שיטה מקובצת האט געשריבן:איך האב דא פאר די אויגן א דרשה וואס דער ווינער רב הרב אשר אנשיל כץ פון וויליאמסבורג האט לעצטענס געזאגט. די דרשה איז געוועהן געווידמעט צו האקן אויף דעם הייליגן שבת "קרבתנו" וואו פארשידענע רעדנערס האבן ארומגערעדט אין אמת'ע ענינים העומדים ברומו של עולם – זאכן וואס ביי אונז כלומר'שטע מאמינים טאר מען נישט רעדן. צווישן די בעלי דרשנים זענען געווען הרה"ג ר' זכרי' וואלערשטיין שליט"א און הרה"ג ר' יוסף מזרחי שליט"א – צוויי גרויסע ת"ח און בעלי מחשבה, וועלכע רעדן כסדר אויף עניני אמונה. פאר ווינער רב גייט נישט אהן די פאקט אז די צוויי בעלי דרשנים זענען מסתמא גרעסערע מאמינים ווי אלע דורכשניטליכע רבנים אין וויליאמסבורג – פאר אים איז נאר וויכטיג ווי גרויס די בארד איז.
עטליכע אויסצוגן:... און מ'ברענגט נישט דרשנים צדיקים און עובדי ה'... נאר מענטשן מגולחים מיט טשופרינעס אויפ'ן קאפ, וואס האבן נישט געלערענט קיין סוגיות הש"ס, און יענער איז מברר מיט ראיות ברורות אז אונזער אמונה איז ריין, און מיט דעם ווערט די אמונה געשטארקט ווייל מ'זעהט אז אפילו דער מאדערנער מענטש איז אויך מסכים אין אחדות הבורא. עס איז אונז מער נישט גוט די אמונה וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע עלטערן פון דור צו דור, נאר דער בעל תשובה וועלכער איז געוועהן איינגעזינקען אין אלע עבירות שבתורה, אדער א גר וועלכער האט פארלאזט זיין אמונה כדי צו ווערן א איד, נאר זיי זאלן אונז איבערווייזן צו גלייבן אין השי"ת און זיין תורה....מ'דארף זיך דרייען נאר ביי צדיקים יראי ה' וואס האלטן נאר די אמונה פשוטה וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע עלטערן. און אויף דעם האט דער תנא געווארענט: מנעו בניכם מן ההגיון. און אויב שפירט מען אז איינער דארף חיזוק אין אמונה, זאל מען אים זעצן צווישן תלמידי חכמים וואס פון זייער הנהגה און זייערע לימודים וועט ער אנערקענען אז עס איז דא א בורא עולם ומחדשו תמיד.
דער ווינער רב האט ווייטער מאריך געוועהן אז א איד מוז גלייבן בלינדערהייט, במלוא מובן המלה. ער האט נאכגעברענגט א ווארט פון מהר"ם חגיז אז דערפאר הייסט די מאמע פאר אירע קינדער אז זיי זאלן לייגן די האנט אויף די אויגן ביים זאגן שמע ישראל כדי צו לאזן הערן אז מ'דארף לערנען די קינדער די אמונה פון א מאמע וואס איז "אמונה מיט פארמאכטע אויגן".
...
כ'האב פאר מיר א קאפיע פון א דרשה פון הר"ר ב"צ האלבערשטאם מבאבוב. אין די דרשה האט ער אויך נאכגעזאגט די ווערטער פון מהר"ם חגיז, און לאמיך דא ציטירן עטליכע לשונות פון דעם באבובער רב:...דער וואס גלייבט מיט אמונה פשוטה, ווי ער רופט עס אן "ער גלייבט מיט צוגעמאכטע אויגן", קען מען נישט אוועקרירן פון די אמונה אפילו מיט די שטערקסטע טענות און קשיות, ווייל ער האט איין גוטן תירוץ וואס ווענדן אפ אלע קשיות, "איך גלייב אין באשעפער ווייל אזוי וויל איך, אהן קיין טעמים און סיבות, דאס איז מיין רצון און פון דעם ריר איך מיך נישט אוועק"....דאס זאגט שלמה המלך, "ואל תטוש תורת אמך" – לאז נישט נאך די אמונה פשוטה וואס דיין מאמע האט דיך אויסגעלערנט אלס קינד, ווי זי האט מיט דיר געזאגט שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד מיט צוגעמאכטע אויגן, אויסצולערנען אז אמונה דארף זיין מיט פארמאכטע אויגן, אהן קיין חקירות און התחכמות, נאר ווייל דאס וויל איך, און אזוי האט מען מיך אויסגעלערנט".
פארשטייט זיך אז ערליכע אידן טרייסעלען זיך גענצליך אפ פון אזעלעכע כפירה'דיגע געדאנקען, אז אידישקייט איז נישט געבויט אויף אמת נאר אויף בלינדקייט. יעצט האב איך געטראפן א סיוע לדברי פון א אומערווארטעטע מקור: די אהרונישע סאטמארער צייטונג "דער בלאט"!
כאפט א בליק ווי הר"ר שמואל שלמה טעללער שרייבט קלארע רייד וועגן אמונה פשוטה און די סיבה פארוואס געוויסע רעליגיעס פארלאנגען אז מ'זאל גלייבן בלינדערהייט: