העי טעקסי!! (פה סח 2)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

העי טעקסי!! (פה סח 2)

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אן אפטע אפקומעניש ביי אונז אינדערהיים איז געווען פרשת טעקסי.
מיין ווייב באנוצט זיך יעדן טאג מיט לכה"פ צוויי טעקסיס, אויפן וועג צו און צוריק פונעם ארבייט, און די קינדער נוצן אויך ווען מ'דארף גיין איינקויפן, אדער אמאל פאר א דוקטור אפוינטמענט, און איך בין אויך גארנישט הינטערשטעליג. משוגע דארף מען זיין צו רוקן די קאר טאמער איז דיר געלונגען צו כאפן א פארקינג וואס איז אויסגעהאלטן.

וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז געווען א שרעקליכע אפקומעניש ביז לעטצענס, ס'ווייסט יעדער אז ווען מהייבט אויף די פאון צו רופן מונקאטש (נישט צו פארמישן מיטן חסידות) טעקסי אדער עמונאַ, לויפט אדורך א ציטער אין אלע איברים פון די פחד וואס דער רוסישע חיה קען דיר באוואשען סתם פאר די נישטיגקייט, (א סייד נאוט, טאמער פארשטייט איר א ווארט וואס ער רעדט קענט איר ארבייטען אלץ א ארברעיטער).

די קאל הערט זיך געווענדליך עפעס אזוי.

‎מונקאטש

Yes?
Can I please have a car?
Nothing now.
Dial tone.....

Emunah

‎יענער הייבט אויף סטרייטית, אבער שעלט אין רוסיש צו איינער פון זיין דרייווערס וואס שטייען אינדרויסען פון זיין כאטקע אויפ 51/13, ער לייגט בכלל נישט צו קאפ אז א קאסטומער איז אויפן אנדערע זייט פאון.
‎נאך ווארטן א מינוט רופסטו דיר אן מיט מערסטע שייך איידעלקייט.
Hi, I need a car please
2 where?
1345 56st
Where u go?
‎(כ'הער נישט קיין ווארט וואס ער פרעגט, כ'שטעל זיך פאר ער פרעגט צו וואו)
I have to make 2 stops local
Gimmie address
‎גיי ווייס די אדרעסס פון תפארת רבקה און פון די גראסערי. אבער איהם איז נישט גוט אז כ'זאג קארנער 14/38, כדארף זאגן א פונקטליכע אדרעסס.
‎שוין
dollar right away15

נישטא ווער זאל לאכן, מיר ביידע ווייסען גוט וואס מיינט רייט עוועי, כ'קען יעצט רואיג אריין גיין אין שויער זינגען פאר צוואנציג מינוט און אויפקאכען א קאווע,
אבער כ'בין דאך א מענטש, און אלץ פחד טאמער ווארט מיר אפ דער ווילדער צאפ פאר איין מינוט גייט מיר נישט גוט זיין.

כ'גיי ארויס אינדרויסן ווארטן, נאך א האלבע שעה ווארטן אין די פרעסט ווי איינער וואלט געווארט פאר די בשורה אז ס'קינד איז ארויס, קומט אן א פיצל רויטע קאר, ער לויפט אויף בעטערי, אנגעשריבען מיט קידוש לבנה אותיות נאמען און נומבער פון עמונה, כאילו קומטס אין די מאסן, ווער וויל דען נישט כאפן א רייד מיט דער קאר? אז יעדער זאל וויסן דא כאפט א איד א טעקסי.

כ'עפן די טיר פונעם אוטו, ס'ווערט מיר נישט גוט, א מין שמעק נעמט מיר ארום אז כ'פיהל ווי כ'שטייג ארויף אויף א ספיריט פליגער צו פלארידע, די זיץ איז ארום גענומען מיט א סחורה כאילו ער היט אפ דא א בענטלי. כהאב פארלוירן די טעם פונעם טאג, כ'וויל שוין גארנישט, כ'דארף שוין גארנישט, כ'ווויל מיר זעהן צוריק אהיים.
‎דער דרייווער געקליידעט מיט א לעדערנע מאנטל, ברוינע וואנצעס פון ציגארעטלעך מיט קאווע, נערוועז ווי ביים מצה באקן, בילט ווי א הונט "קורבע בלעט" צו יעדער דורכגייענדיגע קאר און צו ווער ס'רופט איהם אויפן סעלל,
און ויסעו,
ביים קארנער פיהל איך שוין ווי מיינע קישקעס טאנצן, ער פאהרט ווי א פשוט'ע מטורף, ביי יעדער קארנער מיט א פרישקייט, ער זעהט די רויט לייט אבער ער שמייסט ווי א נאצי אויף א דייטשע הייוועי, און דערנאך טוט ער ברעיקן ווי א בין הזמנים בחור מיט א פערמיט. יעצט איז שוין מיין נעכטיגע נאכאמאל אט אט ביים האלז, כ'פיהל אז אט אט גיי איך באשערן מיינע הויזן מיטן זיץ, וויל איך עפענען א פענצטער קענען שמעקן די סרוחדיגע לופט ווי די טראקס אויף 13 עוו, אבער no way, איך בין דא געהייזשעקט ביי יענער, די פענצטער קען נאר ער עפענען, מ'קען נישט איבערגעבן די האקעלע פענצטער אין די רשות פונעם פאסאזשיר. יעצט גיי בעהט דיך ער זאל דיר עפענען, ווען ער קען ענגליש ווי איך תרגום אונקלוס.

כ'שפיר ממש טערעבעל, ס'איז אויסנאם הייס און ער שרייט אינעם ראדיא קולי קולות, מאכט מיר א טערעבעל קאפ וויי, כ'פיהל כ'דארף עיר קאנדישאן, אנדערש גיי איך זיך אויסציען, כ'ווייז עיהם מיטן האנט אז כ'דארף לופט, ער דרייט זיך ארום בייז כאילו וואס שטערסטע מיר? זעהט נישט כ'רעד אויפן סעלל? און שרייט נאו נאו, יו קרעיזי גיי!
שוין כ'בין דא האסטיזש, כקען גארנישט טוען, כ'שעפשע א תפלה כ'זאל אנקומען אין איין שטיק צום דעסטענאציע און ס'זאל דארט זיין טיילענאל.

אזוי ווי כ'קום אן זאגט ער 12 דאלאר. כ'געב איהם א צוואנציגער און ער הייבט אן ציילן רעשט פון סינגעלס וואס כ'פשוט עקעל זיך צו רירן, ביים אנקומען צו פינף סינגעלס זאגט ער טיפ!! טיפ!!!
כ'שווער זיך צו מיר אז דאס איז עס, כ'וועל ענדרעש גיין צופיס אין א דריי פיס שניי קיין מאנסי ווי איידער גיין מיט די חברה א בלאק.


ארום 39 יאר צוריק איז געבוירען א קינד טרעוויס קולעניק צו זיין אידישע מאמע באני הורוויץ (מעידען נאמען) ער איז געווען אין סקול זיך לערנען קומפיוטער אבער איז ערגעץ ווי ארויסגעפאלן,
אין 2009 האט ער געגרינדעט א קאמפעני מיטן נאמען Uber.
צו געבן צו פארשטיין פארן עולם, ער זיצט נישט אין אפיס און נעמט די קאלל ווען שטילע רופט אריין,
ער האט געמאכט א עפפ וואס שטעלט צוזאם דעם דרייווער מיטן פאסענזשיר,
אין ארדער צו ווערן א דרייווער פאר Uber, דארף מען אדורך גיין אן א שיעור טעסטן, סיי אויפן גברא (דרייווער) סיי אויפן חפצא (קאר). למשל די קאר טאר נישט זיין עלטער ווי צען יאר, טאר נישט זיין אנגעשריבען דערויף אז ער איז א טעקסי, דארף זיין כאטש פיהר טירן וגו'. דער דרייווער זעלבסט דארף זיין א בירגער פון יענער שטאט ווי ער גייט דרייווען, טאר נישט האבן קיין שום היסטארי פון זיין א רעקלעסס דרייווער, טאר נישט האבן געווען ארעסטירט, טאר נישט האבן א היסטורי פון DUI ד.מ. טרינקען און דרייווען אדער דראגס וגו, עכ"פ אלץ וואס די מונקאטש, עמונה, טשורטש דרייווער האט יא, טאר די אובער דריווער נישט האבן.

לויט א שטודיע איז די עפפ פון די שענסטע וואס איז פארהאן.
איר קלאפט אריין find location און ס'קומט ארויף אלע אובער קארס אין די געגענט דו ביסט בנמצא אויף די באקאנטע שיינע גוגל מעפ.
ס'איז פארהאן א פשוטע קאר, א שטייגער ווי א האנדע עקארד, אדעסי, סיענע, דערנאך איז פארהאן מער א פענסי קאר ווי א סובערבען וגו' וואס קאסט אפאר פרוטות מער, אבער אמאל קענסטו באקומען א סקווירא שומרים קאר אפי' האסט פארלאנגט א פשוטע Uber,
אין געוויסע געגענטער איז פארהאן א זאך וואס הייסט UberT, דאס מיינט טאמער איר דארפט אנקומען למשל פון מאנהעטען צו JFK עירפארט וואס לכאורה איז דא אסאך מענטשן וואס זוכן דער route, קומט Uber און שטעלט צוזאם אפאר פאסאזשירן אינאיינעם כדי אייך צו שפארן געלט.
אין אזא פאל קענען זיי אייך אמאל בעטן איר זאלט קומען צום הויפט גאס און זיי אפווארטן דארט, א שטייגער ווי מאכן קארנער סטאפס, וויבאלד מ'איז אנגעהאנגען אויף אפאר מענטשן איז נישט גערעכט צו מאכן ווארטן דעם צווייטען. אויך איז דא א אפשען פון messenger דאס הייסט טאמער ווילסט איר פשוט שיקן א פעקל איז דאס אויך א אפציע, אבער דאס איז נישט אין קראפט אין אלע געגענטער.

פון ווען איר טוט ריקוועסטען יענער זאל קומען אייך פיהרן צו אייער געוואונטשענע לאקאציע גייט איר קענען טרעקן די קאר, איר גייט זעהן א שיינע ווערסיע פון גוגל מעפס אין מיטהאלטן פונקטליך ווי יענער געפונט זיך, און מיטהאלטן ווי ער דערנעטערט זיך צו אייך שטייטלעך, אויך קומט ארויף א בילד פונעם קאר, בילד פונעם פרצוף פונעם דרייווער און א בילד פונעם רעג'עסטראציע פונעם קאר.

איר קענט בלייבן זיצן באקוועם אויפן סאפע אין ווען איר זעהט ער דערנעטערט זיך כאפט איר די רעזשוואלקע און גייט ארויס און שטייגט תיכף אריין אינעם קאר. טאמער זענט איר ביזי און גייט נישט יעצט קוקן אויפן מעפס קענט איר אנשטעלן אז ווען די דרייווער דערנעטערט זיך זאל די פאון געבן א ציטער איר זאלט וויסן ס'איז צייט ארויסצוגיין.

איר קענט קאנטאקטן די דרייווער דורך די עפפ, אדער דורך פארצייטישע פאון קאל, אדער דורך טעקסט אין א פאל פון נויט, אדער סתם אנזאגן ער זאל ווארטן פונקטליך ביי אייער דרייוועי און איר גייט ארויסקומען אין פינף מינוט.

אין מאנהעטען וועט די דרייווער זיין ביי אייך שנעלער ווי אן ארבייטס אינגערמאן דאווענט מנחה אויף זיין ברעיק, אבער אפי' דא אין בארא פארק נעמט עס געווענדליך ווייניגער ווי 5 מינוט

דא איז נישט פארהאן אז די דרייווער שיסט א פרייז לויט אייער בארד, דא איז אלץ כתוב וחתום, ער קען אייך נישט פארקויפן אז ער ווארט אינדרויסן פון אייער הויז פאר צען מינוט. אלץ זעהט מען פונקטליך.

נאך איינע פון די מעלות איז טאמער ווילט איר שיקן אייער ארבייטער ערגעץ וואו, און ער האט גערופן די קאר פון זיין עפפ, קען ער אייך באקוועם אהיים שיקן די בילל אין איר קענט נעמען די קאסטען אויף אייך צו אייער אקאונט, אזוי אויך קענט איר זיך צוטיילען האלב/האלב מיט וועמען אימער. אויך קענט איר שיקן אייער לאקאציע פונעם עפפ פאר די ווייב וואס ווארט אייך אפ, זי זאל וויסן זי האט צען מינוט ביז מורינו שטילע קומט אן און די סאפער זאל זיין גרייט אויפן טיש. (קען טוען דורך וואטסעפפ אויך, אבער דא דארף מען פאמפען אובער, ששששששש).
איר קענט למשל זיצן אין אייער אפיס אין 11211 און רופן א טעקסי פאר אייער ווייב וואס געפונט זיך יעצט אין פלארידע און דארף וויכטיג אנקומען פונעם האטעל צום בעלל הארבער מאלל אוסקנאקען אייער לעצטע פאר זלאטעס, איר קענט במשך די גאנצע צייט מיטהאלטן די רייזע און זעהן פונקטליך ווי מ'האלט אינעם וועג, אין אזוי חשבונ'ען אז איר האט נאך אפאר מינוט ביז די קרעדיט קארטלעך גייען זיך סווייפען א מחיה.

כ'האב אמאל גערופן פאר מיין טאטע (א פארצייטישע איד) אן אובער, כ'האב איהם גערופן אויפן פליפ סעלל אין איהם געזאגט, טאטע לעבן ביסט יעצט אויף קאלינס עוו גייסט זיך יעצט אריין דרייען אין 43, באלט קומסטו אן צום דעעש'ן ביהמ"ד, אבער יעצט כרגע שטייסטו אויף א רויט לייט ביים קארנער, ער האט געמיינט ער שפרינגט ארויס פון די הויט, נישט פארשטאנען ווי כ'האלט מיט פונקטליך.
ווי ער האט גענדיגט די רייזע פרעגט ער דעם דרייווער וויפיהל ס'קומט זיך עיהם, דא האט זיך אנגעהויבן א שטיקעל געפעכט. דער דרייווער זאגט כ'בין שוין באצאהלט געווארן, מיין טאטע זייענדיג אן אונגערישע אפשטאמונג וויל נישט נהנה זיין פון א גוי און זאגט דעם גוי טענקס אבער כ'נעם נישט בחינם, כ'וויל צאלן. יענער זאגט ווידער ס'איז שוין באצאלט, מיין טאטע האט זיך אנגעהויבן שפארן מיט יענעם און נישט מסכים געווען ביז ער האט מיך געלייגט אויפן סעלל, גיי לערן מיט א פארצייטישע איד מסכת Uber.


אחרון אחרון חביב, כ'האב שוין געשריבען אסאך אין שטיבל איבער קאסטומער סערוויס, און איך האב אפי' געפענט א אשכול אויף דעם און ס'איז טאקע אריין אין די אראומע פון סוכות.
א מענטש מוז זיין פאראנטווארטליך פאר זיין ארבייט, א מענטש קען נישט טוען א ארבייט אין דערנאך נעלם ווערן אין דינע לופט, מ'דארף יענעם קענען טרעקן, יענער דארף האבן וואס צו פארלירן טאמער פיהרט ער זיך נישט אויף כנהוג אדער טאמער ער מאכט א שוואכע דזשאב,
און דאס איז וואס געפעלט מיר פון Uber, יעדער דרייווער ארבייט מיט א רעיטינג, דאס מיינט איידער איר פארלאנגט די קאר קענט איר זעהן ווי אזוי אנדערע פאסאנזשירען האבן גערעיט די דרייווער.
די דרייווער ציטערט דערפון פחד מוות, פשוט היות איר שטייגט אריין אין א קאר פון איינעם וועמען איר קענט נישט, און א שוואכע רעיטינג קען מיינען אז יענער איז א שמוציג יונג און ס'קען פונקט אזוי מיינען אז בסך הכל איז זיין קאר געווען שמוציג פון אינדרויסן, אבער איך למשל וועל קיינמאל נישט סעלעקטען א דריווער וואס האט נישט קיין פולע 5 שטערן.
היות דער דרייווער האט מורא דערפון, טוט ער פאר אייך אלץ שייך אז איר זאלט זיין הונדרעט פראצענט צופרידען, למשל די קאר איז אייביג אויסגעפוצט ריין מבפנים ומבחוץ, געווענדליך טאמער איז די רייזע א לענגערע וועט ער אייך פרעגן טאמער ווילט איר מוזיק, און זיי וועלן צושטעלן די מוזיק איר גלייכט, פון פאפ צו קלאסיק.
טאמער וועט דער דרייווער זעהן איר זענט ביזי און רעדט אויפן סעלל וועט ער זיצן איינגעלייגט אין נישט ח"ו רעדן אויפ זיין סעלל אדער אייך שטערן מיט סיי וואס, ער וועט אין יעדע פאל זיך רעכענען מיט אייך איר זאלט האבן א געשמאקע רייזע, טאמער ווילט איר עיר קאנדישען וועט ער תיכף אנצינדן, נישט ווי עמונה וואס א דרייווער האט מיר אמאל פארלאנגט 2 טולער עקסטרע.

איינע פון די הונדערטע מאל כ'האב זיך באנוצט מיט אובער איז מיין סעלל געווען אין א קריטישע צושטאנד און האט געהאלטן ביי כלות הנפש, דער דרייווער האט מיר זאפארט געאפערט א טשארזער פאר'ן פאון נאכן זעהן אז איך מוטשע זיך, דאס וואלט קיינמאל נישט געשעהן אין די סרוחה'דיג מונקאטש, טשורדש, עמונה.

נאך א גרויסע מעלה, ווען איר ענדיגט די נסיעה דארפט איר נישט קלעטערן אין קעשענע פאר א פינעווער מיט אפאר סינגעלס, איר וואונטשט אייער שאופער א גוטן טאג און שטייגט ארויס פונעם קאר, די געלט גייט אראפ פונעם קרעדיט קארטל אוטומאטיש, און דערנאך פארלאנגט זיך איר זאלט רעיטען דעם דרייווער, דאכציך איר מוזט יענעם רעיטען, איר קענט עס נישט סקיפפען.

אובער ארבייט כהיום כמעט איבער די גאנצע וועלט. און זיכער דארט ווי איר גייט אמאל אנקומען. עס לויפט אין איבער 400 שטעט אין די מספרים שטייגן נאר, יעדע פארשטופטע שטאט איר קענט אויפן מאפע האט אובער אין קראפט א גרויס שטאב קארס, פון פוילען, מעקיסקא, אוסטראליע, טשיינע, אינדיע,
זיי האבן כהיום איבער 350 טויזענט דרייווער אין די פאראייניגטע שטאטן אליין. דאס איז דאפעלט פון א יאר פארדעם.
ס׳הערשט אזוי די סלענג I'll Uber to you around 5 o'clock, א בחינה פון I'll google it for you.
Uber צוטיילט זיך מיטן דרייווער, צוואנציג פראצענט פארן אובער און אכציג פראצענט פארן דרייווער. די דורכשניטליכע דרייווער אין ניו יארק מאכן בערך 30 דאלער א שעה, זיי זענען גאנץ צופרידען מיט די דזאב לויט געוויסע סטאדיס, זיי קענען ארבייטן ווען זיי ווילן און דארפן נישט אריין-פאנטשן ס'קארטל, רוב דרייווערס זענען פארט טיים ארבייטער.
אובער צאלט נישט פאר קיין קאר, געז, טאלס, אינשורענס וכו'. זיי געבן נישט אפי' די אפשען פון געבן א טיפ נאכן רייד, דאס איז עפעס וואס געפעלט נישט די דרייווערס, זיי זאגן אין שטודיע וואלט א מענטש צוגעלייגט א דולר צוויי אויפן עפפ נאכן ענדיגן די נסיעה איידער ווי צו געבן מזומן איידער די נסיעה האט זיך גענדיגט, פשוט טאמער מ'צאלט געבט מען א טיפ אבער געבן א טיפ אליין איז נישט עטיש.

אבער מיינט נישט די CEO זיצט אויפן סקווירא רעבין'ס שטוהל און עסט זכר באנדלעך, ס'האט זיך גענומען א movement פון suing Uber, ער האט יעדע יום הקריאה נאך א מענטש וואס נעמט איהם אין קאורט, און דאס איז חוץ וואס "אלע" גרויסע שטעט האבן איהם געטרייט צו פארמאכן ווייל ער ברענגט אראפ די ביזנעס פון די געלע טעקסי ווי למשל ביי אונז אין ניו יארק. אין אסאך שטעט איז אפי' געווען גרויסע ראליס ווי די טעקסי דרייווער האבן פארמאכט די הייוועי אלץ מחאה, אבער ס'האט זיי נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו, זיי קענען גיין האקן בארן אויפן רויטע ים, פשוט ווייל די גאנצע זאך ווערט געפירט אויפן וועב און די עולם דרייווערס און קאסטומערס טרעפן זיך אן פרעגן קיינער צוויי מאל.
ווען ס'איז געווען באקאנטע לייט ווי סעלעברעטיס וואס האבן זיך אויסגעדריקט קעגן Uber האט אובער געצאלט גרויס געלט פאר אטורניס און אינוועסטיגעיטערס צוריק צו כאפן יענעם פערזענדליך, זיי זענען ווילדע חברה און האבן שנעל געשטעלט א טון "שטיי אוועק פון מיר", טשעפע א צווייטען.
זיי האבן אויך געהאט שווערע לוא-סוט'ס פון פריוואטע מענטשן אז א דריווער האט זיי מאלעסטעד וכדו' אבער די קאמפעני איז געווען באווארענט און נישט גענומען די דרייווערס אלץ ארבייטער נאר געמאכט קאנטראקטס מיטן דרייווער, אזוי אז וואס אימער עס פאסירט נאר איז נישט זייער אחריות. און אזוי האבן זיי זיך אויך אויסגעדרייט פון צאלן טיים און עי העלף פאר אווער טיים.

איינמאל איז געווען וואס א דרייווער אין סאן פראנציסקא איז איבערגעפארן א מאמע מיט צוויי קינדער און געהארג'עט איין קינד אויפן פלאץ, די משפחה האט זיך גענומען צו אובער'ס ביינער, אובער האט גלייך ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז פון די דרייווער איז תיכף געווארן צוגענומען די ערלויבעניש פון פאהרן, און זיי האבן גוט געסקרינט די דרייווער איידער ווערן אנגענומען און געזעהן ער איז ריין פון א פשע, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער דרייווער איז יא שוין געווען אמאל ארעסטירט פאר רעקלעסס דרייווינג, אבער ס'איז געווען פאר 7 יאר און קאליפארניע געבט נישט קיין ערלויבעניש פאר א פריוואטע קאמפעני נאכצוגיין א מענטש מער ווי 7 יאר, אבער אין יענער פאל האט אובער געמאכט א סעטטעלמענט מיטן משפחה אויף א סכום וואס איז נישט באקאנט פאר המון עם. כ'גלייב ס'איז געווען היפש מער ווי ס'קאסט די זכות פון שער שרייבער אויפן תלמוד תורה בנין.

א שווערע קאורט שפילט זיך אפ די טעג ווען אסאך אובער דרייווערס האבן זיך צוזאם גענומען און סוען אובער און פארלאנגען מ'זאל זיי צאלן הוצאות ווי געז וכדומה, אובער האט פארלאנגט אז די judge זאלן אפשטופען די קאורט אבער זיי זענען געווארן דינייעד. אבער מיט א סטעיטמטנט האבן זיי געזאגט אז יעדער דרייווער איז נישט קיין אנגעשטעלטע נאר מאכן א קאנטרעקט מיט די דרייווער. והא ראיה יעדער קען דרייווען ווען ער וויל און איז נישט געבונדען צו שעות. די אטורני פאר די דרייווערס האט גענטפערט אז ס'מאכט נישט אויס טאמער זיי זענען פארט טיים אדער נישט, למעשה זענען זיי עמפלויד. טיים וויל טעלל.

די קאמפעני איז ווערד כהיום צווישען 60 אין 70 ביליאן טאלער, יא יא איר האט גוט געהערט, ביליאן מיטן ב, דאס מיינט די קאמפעני איז היינט ווערד מער ווי קאסטקא, האנדע, טיים ווארנער קעיבילס, און פארגעסט נישט, די אלע קאמפעניס האבן זיך שוין געדרייט אין מתושלח'ס צייטן, ווידער אובער איז כהיום נאכנישט געטרעינט אויף ביה"כ אין די נאכט שעה'ן.
אנעהויבען האט ער מיט פאנדינג פון 200 אלפים אין יאר 2010, בערך ווי ס'קאסט א קוואדראט פיס אין בארא פארק, אין יענער יאר האט ער שוין געמאכט רווחים איבער א מיליאן, און א יאר שפעטער שוין 44 מיליאן.
טרעוויס קאלעניק די סי. אי. או. ווערט געשאצט אין די ווערד פון איבער 6 ביליאן טאלער אין די נומבערן טוען נאר שטייגען.

בלייבט איבער צו בענטשן כלל ישראל, אידישע קינדער זאלן זיין גרויסע ביליאנערן, זאלן זיי גרויסע עשירים, מרדכי איז דאך א גלגול פון יעקב...... אמת ר' מאיר איר זענט מסכים צו האבן אזויפיהל געלט ווי טרעוויס, אמת?? איר אויך..... יא????? ר' משה איר אויך.... ר' משה קען אויך באשטיין צו האבן אזויפיהל געלט ווי טרעוויס.
די אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין עשירות ביי אידישע קינדער, אידישע קינדער זאל זיין ביליאנערן (קרעדיט אב"ד קרית יואל והגלילות).

דיסקלעימער. א ווארט צו מיינע אידישע ברידער וואס אשרי להם און פארמאגן נישט די טרייפענע סמארטפאון.
איך וויל נישט ח"ו דורך מיינע רייד זאל ענק שמעקן איינצוהאנדלען אזא סעלל.
גלייבטס מיר אויפ'ן ווארט, אובער איז נישט אזוי גוט, און די בארא פארקער טעקסיס איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'האט עס דא אראפגעלייגט, מ'דארף דאך מאכן קאלירפול די ארטיקעל.
און געדענקטס מיינע ברודער אין אמעריקא, אז איר וועט היטן די תורה וועט אייך גוט זיין. און היטן די תורה איז נישט אייביג באקוועם, אמאל מיינט עס פאהרן א קורצע וועג מיט נישט די באקוועמסטע קאר. נו... נישט די ערשטע זאך אונז טוען פאר אידישקייט.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר