מיין שפאציר מיטן קנעפל איבער די וועלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

מיין שפאציר מיטן קנעפל איבער די וועלט

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]ריר נישט צו דעם אינטערנעט! מיט איין דריק מיט א קנעפל קענסטו אנקומען צו דער גאנצער וועלט! פאר לאנגע יארן פלעג איך זוכן די קנעפלעך, און וויפיל מאל איך האב געדריקט די קנעפלעך בין איך נאכאלץ נישט אנקומען קיין ארמעניע, וויפיל כ'האב געדריקט האב איך באקומען שטימע בילדער פון גוגל, אבער... נישט דאס מיינט מען, אנקומען אין דער גאנצער וועלט מיט איין קנעפל...

די יארן האבן זיך געריקט און פרישע טעכנעלאגיע האט פארנומען דעם האריזאנט. די לעצטע פאר יאר איז געווארן עוועילעבל פארשידענע סורוועליענס קעמערעס פון איבער די וועלט, וואו מען קען לעבעדיג מיטהאלטן אינטערעסאנט סצענעס ביי געוויסע ערטער. איך האב שוין געוואלט טאנצן "יגעת מצאת תאמין" אבער נאך א שטיק צייט האב איך געטראפן אויסגעלאשענע קעמערעס אדער קעמערעס וואס זענען אוט אוו סערוויס.

שפאצירנדיג ווייטער דורך די קנעפלעך, ווי די קאטשקע פון די פ.ד. איסטמען סעריעס וואס זיכט איר מיטער איבער די וועלט, האב איך געשפירט אז נישט דאס מיינט דער 'קנעפל וואס קען אנקומען איבער די גאנצע וועלט', נעמליך, עס זענען נאך דא מיליאנען ערטער וואו איך קען נישט אנקומען, און אויסער טויטע בילדער באקום איך נישט גארנישט. גייענדיג ווייטער האב איך אריינגעטשעקט אין 'לייוו טרעפיק', וואו מען מיטהאלטן לעבעדיג וואס עס טוט זיך אויפן מעידזשער דיגען, לייוו טרעפיק!! אה! אפשר דאס מיינט דער קנעפל וואס קען דערגרייכן אלעוועלטליך? נאופס! איך קען נאכאלץ נישט זען די טרעפיק אויף מיליאנען טרעפיק שאסייען. און new internet comers וועלן סורפרייזט ווערן, ווען זיי וועלן זיך אנשטויסן אין א בלאקאדע פון באגרעניצטע קנעפלעך וואס לאזן אים נישט צו נאציאנאלע שאסייען.

דריקענדיג ווייטער קנעפלעך האב איך זיך פלוצים אנגעשטויסן אין די נשר הגדול פון סאשעל מידיא. איך האב געטראפן די מענטשן וועמען איך זע א גאנצע טאג דריקן קנעפלעך וואס כ'ווייס נישט מיט וועלכע פלאנעט זיי טוען קאראספאנדירן. דורכלויפענדיג טוויטער, פייסבוק, אינסטעגרעם, האב איך באקומען לייוו בילדער פון די גאנצער וועלט. כ'האב געזען בילדער פון פריוואטע איווענטס, געשעהענישן, נייעס, הערליכע וואסער פאנאראמעס פון מענטשן וואס זיצן ביים טייך, אדער לענדסקעפס וואס טעלעוויזיע וואלט קיינמאל נישט געקענט ווייזן. אט האט די קנעפל אנגעהויבן שלאגן ווארצלן, מיט איין דריק אויף די קנעפל קען איך זען, מיינונגען פון מיליאנען מענטשן לענגאויס די וועלט, ביליאנען לייוו בילדער פון ממש יעדער ארט אויף די וועלט.

כ'האב שוין געזען די צרה, וואס דער אומשולדיגער קנעפל איז אומשטאנד צו טון, עס איז ווירקליך א פאקט! מען קען מיט א דריק זען די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פון די גאנצע וועלט. אבער, מיין אינסטינקט האט מיר געזאגט, ניין! נישט דאס מיינט מען. איך וויל קענען זען די גאנצע וועלט אזוי ווי די ליפט טרעפיק! איך וויל מיט איין קנעפל קענען זען מיליאנען פונטליך אויף א קליינעם גלאוב, וואס טוען אנדייטן אז דארט געפונט זיך א מענטש, און מיט איין דריק קען איך זען וויאזוי די וועטער זעט אויס אין פאריז אן דארפן קוקן אויף די וועטער. איך וויל קענען שפאצירן אין אלטשטאט ירושלים אן דארפן קוקן 'כותל לייוו'! איך וויל קענען זיצן אויף מיין סאפע און זען די גאנצע וועלט פשוטו כמשמעו! נישט מעסעדזשעס! נישט בילדער! נישט דארפן דורכזיפן סאשעל סייטס ווער עס געפונט זיך צופעליג אויף די פלאץ וואו איך וויל יעצט זיין! נאר לעבעדיג די גאנצע וועלט! מיט איין קנעפל!

כהאב עס געטראפן.

מיט א יאר צוריק האט טוויטער אפגעקויפט א רעלאטיוו יונגע קאמפעני מיטן נאמען "פעריסקאפ" פאר הונדערט מיליאן דאלער! די עפפ טוט ערמעגליכן פאר מיליאנען מענטשן איבער די גאנצע וועלט צו בראדקעסן לייוו זיין סביסה. איך קען שפאצירן אויף די מאפע, און זען די מיליאנען טרעפיק באנוצער, און מיט איין דריק מיט די קנעפל בין איך ממש אין דער גאנצער וועלט!

איך פרעדיקט שוין גארנישט. איך האב קיין מושג נישט וואס עס גייט פאסירן אין די נעקסטע צען יאר.

גאט זאל אונז באשיצן.[/justify]

אט האט איר א בילד פון די פעריסקאפ מאפע:

בילד

בילד
בייגעלייגטע פיילס
דער באדיטשובער וואלט געזאגט: קוק רבוש"ע די היימישע געגענט האט נישט קיין אינטערנעט. עס איז גראדע מערקבאר די אבסעסענסי פון די עפפ.
דער באדיטשובער וואלט געזאגט: קוק רבוש"ע די היימישע געגענט האט נישט קיין אינטערנעט. עס איז גראדע מערקבאר די אבסעסענסי פון די עפפ.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר