הצלה שרייט "וואלף"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

הצלה שרייט "וואלף"

שליחה דורך ראשעקאל »

בארא פארק רודערט, די תושבי העיר גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום גרויסארטיגן מעמד "סטאפ, דראפ ענד ראן" פאר דער הייליגער "הצלה" אראגאניזאציע. די ערווארטונגען זענען אויף די העכסטע אקטאוועס. א קלייניגקייט? באותו מעמד ובאותו מקום וועט מען קענען געווינען נישט מער און נישט ווייניגער ווי א נייעם שייטל אדער אנדערע סבלונות וקישוטין, פאר די וואס וועלן זיך אנטיילנעמען אין געהויבענער הגרלה המכונה טשייניז אוקשען.

כמים הפנים לפנים, צו אנטקעגנקומען די ערווארטונגען פונעם ברייטן ציבור איז א קאסטבארן קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג. פילייכט דער טייערסטער מארקעטינג קאמפיין וועלכע סיי וואס פאר אן ארגאניזאציע טוט אנפירן אין דער שטאט דורכאויס'ן קיילעכיגן יאר. די קריעטיווע טיעם פון גי-סי-ענ-וויי איז איינגעשפאנט געווארן צו דער מלאכה. א קלארן אנזאג איז געקומען פון די העכסטע פענסטער, אז קאסטן וואס זאל קאסטן, ווען מ'רעדט פון הצלת נפשות קוקט מען נישט אויף קיין געלט.

יעדע באס סטאפ אין שטאט איז רעזערווירט געווארן פאר הצלה; קיין ליידיגע בילבארדס איז שוין נישט צום באקומען לענגאויס גאנץ דרייצנטע עוועניו, נאך משלשים יום קודם החג; כל-ערליי פלאקאטן וועלן באצירן די לעקטער שטאנגען; און א חידוש, די דראון טעכנאלאגיע איז געשטעלט געווארן אין באנוץ. דראון העליקאפטער זאלן פליען און כאפן מאיעסטעטישע בילדער פאר'ן טשייניז אוקשען ביכל, אבער א קאמפיין זאל זיין איינס אין דער וועלט.

מיר בארא פארקער איינוואוינער האבן שוין א לאנגיעריגע חזקה, אז ווען עס קומט צו דער הייליגער אראגאניזאציע הצלה פארמאכן מיר די אויגן. מיר קוקן נישט וויפיל עס ווערט געשפענדעט פאר מארקעטינג און אנדערע שטותים און אין דער צייט פון יאר לייגן מיר אוועק אלע נארישע חשבונות רבות אין א זייט. מיר וועלן אפילו נישט פרעגן פארוואס די נייע הצלה גאראזש שטייט פארלאזט ווי א קיילעכיג יתומ'ל, טראץ די שווערע מיליאנען דאלארן וואס דער ציבור האט דערין אריינגעגאסן, אלעס צוליב א קינדערישן קאץ-און-מויז שפיל פון מי בראש. ווייל גארנישט מעג נישט געשטעלט ווערן אין וועג ווען עס קומט צו שטיצן הצלה; ניטאמאל ארט אונז אז "מיימאנעדיס", די טרויעריג בארימטע בית הקברות-שפיטאל האט די אויסשליסליכע רעכטן אויף אלע בארא פארקער חולים, וואו יעדער פאציענט ווערט טראנספארטירט באונס אדער ברצון, אן קיין אויסנאמען. כי בנפשינו הדבר, זיי זענען דאך אונזערע לעבנסרעטער, ווי דערוואגן מיר זיך צו קריטיקירן אדער צווייפלען אין הצלה, און אז מיר האבן נישט די זכי' אליין צו זיין הצלה מעמבער, מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן די גרויסע סומעס לא-יחרץ-געלט עס קאסט אפ צו ווערן א הצלה וואלונטיר, זאלן מיר כאטש טון די מינימום, מיט'ן ביישטייערן א פאר צענט צום יערליכן אפיל.

עס איז דעריבער נישט דא קיין איין בארא פארקער איד וואס ווילן נישט קומען צום דינער און געניסן פון די שיינע יערליכע אן-טיים פרעזענטאציע. אבער, דא קומט אריין א ריזיגן אבער, וויפיל דאס הארץ ברענט פאר הצלה, איז דא א ריזיגע שטרויכלונג וואס שטייט אין וועג פון הצלה שטיצער צו קענען ערפילן זייער הייסטער באגער.

יעדער קען די געשיכטע וואס האט אונז דראמאטיזירט אלס קינד און געמאכט דרוקן דעם רעוויינד קנעפל אויפן טעיפ רעקארדער איינמאל און נאכאמאל, מיט דעם אומפאראנטווארטליכן פאסטוך וואס האט געשריגן "וואלף!" איינמאל, נאכאמאל און א דריטן מאל. ביז דער ביטערער טאג איז ליידער אנגעקומען, און א וואלף האט פארציקט זיין גאנצע סטאדע שאף, בשעת וואס קיינער האט זיך נישט צוטון געמאכט פון זיינע יללות, האבנדיג די חזקה פון א ליגנער און באטריגער. אקוראט די מעשה איז אצינד אקטועל.

דער וועג וויאזוי דער דינער איז געלאפן די לעצטע עטליכע יאר זינט די "מלוה מלכה" איז אין קראפט, איז פשוט חוזק געמאכט פון דאס מענטשהייט. ערגער פון דעם, אז ניטאמאל זעט אויס ווי איינער זאל זיך בכלל קימערן, נאר דער זעלבער נארישער וויץ ווערט איבערגע'חזר'ט יאר יערליך.

די גאנצע שטאט ווערט צוזאמגעשלעפט און אריינגעשטעלט אין א שטיקיגן, הייס און דומפיגן קעלער, נישטא וואו צו זיצן, נישטא וואו צו שטיין, אן דאס מינדעסטע כבוד הבריות. טאמער ביזטו נישט ממש פון די עשרה ראשונים בלייבסטו הונגערן אן א לעק וואסער אין מויל צו נעמען. דערצו קומט מיט אן אנלויפעניש פון "טויזנטער" בחורים וואס שטראמען מיטהאלטן דעם יערליכן צירקוס, וואס ברענגט ממש א שאנדע און א בושה פאר א רעכטדענקיגן מענטש דארט אנטייל צו נעמען.

הייליגער בורא עולם, וואס זוכט א בחור ביי אזא אוונט? וויפיל טוען זיי באשטייערן צו די קאסטן פונעם דינער אז עס זאל זיך לוינען צו שפייזן אלע ישיבה קטנות אין שטאט מיט א נארהאפטיגער מלוה מלכה? אפגערעדט אז דער סקעזשועל פון א פראגראם אין א שפעטע זומערדיגע מוצאי שבת וואס ציעט זיך ביז פארטאגס האט נישט קיין שום פשט.

נאך אלע וויצן איז יעדער מודה אז הצלה איז א חשוב'ע אראגאניזאציע, אבער עס איז צייט זיי זאלן אויפהערן שרייען "וואלף". אן אוונט לטובת הצלה איז א שטאטישע זאך, א רבימ'דיגער אוונט, נישט קיין פרט'ישע יחידישע נאכט, און זיי זוכן טאקע און זענען אנגעוויזן אין דער שטיצע פונעם ציבור, איז דא די מינימום כבוד הבריות מיט וואס א ציבור'ישע ארגון דארף זיך רעכענען.

ס'טוט וויי צו זען וויפיל געלט ווערט אויסגעגאסן פאר מארקעטינג, וואס אינעם מענער-שול איז עס לדעתי א גאר שוואכער קאמפיין עכ''פ רעלאטיוו צום פארדינסט, ווייל זאל א מענטש מאכן א חשבון וויפיל אן אלגעמיינער מאנס-פערזאל לאזט איבער ביי א טשייניז אוקשען פאר מענער? הונדערט דאלאר איז שוין שיין גערעדט! פאר די פשוטע סיבה, ווייל מענער דארפן נישט קיין טשייניז אוקשען.

די דינער נאכט גופא איז מסתמא די טייערסטע דינער נאכט פונעם יאר, א גאר קאסטבארער פראגראם! יעדער ריר שמעקט פון געגאסן אידיש געלט. וואלט זיך עס אבער געענדיגט מיט א רעספעקטפולע דינער נאכט פאר הצלה און מיט באדייטנדער שטיצע, החרשתי! אבער אז די נארישע ליצנות-קנופיא חזר'ט זיך ווייטאגליך איבער יאר יערליך, אז א מענטש מיט מער ווי שתי-שערות ווערט צעשאנד און צושפאט פון זיך דארט באטייליגן, איז עס פשוט א ווייטאג, און ברענגט ארויף בייז בלוט ביי יעדן נארמאלן תושב העיר.

איז עס אלזא די בקשה פאר חברה הצלה, הערטס אויף מיט דעם נארישן שפיל! ס'בלוטיגט צו זען אז אידיש געלט וואס וואלט געקענט אויסגענוצט ווערן פאר אזא הייליג צוועק ווי "חברה הצלה" גייט לטמיון, שטעלטס צו א נארמאלן נאכט, סאיז בכלל נישט קיין דאורייתא אז עס מוז פארקומען אין דעם דערביטערטן גאליציאנער אולם ליפשיץ; נעמטס א נארמאלן פלאץ, מאכטס א זאכליכע פראגראם; טרייבטס ארויס אלע בחורים וואס געבן נישט קיין געלט, און שטעלטס איין א געזונטע קאמפיין צו בעטן פון יעדן ראש המשפחה מינימום 360$, נישט קיין אפגעריסענע טשייניז אוקשען וואס איז גוט פאר נשים עבדים און קטנים, הערטס אויס די געבעט פון די שטאטישע איינוואוינער, ווייל די וויץ האלט ביים אויסלויפן, און טוט באדראען די שטיצע וואס תושבי העיר זענען אזוי אויסן אייך צו שענקען, און איר זאלט נישט דארפן טראגן דעם פנים פון יענעם שלימזל'דיגן פאסטוך.

מיט פולסטן רעספעקט,
תושבי עירנו

___________________
א חשוב'ע ידיד האט דאס געשריבען און מיך געבעטן ארויפצולייגען
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר