חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג

שליחה דורך קנאקעדיג »

פאר ביז ארום 10 יאר צוריק האט מען געדארפט זוכן מיט לעכט (און מ'האט נישט געזוכט) פאר א פייער ל''ג בעומר אין ווילי, ס'געווען אפשר צוויי שולן וואס האבן געמאכט, דאס האט געהאט א חן ווען מ'האט געקענט בלייבן מיט די הרגשה אז דאס מאכן הדלקה איז בעצם נישט לעדזשיט ניטאמאל א בדיעבד נאר וואס דען? אפשר יענע קליינע רבי'ס טאטע איז פון ירושלים ממילא וויל זיין זון טון ווי זיין טאטע אבער געוויסט האט מען אז קיין שום מקור איז נישט דא אויף מאכן א הדלקה אין חוץ לארץ!! און אז ס'נישטא איז נישטא! סתם מאכן פייערס ניין! יעצט מיש אריבער צען יאר, און אויף יעדע עק גאס ווי עס זיצט נאר א רבי אדער א רב מאכט מען א פייער, יעדע קליינע שול זוכט לעגיטימיטאציע מיט מאכן א פייער און יעדער טאנצט און שפרינגט און מפילט זיך נאך גוט מיט זיך א הויקער ס'איז קרעפ ! מיר האבן פארלוירן אונזער אוטענטיסיטי, מיר זענען סתם דזשלעסי פריקס ווייל אונז זען קליפס פון ארץ ישראל מיינען אונז אז סנישט פעיר? איך וויל אויך פאן!! ס'האט נישט הענט און פיס! הערטס אויף און ברענגטס צוריק די אינעסענטקייט פון אמאל!
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר