע ווי נאר מען באניצט זיך דערמיט.

אה א נייע איסור, טרענס-פעט איז שרעקליך, די גאנצע בריאה קערט זיך איבער, וואס טוט מען, ווי אזוי נוצט מען אויס די געלעגנהייט ווען מען איז א עסן סוחר, מען טוישט די כעמיקאל פון טרענספעט, און מען לייגט ארויף גרויס רעש'יגע אותיות אז מיין אייזקריעם פארמאגט נישט קיין טרענספעט, דעריבער פארמינערט עס הארץ אטאקעס, ולמצוה גדולה יחשב, און ווען דער יוקל נוטרישעניזם גלויביגער קוקט און גלאצט אויפן באקסל וואס שטייט דערויף אז די קאפ קעיק אדער קוקי פארמיידט הארץ אטאקעס, פרעסט ער אריין ווי עס ברויך צו זיין, ווייל עס איז דאך צווישן די מצוות וואס מען ברויך טוען, אין די זעלבע צייט ווערט ער הויך אויף צוקער וואס ער כאפט נישט אז עס איז אויך אסור, ווייל די פיפיגע סוחרים באהאלטן די פאקט אז עס האט טאקע נישט קיין טרענס פעט אבער אנשטאט האט עס אנדערע פראבלעמען.

נאך איין חידוש וואס שטערט מיך געפערליך, הלמאי רייס קריספיס אדער מילך אדער אנדערע פעקעדזשד פראסעסט עסן וואס ווערט געמאכט אין א פלענט, אויף דעם שטייט אלץ אויף געשריבן מיט שרייעדיגע אותיות וואס עס היילט אלס אויס, און פון וויפיל מיני קענסער'ס מען שפארט זיך איין, למשל גרעיפ דזשוס ראטעוועט א הארץ, יא, און יעדע בר דעת ווייסט אויך אז עס איז איין שטיק צוקער, אדער למשל מילך לייזט די ווייטעמין D פראבלעם ווייל גאלדן פלוי מחמת רחמים וחסדים לייגן אריין פיפציג יוניטס פון ווייטאמין די, ס'ארא וויץ איז דאס, ווען די מינימאלע סכום איז פינף טויזענט יוניטס פון ווייטאמין די, און מען טרינקט מילך און מען ווערט אנגעפאשעט מיט פעט.

Fruitloops.jpg
Fruitloops.jpg (41.38 KiB) געזען געווארן 2189 מאל


אה פעט איז דאך געפערליך, די קאנגרעס אליין האט דאך אין זייער רעקאמענדאציע - בעיסט אויף א שטודיע אין 1970 דייעטערי גאול'ס פאר אמעריקע - פארלאנגט אז מען זאל פארמינערן די פעט אינטעיק מיט 30-40 פראצענט, ווייל זייער שטודיע האט קלאר געוויזן אז פעט מאכט א באבא, אלע קאלעסטראל קומט פון די פעטע בהמה פלייש, יא, איר ווייסט אויך אזוי, ניין עס איז אפגעוואנדען געווארן, עס איז שוין היינט קלאר אז קאלעסטראל קומט נישט פון פעט, יעדע מענטש מוז האבן פעט כדי להחיות נפש כל חי, ווי אין 2001 האט באשריבן די דעפארטמענט אוו נוטרישן פון הארווערד סקול אוו מעדיסאן, אז די קאנגרעס איז באגאנגען א טעות, און זייער שטודיע קען נישט איבערגעצייגט ווערן.

צו מאכן א סיום, מוז מען ווערן קלאר וואס מען טוט מיט די ערבוביא, די געפערליכע צומישעניש, וואס מעג מען עסן, וואס טאר מען נישט עסן. איז לכאורה מיין מיינונג, אז באמת מעג מען אלעס, נאר עס איז פארלאנגט אז מען זאל זיך אויפפירן נארמאל, זיך נישט לאזן נאך שלעפן נאך פיפיגע סוחרים אדער עסן שטופערס, דורך מאכן עטליכע נארמאלע גדרים וסייגים, וואס ברענגט צוריק די נארמאלקייט וואס מען האט געהאט איידער די טעכנילאגיקעל בום האט געפלאצט.

ווען דו עסט עס, און ווען דו עסט נישט עס נישט, לאז זיך נישט פארפירן, זעץ זיך אראפ עסן ווי א מענטש צי א פרישטאג לאנטש אדער סאפער, פארברענג ביים עסן דורך עסן שטייטלעך, נישט זיך געבן א ווארף אויף די עסן ווי א פארציקענדע לייב.. עס זאל נעמען דאס עסן סאפער כאטש אזוי לאנג ווי עס נעמט צו קאכן די סאפער. נישט עסן אין קיין קאר, אדער ביים קאמפיוטער, נאר ביי א טיש ווי דיין זיידע האט געטוען. אין דעם כלל גייט אריין נישט עסן ביי קיין פרעמדע קאמערשל עסן וואס האט זיכער קיין שום ווערד, פול מיט צוקער און פעטע גארבידזש, און אוודאי נישט עסן שפעט.

ווען דו קויפסט איין עסן, פרעג זיך זעלבסט א שאלה צי דיין זיידע וואלט עס דערקענט אלס א עסן אדער נישט. קויף נישט קיין שום עסן אדער טרינקען וואס דיין באבע וואלט פארטוישט אלס זייף אדער עסן פארן קי אדער האן, נישט קיין חילוק וויפיל געזונטהייט נאטיצן מיט רויטע ווערטער עס איז אויפגעקריצט דערויף. אין דעם כלל גייט אויך אריין נאר עסן זאכן וואס ווערן אמאל פארדארבן, נישט עסן זאכן וואס האלטן אייביג.

קויף נישט קיין שום עסן וואס איז אדווערטייזט. גייסט אין סטאר, גיי קודם צום שטילסטן פלאץ, דארט ווי די פרוכט און וועדזשטעבלס זענען אויסגעלייגט. דארט מאכט קיינער נישט קיין גרודער, קיין שום נוטרישענאל פעקטס איז נישטא ביי די באנענעס אדער עפל. די זעלבע זאך איז ווען דו הייבסט אן עסן, נעם קודם אפיר די באהאלטענע פרוכט, דערנאך עס די פאטעיטא ווען דו ביזט שוין מער-ווייניגער פול. אין דעם כלל גייט אריין, טרינק הויפטזעכליך נאר וואסער, מאך וואסער דיין אפיציעלע געטראנק, אפילו עס איז "דייעט קאלע" ריר נישט צו. וואסער איז געזונט, און ווען מען איז צוגעוואוינט גלייכט מען עס מער ווי אלע חזיר'יי געטראנקען וואס מען שטופט אונז אן דורך פיפיגע סוחרים יעדער מיט זיין מיטל ווי געזונט עס איז נאר.

זיך צוגעוואוינען אז מען מיז נישט ווערן זאט ביז מען קען זיך מער נישט רירן, און דעם כלל איז נעמען קליינע פארציעס, און דאס מיינט אנהויבן מיט א קלענערע טעלער, וועט מען אטאמאטיש עסן ווייניגער, זיך אפשטעלן ווען מען פערטיגט, און זיך צוזאגן אז אויב בין איך נאך הונגעריג אין פופצן מינוט דאן נעם איך נאך, געווענליך איז מען מער נישט הונגעריג, ווי יענער האט געזאגט, אז ווען ער צושטעכט זיך זיין פינקי פון די פיס ווייסט זיין מוח אין א הונדערסטל פון א סעקונדע, אבער אז ער איז זאט ווייסט ערשט זיין מוח אין 15 מינוט.... נישט פעיר אבער די פאקט.

די הונטערשטע כלל איז, אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, אפילו די כלל פון עסן נארמאל זאל מען אויך נוצן מיט שכל, און מאכן אמאל א יוצא מן הכלל, נישט עס זאל ווערן דערפון א רעליגיע.

עס איז נאך דא פיל צו רעדן, אבער מיר האבן שוין גענוג גערעדט פאר היינט, פון אלעם וואס מיר האבן אויבן געשמועסט קען יעדע איינע ווערן פארברייטערט, און יעדער קען מוסיף זיין, אולי וועלן מיר נאך אמאל צוריקקומען שמועסן וועגן די ענין פון דזשענעטיקלי מאדיפיצירטע עסן וואס איז א שמועס פאר זיך.

וויל איך דא ווינטשן א כשר'ן פרייליכן פסח, מיר זאלן זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים גענוי ווי אמאל נאטורליך און נישט מאדעפיצירט, הלואי נאך דאס יאר אין ירושלים עיה"ק אמן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר