א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו

שליחה דורך געוואלדיג »

שלום וברכה,

געווענליך ליין איך אייערע מחשבה עדיטאריעלס מיט דורשט, און איך טרעף זיך מיט אייך אויף איין בלאט, אבער די חודש ווען אייער עדיטאריעל איז געשריבן געווארן טאקע נישט מיט אייער קאפ נאר מיט א דאקטערס קאפ, מוז איך מגיב זיין זיין אויף א פאבליק פלאטפארמע צו אפשלאגן די אטאקע אויף אונז אחריות'דיגע עלטערן.

אין אייער עדיטאריעל אינעם שפאקטיוו מאגאזין פון חודש סיון שרייבסטו אויפן פארלאנג פון דאקטוירים גאר א לאנגע ארטיקל, וואו דו באשולדיגסט די עלטערן וואס וועלן אויס נישט צו געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, אלס פאנטאזיעס און קאנספיראציעס גלויביגע, אלס אומפאראנטווארטליכע עלטערן, אלס היפאקריטן וואס גלייבן דעם דאקטער ווען עס קומט צו פאסטן יוהכ"פ אבער נישט ווען עס קומט צו ואקסינען, אלס אזעלכע וואס ברענגען צוריק די מחלות פון די ביכער ווי מיזעלס אדער טשיקן פאקס, און איהר ציטירט פונעם דאקטאר וואס רעדט זיך אפ אז "מיר דאקטוירים זעהן די מחלות, עס מאכט זיך גאר זעלטן אבער דווקא ביי די וואס האבן נישט וואקסינירט די קינדער".

איך בין איינע פון די באשולדיגטע עלטערן, אבער נישט ווי איהר שרייבט אז איך בין אומפאראנטווארליך און א היפאקריט, נאר פארקערט, פאר איך האב געמאכט די החלטה האב איך געבעטן מיין דאקטער מער אינפארמאציע איבער וואס עס ליגט אינעם וואקסין, און וויפיל איז די וואקסינס פראצענט סוקסעס ראטע, וואס זענען די סייד עפעקטס פון דעם.

אבער חוץ פון זאגן אז "עס איז עפעקטיוו עס ארבעט און גיב דאס אין צייט", האט ער מיר נישט געהאט וואס צו זאגן, די וואקסין אינסערט מיט די דעטאלן וואס עס ליגט דערין האט ער מיר נישט געהאלטן ביים געבן, ער האט מיר אנשטאט געגעבן א פאמפלעט פון אכט זייטן וואס שרייבט סתם וועלכע וואקסינס מען זאל געבן און ווען, אן קיין שום מער אינפארמאציע.

האב איך זיך געמוזט ווענדן צו די אינטערנעט און דארט בין איך טאקע יא געוואר געווארן וואס עס ליגט דערין, און צווישן אנדערע ליגט דערין, די מסוכן'דיגע מוירקערי, צואה פון בהמות, קערפער טילן פון מאנקיס, וכדו', נישט סתם האבן סורוועיס געוויזן אז דווקא מער געלערנטע מענטשן וועלן זיך אפהאלטן פון געבן וואקסינס, אדרבא זאל דער דאקטער וואס איז אזוי באזארגט פון אונזער וואוילזיין אפשר מסביר זיין וואס ליגט דערין, אבער ער איז נישט קיין נאמן ווייל די cdc האט קלאר באשטעטיגט אז זיינע וועטער זענען ליגנט און מיזעלס וכדו' זענען געטראפן געווארן די זעלבע ביי די וואס געבן יא אדער נישט וואקסינס, חוץ אויב טוהט ער אזוי ווי א דאקטער אין מיין געגענט וואס ווען עס איז געווען א מיזלס אויסברוך האט ער יעדע מאמע וואס איז געקומען צו איהם געפרעגט די ערשטע זאך אויב איז דאס קינד וואקסינירט, אויב איז די ענטפער געווען יא, האט ער ניטאמאל באקוקט דאס קינד נאר גלייך געזאגט אז עס איז סתם א געשווילאכטס און נישט מיזלס, אבער אויב איז די ענטפער געווען ניין, האט ער גלייך געזעהן דערין מיזלס.

אבער פארט בין איך נישט קיין היפאקריט, ווייל דער דאקטער לערנט זיך רפואה אבער נישט וואקסינס, ער האט אין מעדעצין סקול טאקע געלערנט ווען מען דארף עסן און ווען מען מעג פאסטן אבער ער האט גארנישט געלערנט איבער וואקסינס און זיי ווייסן גארנישט מער ווי מיר, עס איז נישט מער ווי א האקס צו זאגן געטרוי איהם, אדרבא פרעג איהם מער פרטים איבער די וואקסינס און פון וואס זיי זענען צוזאמגעשטעלט, און אויב וועסטו שוין יא אנטרעפן איינער וואס וועט דיר ענטפערן גיי נאך צו ער ווייסט וואס ער רעדט, און דריי נישט קיין קאפ וועגן אומאחריות ווען עס איז פארעפנטליכט געווארן לעצטנס א בריוו פון גדולי תורה וואס באשטעטיגן אז זיך אפהאלטן פון געבן וואקסינס איז נישט נגד התורה.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז עס ברויך געפרעגט ווערן ווער גיבט אונז רשות צו אריינלייגן אין אונזערע קינדער די לעבנס מסוכנדיגע מוירקערי וכדו' צו (מכלומערשט) אפהאלטן א נישט לעבנס סכנה פון מיזעלס.

יא, מיינע קינדער זענען אמת'דיג געווארן וואקסענירט פון טשיקן פאקס דורך עס האבן, און וואונדער איבער וואונדער, זיי האבן דאס איבער געלעבט, פונקט ווי זייערע עלטערן האבן איבער געלעבט די קרענק, עס איז טאקע זייער אומבאקוועם אבער נישט מסוכן, און וואס וועסטו זאגן צו מיין שכן וואס זיין זוהן האט גענומען די וואקסין קעגן וואופינג קאף און א טאג דערויף אריינגעיאגט געווארן אין שפיטאל מיטן קינד וואס האט געאכפט גאר א שווערע וואפינג קאף אטאקע, און געברויכט פארוויילן דארט א לאנגע תקופה, און זייט דעמאלטס געבן זיי טאקע נישט קיין וואקסינס.

איך בין נישט געקומען דא צו נעמען א שטעלונג צו מען זאל יא אדער נישט געבן, צו עס איז סעיף אדער נישט, איך בין נאר געקומען צו פארטיידיגן מיר און די די עלטערן וואס האבן געמאכט די החלטה, אונז זענען נישט קיין לייכטזיניגע עלטערן, פארקערט גאר, עס וואלט מיר געווען פיל גרינגער צו גיין מיטן שטראם און געבן וואקסינס און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט אונזערע מוסדות.

אבער מתוך מחשבה רבה און נאך זיך נאכפרעגן, און ליינען ביכער פון ביידע זייטן פון די ארגומענט האב איך געמאכט אזא החלטה, סא באשולדיג נישט די עלטערן און אוודאי נישט ווען די באשולדיגונג איז מתובל מיט דברי שקר, (נישט דיינע, די דאקטוירים) און א עצה טובה איז זאלסט טאקע ליינען די אויסגאבעס אין וואו דו שרייבסט, וועסטו דארט טרעפן אין איינע פון די אלטע אויסגאבעס א אויספירליכע באשרייבונג וועגן די אזוי גערופענע פלארייד קאנפיראציע, אז עס איז גארנישט אזוי זיכער אז עס איז עפעס א ווילדע קאנספיראציע, אדער ליין וועגן א מעדעצין אין א אלטע ביכל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווירקזאם מער ווי סיי וועלכע אנטיביאטיק וואס מיר פארמאגן.

איך זאג נישט אז מיר האבן נישא געמאכט פארשריט אין מעדעצין, אבער צוזאמען מיט דעם האבן מיר אויך געווארן מער אומוואוסנד, אונז האבן באקומען א אמונה אין דאקטוירים כאטש עס איז מעגליך אז זייערע רעקאמענדאציעס קומען מיט א טובת הנאה פאר זיי כידוע.

יא איך בין שטאלץ צו זיך ציילן צווישן די איבערגעטראכטע עלטערן וואס מאכן א החלטה געבויעט אויף אייגענע ידיעות און נישט אויף פארנעפלטע אומוואוסנדע דאקטערישע סטעיטמענטס וואס רעדן אריין אין א נושא וואס זיי האבן נישט שטודירט.

און צו אייך עלטערן זאג איך, נישט קיין חילוק וואס איהר זענט מחליט צו יא געבן אדער נישט געבן, מאכטס א געלערנטע החלטה, בעהט פון אייער דאקטער די וואקסין אינפארמאציע, לייינט ביכער פון אלע זייטן וואס שרייבן אויף די נושא, און השי"ת זאל העלפן אז סיי וועלכע החלטה איהר מאכט זאלן אייערע און אונזערע קינדער זיין געזונט און שטארק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר