א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חברהמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 02, 2016 11:07 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס

שליחה דורך חברהמאן »

דיסקלעימער: עס איז די ערשטע מאל וואס איך שרייב אויף א בלאג אין אויף יודיש, ביטע נישט לאכן פין מיין גרעמער אין ספלינג, אויב איר האט א קארעקשין, ביטע שיק מיר א אישי.
אנגעהויבען האט זיך עס ווען איך בין געווען אין ישיבה אין איך האב נישט געהאט קיין געדילט צי לערנען, איך האב געהאט א רעדיו אויף מיין טעיפ ריקארדער אין איך פלעג הערן די טאלק שוי'ס אויף 770 אין די נייעס אויף 880, אויף 880 איז דא די ספארטס אפטעטס אויף די 15 אין 45, איך האב געהערט די סקארס אבער איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען, איך האב קוים געווארט אז ער זאל פארטיגן אין ציריק גיין צי די נייעס, אויך אויף 770 פלעגט זיין די דשעטס אין די דעווילס, אין ווען עס איז געווען א געים פלעגט עס מיר געפערליך נערווירן פארוואס איך קען נישט יעצט הערן די געהעריגע פרוגרעם, איין טאג צינד איך אן 880 אין איך הער טשאן סטערינג אין טשארלי סטיינער ווי זיי געבן פלעי ביי פלעי פון א יענקי געים, עס איז געווען אין 2003 זיי האבן געשפילט די סינסינעטי רעד'ס, איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער איך בין געווען אזוי בוירד האב איך עס אויסגעהערט, ציביסלעך האב איך מיך אויסגעלערנט די געים, אין פארשטייט זיך איך בין געווארן א גרויסע יענקי פען, נאכדעם איז געקומען פאטבאל, בעסקיטבאל, אין האקי, איך בין געווארן א פען פין די דשעט'ס, נעט'ס, אין דעוויל'ס. איך האב געהאט מזל אז אלע פיר טעימס זענען געווען גאנץ גיט יענע יאר, די יענקי'ס האבן געהט די געוואלדיגע געים 7 קעגן פעדרוי אין די רעד סאקס, די דעווילס האבן געווינען די סטענלי קאפ, איך מיין די דשעטס זענען געווען אין די פלעי אויפס אין די נעטס זענען געווען אין די פיינעלס, איך בין געווארן זייער מקושר צי מיינע טיעמס אין צי ספארטס בכלל, איך האב מיך גענימען געפערליך צים הארצן יעדע מאל זיי האבן פארלוירען, איך האב געהאט איין חבר וואס האט אויך מיטגעהאלטן ספארטס אין מיט עם פלעג איך מיך דארכשמויסען ספארטס, אבער חיץ פון דעם האט קיין נברה נישט געוויסט
נאכדעם האב איך פארשטייט זיך אנגעהויבען הערט אלע ספארטס טאלק שוי'ס אין געווארן א גרויסע פען פון זיי.
היינט בין איך אן אינצייקלעפידיע אין ספארטס אבער איך האב נישט מיט וועם צי רעדען דערוועגן, אין אינזער סיסייעטי איז ספארטס אפגעפרעגט, במילא האב איך מיך געשעמט צי רעדן דערפין, אסאך מאל ווען איך הער חסודים רעדן פון ספארטס אין איך וויל זיי אויסבעסערן אויף זייער עם ארצות, שעים איך מיך.
איך גלייב אז דא איז דא אסאך ספארטס פענס, באהלטן אין אפען, לאמיל הערען פון ענק.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר