עוולות, און ווער ס'שולדיג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

עוולות, און ווער ס'שולדיג

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:01 pm

איך דריי מיך דא פון איין אשכול צום צווייטן, און פיל מאל קומט מיר אויס אריינצושפארצירן אין אן עוולה אשכול.

די מעשה גייט בערך אזוי- איינער האט געטוהן אן אזוי גערופענע white collar crime, זיך נישט צוגעשטעלט אינגאצן צו א תקנה פון א מוסדות, חסידות, מענטשהייט א.ד.ג., און די מוסדות/חסידות/מענטשן האבן אים אפגעטוהן צוליב דעם. (צוריקגעהאלטן דיפלאומא/ארויסגעשיקט פון מוסד/ אוועק גענומען זיין קליידער פון מקוה וכו', וכו'.)
די מענטאליטעט דא אין שטיבל איז אוטעמאטיש אויף- "נעבעך דער וואס איז געווארן אפגעטוהן!"
עס איז נישט קיין חילוק אז יענער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו תקנות, געריסן רויטע ליניעס, אדער זיך געפירט נעגעטיוו. פלוצלינג ווערן זיי א גרויסע, אומשילדיגע, נעבעך!!!

סיריעסלי- איך ברעך פון דעם.
אמאל קומט זיך אן עונש. דער וועלט איז נישט הפקר עפטער אָלל.
עס איז אמת אז 2 wrongs don't make one right, אבער דריי מאכט עס אויך נישט גערעכט.

איך רוף זיך אפאר מאל בטעות אן, און איך זאג בטעות ווייל קיינער דא איז גרייט עס צו הערן. עווענטעלי, ווען מען מאכט פון פשטות, א ליטווישע תורה, פיץ איך ארויס פון די שמועס. איי הויפ נעווער טו געט קאט אין וואן עגען.
עס נעמט מיר ארויס די גאנצע געשמאק פון שרייבן אויף קאווע שטיבל. איך לייג דא אריין פיל מער ארבייט ווי איך וועל באקומען קרעדיט פאר, און מיט די גרעסטע הנאה. די הנאה צורינט זיך אבער, ווען איך עפען אן אשכול וואס רייסט נאר אינטער אונזער לעבן.

שוין, גענוג געפלאפערט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בת קול אום דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

Re: עוולות, און ווער ס'שילדיג

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:12 pm

ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי.
א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש.
אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:19 pm

אוודאי האט זיך די ליטוואק אנגערופן.
אויף דעם לעבט ער. דאס איז זיין יסוד.

ס'איז דא א חילוק צווישן punishment און consenquence.
מען דארף עונש- ווען יעדע מענטש אויפן פלאנעט וואלט געמאכט זיינע אייגענע סייגים, וואלט די וועלט נישט געווען די safest פלאץ זיך צו דרייען.
consenquence- דו שלאגסט? דיינע הענט וועלן ציפן. דו שלאגסט זיך מיט שטערקערע פון דיר? זיי וועלן דיר באזיגן.
בקיצור- זיי נישט קיין אויבער חכם.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:27 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי.
א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש.
אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.

שטראפען טאר מען טאקע נישט, אבער ענפארסען די ראאלס מוז מען. אז נישט וועט אייער זוהן גיין אין חדר מיט קינדער וואס האבען טעלעוויזיען אין שטוב. איך שטעלל מיך פאר אז דאס ווילט איהר נישט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:33 pm

נו, די מעשה פון די דיפלאמע איז דאך נישט געווען צו ענפארסען רול'ס, נאר ענדערש צו שטראפן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:36 pm

בת קול האט געשריבן:עס איז נישט קיין חילוק אז יענער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו תקנות, געריסן רויטע ליניעס

איך פארשטיי נישט, מי שמך לאיש? וואס עפעס האט א פרעמדער מענטש א כח צו מאכן אומגעבעטענע תקנות אויף מיר און מיך שטראפן אויב איך האלט נישט דערביי??
יעדער פארשטייט אז געזעצן מוזן זיין, און דעריבער שטימט מען אריין די פאליטישאנ'ס וואס מאכן געזעצן "לטובתינו" (נישט אין פריוואטן לעבן), אבער אז איינער האט זיך זעלבסט דערקלערט אלס א תקנות מאכער, וואס עפעס דארף איך אים פאלגן?
איי מיין קינד לערנט דארט? האב איך שוין געשריבן אסאך מאל, מאך א תקנה אז דער קינד טאר נישט טון דאס און דאס. אבער די עלטערן זענען שוין געווען איינמאל אין חדר/סקול, און זיי זענען נישט מחוייב צו פאלגן זייער אינגל'ס מנהל נאכאמאל.

בת קול האט געשריבן:שוין, גענוג געפלאפערט.

יע, איי אגריע :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:42 pm

דו האסט זיך איינגעשריבן אין די פרעמדער מענטש'ס אומגעבעטענע תקנות חדר, דו נארעלע. יעצט פאלג ווי א טאטעלע, ווייל rules האבן consenquences.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:19 pm

אה, ב"ה בת קול האט אויפגעטון אט דאס: מיר האבן נאך אן אשכול וואס טוט אדורך די סיבה פארוואס מוסדות טארן נישט פייניגן די עלטערן פון די קינדער וואס לערנען דארט. ייש"כ בת קול...

בור כרה ויחפרהו וכו'.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15690 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:34 pm

תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי.
א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש.
אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.

שטראפען טאר מען טאקע נישט, אבער ענפארסען די ראאלס מוז מען. אז נישט וועט אייער זוהן גיין אין חדר מיט קינדער וואס האבען טעלעוויזיען אין שטוב. איך שטעלל מיך פאר אז דאס ווילט איהר נישט.


קודם כל, ווער זאגט דיר? איך בין געגאנגען צו א חדר מיט קינדער מיט טעלעוויזיע'ס און ס'האט מיר ווייניג געשאט. אוודאי איז דער חדר געווען אויסגעשטעלט אויפ'ן פרומערע אופן, און די קינדער האבען זיך געשעמט צו דערמאנען פון זייער טעלעוויזיע וויסענשאפטען אין כתה, אבער דאס איז דער כח פון דער וואס האט געמאכט דער מוסד און אוועק געשטעלט דער גייסט דארט.

צו @בת קול האב איך נישט קיין תשובה. טאמער ס'איז נאטורליך צו איהם אז איינער וועט מחליט זיין וואס צו טוהן מיט איינער'ס טאכטער, און דאס איז די זעלבע ווי דער נאטורליכע אויסקומפף פון שלאגען מיט די האנט, ווייס איך נישט ואוס צו זאגען.

דער מנהל האט נישט קיין בחירה, אבער דער מאמע האט יא!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:38 pm

בת קול מהאט שוין די נושא דורכגעטון כמה פעמים ע''י כמה שרייבערס בכמה מיני אופנים, זוך אביסל אין די ארכיוון.
באופן כללי איז די ווארט אז תלמוד תורה דנאורט קארעא האט אויך תקנות און ס'פארמינערט נישט די רשעות ווען עס ווערט פראקטיצירט בלויז ווייל דו קענסט און איך מוז שווייגן.

דא האסטו איין פלאץ וואו איך האב געשריבן דערוועגן וכהנה רבות (ליין: און אזוי איז דא אסאך אזעלכע).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2550
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:09 pm

מען האט טאקע נישט וואס מוסיף צו זיין. די נושא האט אומצאליגע בלעטער אויפן שטיבל.
איין זאך וואס מען דארף יא קלאר שטעלן:
בת קול זאגט אז די וועלט איז נישט הפקר.
טעות, די וועלט איז יא הפקר, און קומט צו זיין הפקר, אז ס'נישט, דארפן מען נעמען די הפקר מיט די אייגענע הענט.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 8:45 pm

די וועלט איז נישט הפקר אבער די מענטשען זענען טיילמאל יא הפקר
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:22 pm

תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי.
א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש.
אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.

שטראפען טאר מען טאקע נישט, אבער ענפארסען די ראאלס מוז מען. אז נישט וועט אייער זוהן גיין אין חדר מיט קינדער וואס האבען טעלעוויזיען אין שטוב. איך שטעלל מיך פאר אז דאס ווילט איהר נישט.

תורה ומדע: אנטשולדיגט. אבער איהר רעדט פארצייטיש און אלט מאדיש. ווער רעדט היינט פון טעלעוויזיע...?! היינטיגע צייטן רעדט מען פון אינטערנעט (אפילו דאס איז שוין פאססעיייי) אדער פון די טעכנאלאגישע כלים און וואס מ'טוט מיט זיי.שטעלט אייך פאהר, א רב, א רבי און א גרויסער מנהיג פון א קהילה פון אלפים ורבבות וועט זאגן ביי שעלעשידעס טוירע אדער ביי באגלייטן מוצאי יו"ט אז לויט ווי ער הערט איז ארויסגעקומען א נייע טעכנאלאגישע כלי וועלכע רופט זיך טעלעפאן. און א יעדער ערליכער איד אין זיין קהילה זאלל דאס ארויסווארפן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס האט אין זיך די אלע 3 גרעסטע עבירות. און מ'וועט אהיימשיקן די קינדער פון סיי וועמען אויב מ'געפונט אויס אז ביי זיי אינדערהיים געפונט זיך די טמא'נע כלי, טעלעפאן...! ס'ארא פנים וועט אזא מנהיג הדור האבן...?!
נ.ב.: אפשר באלאנגט די תגובה אין ..."שמייכל"...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יוני 24, 2016 7:34 am

ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, דער נושא איז שוין אויסגעאקערט געווארן לארכה ולרחבה בין כותלי השטיבל. זוך אביסל וועסטו זעהן. (דא און דא האסטו צוויי פון מיינע מערערע תגובות בנושא זה.) נאר בקיצור נמרץ וויל איך מיטשטיין מיט וואס אנדערע האבן שוין דא געשריבן. די פאקט אז די מוסדות האבן א 'רעכט' צו מאכן וועלכע תקנות זיי ווילן, און די פאקט אז די תוצאה איז א "natural consequence" מאכט עס נישט אויס רשעות. ווי איך האב שוין מסביר געווען אין אן אנדערע ארט. אויב מאך איך א "תקנה" אז ביי מיר אינדערהיים מוז מען טראגן א שטריימל, און אז אן א שטריימל קען מען אין מיין הויז נישט אריינקלאפן וכ"ש אריינקומען. ויהי היום, אן ארימאן קלאפט אויף מיין טיר אז ער דארף עסן איידער ער גייט אויס פאר הונגער. איך ברענג אים א שטריימל אנצוטון אבער ער וויל עס נישט אנטון. איך בין אים מסביר אז אן א שטריימל וועט ער נישט קענען אריינקומען אין מיין הויז, ער פארשטייט עס אבער וויל נאכאלץ נישט אנטון די שטריימל. אזוי גייט ער אויס פאר הונגער פארנט פון מיין הויז. @בת קול יוצאת מבין כותלי קאווע שטיבל ואומרת, "עס קומט זיך יענעם צו שטארבן, א תקנה איז א תקנה". אט אזוי זעהן מיר דיינע תגובות בנושא זה.

בנוגע דאס וואס דו שרייבסט אזוי condescendingly:
איך רוף זיך אפאר מאל בטעות אן, און איך זאג בטעות ווייל קיינער דא איז גרייט עס צו הערן. עווענטעלי, ווען מען מאכט פון פשטות, א ליטווישע תורה, פיץ איך ארויס פון די שמועס. איי הויפ נעווער טו געט קאט אין וואן עגען. עס נעמט מיר ארויס די גאנצע געשמאק פון שרייבן אויף קאווע שטיבל.


עס פאלט דיר נישט איין אז אנדערע פילן די זעלבע ווען דו שרייבסט, אז דו ביסט נישט אינטערעסירט צו הערן וואס זיי האלטן, דו ביסט דא נאר צו זאגן וואס דו האלטסט? דו ביסט אינטייטעלד צו דיינע אייגענע אפיניאנס און אפילו צו דיינע אייגענע פאקטן, אבער מיר זענען נישט מחויב זיך צו בייגען דערצו און עס מקבל זיין כתורת משה מסיני אן דעם וואס מיר זאלן פארשטיין דיין זייט. דו ווילסט אז מ'זאל מקבל זיין דיין דעה, דאן וועסטו מוזן נעמען די מי צו אויפקלערן דעם עולם, אזויווי אנדערע - סיי חסידים און סיי ליטוואקעס - טוען. קיינער האט נישט קיין סיבה דווקא צו דיסקרימינירן אקעגן דיר.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2900
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7564 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6686 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג יוני 26, 2016 3:47 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי.
א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש.
אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.

שטראפען טאר מען טאקע נישט, אבער ענפארסען די ראאלס מוז מען. אז נישט וועט אייער זוהן גיין אין חדר מיט קינדער וואס האבען טעלעוויזיען אין שטוב. איך שטעלל מיך פאר אז דאס ווילט איהר נישט.

תורה ומדע: אנטשולדיגט. אבער איהר רעדט פארצייטיש און אלט מאדיש. ווער רעדט היינט פון טעלעוויזיע...?! היינטיגע צייטן רעדט מען פון אינטערנעט (אפילו דאס איז שוין פאססעיייי) אדער פון די טעכנאלאגישע כלים און וואס מ'טוט מיט זיי.שטעלט אייך פאהר, א רב, א רבי און א גרויסער מנהיג פון א קהילה פון אלפים ורבבות וועט זאגן ביי שעלעשידעס טוירע אדער ביי באגלייטן מוצאי יו"ט אז לויט ווי ער הערט איז ארויסגעקומען א נייע טעכנאלאגישע כלי וועלכע רופט זיך טעלעפאן. און א יעדער ערליכער איד אין זיין קהילה זאלל דאס ארויסווארפן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס האט אין זיך די אלע 3 גרעסטע עבירות. און מ'וועט אהיימשיקן די קינדער פון סיי וועמען אויב מ'געפונט אויס אז ביי זיי אינדערהיים געפונט זיך די טמא'נע כלי, טעלעפאן...! ס'ארא פנים וועט אזא מנהיג הדור האבן...?!
נ.ב.: אפשר באלאנגט די תגובה אין ..."שמייכל"...?

טעללעויזשאנס איז נאך נישטא און די חסידישער אדער ליטווישער ליווינג רומס אפילו ביי די וואס האבען אינטערנעט און סמארטפאונס.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך רושם » זונטאג יוני 26, 2016 11:44 pm

@בת קול איך בין מיט דיר.

איך בין אויכט איינער וואס האט געמופט מיט א שטוב מיט קינדער. איך בין דורכגעגאנגען די גאנצע פראססעס.

מיין שטוב איז זייער אן ערענסטע שטוב, אין צניעות וכו', און מיין משפחה ארום און ארום איז אויכט גאר חשוב, נאר געוויסע סטאנדארטען וואס געוויסע מוסדות האבן האט נישט געשטימט מיט מיר, ווייב האט א סמארטפאון מיט נאך אפאר שטותים, און געוויסע מוסדות האבען מיר געמאכט פראבלעמען. איך האב מיך געזעצט מיט ישוב הדעת און איבערגעטראכט מיין סיטואאציע, און איך האב מיך בארעכענט אז דיע מוסדות זענען טאקע נישט פאר מיר און איך האב געשיקט ערגעץ אנדערש.

די חרדי'שע מוסדות האבען סטאנדארטען וואס מ'דארף נאכקומען, אזוי ווי יעדע פריוואטע סקול און אמעריקא האט. די אלע וואס ווילען נישט נאכגיין די סטאנדארטען זאלען זיך צאמנעמען צוזאמען, און עפענען אייגענע מוסדות מיט לויזערע סטאנדארטען.

די מציאות איז אז ס'איז דא היינט א יונגע דזשענערעישן וואס ווילען לעבן א לויזערע סארט לעבן, אבער פאר סאום ריזען נעמען זיי זיך נישט צאם צו עפענען, זיי ווילן אז די רעביס און די רבנים זאלען צושטעלן מוסדות פאר זיי, און די רעביס האלטען נישט דערביי.
ווער ס'שמעקט נישט א געוויסע מוסד קען אייביג שיקען ערגעץ אנדערש.
די עיקר קלעש קומט ווען געוויסע מענטשען ווייסען נישט וואס זיי ווילן, פון איין זייט ווילן זיי לעבן א געוויסע ברייטערע סארט לייף סטייל, פון די אנדערע זיי ווילען זיי זיך פאר סאום ריזען נישט געהעריג באפאסען און זיך אידענטיפצירען מיט זייער לייף סטייל, זיי ווילען כאילו באצווינגען די פרומערע מוסדות אז מ'זאל זיי מיט זייער דיפערענט לייף סטייל אויכט קוואליפיצירען אלץ א זייעריגע.

וואס איך זאג פאר די אלע
הער אויף זיך אליינס צו רודפ'ען און הער אויף צו רודפ'ען די פארפרומטע מוסדות, זיי דארפען דיך נישט, און דו דארפסט זיי אויכט נישט. שיק אין א מוסד וואס עפרישיעיט דיך, און וואס דו עפרישיעטס, און דו וועסטוך מחיה זיין.

לאז דיין פרומע שכן זיין גליקלעך אז מ'האט זיינע קינדער אנגענומען און ראכמסטריווקע, אור משה וויזשניץ וכו', און דו שיק צו מבקשי השם, מאשלוי, קאליש, בית יצחק, און לכאורה וועסטו זיין זייער צופרידן, ווייל געווענטליך די אזוי-גערופענע שוואכערע מוסדות געבן זיך אסאך מער אפ מיט די קינדער.

בכלל זיצן און שימפען אויף די סיסטעם איז א שטות גדול, ס'איז דא א בחירה די וועלט איז גרויס, און אפילו די חרדי'שע וועלט האט שוין היינט פארשידענע אפציעס, ס'איז נישט דא קיין שום ריזען צו זיצען אין א פלאץ וואס מ'איז צודריקט, מיט אביסעל מחשבה און אסאך סייעתא דשמיא קען זיך יעדער אויסשטעלן זייער אייגענע סארט לעבן.

מ'דארף זיין גרייט פאר טשעינזש און מ'דארף טוהן צו דער זאך, אנשטאט זיצען און קרעכצן און קריטיקירען די סיסטעם.
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 27, 2016 3:02 am

גערעכט, סאיז אבער נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט אראפ צו טוישן חדר/שולע ווען די קינדער לערנען שוין דארט יאהרן לאנג און זענען שוין פלאצירט און קוואטירט מיט חברים און זיי זענען צוגעוואוינט צו די סביבה,חוץ מזה וואס סאיז בכלל נישט פארהאנען קיין סאך אלטערנעטיוו׳ס אויב מ׳קומט פון א חסידישע בעקראונד חוץ אז מ׳וויל מאכן דראסטישע טשעינטשעס, הלואי וואלסטו געוועהן גערעכט, אבער פאקט איז אז סאיז זייער שווער פאר אסאך אסאך סיבות ובתוכם סאושעל דרוק.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך town1 » מאנטאג יוני 27, 2016 7:38 am

א טאטע וואס זיין לעבן איז א לעבן ווי עס איז נישט אזא גרויסע פראבלעם אז ער אין זיין ווייב דרייען זיך ארום מיט א סמארטפאון קען רואיג שיקן זיינע קינדער צו די חדרים און מיידל סקולס ווי מען נעמט זיי גערן אריין אין ער וועט זיך נאך פרייען אז זיינע קינדער לערנען דארט ווי די עבר האט באוויזן זענען די עלטערן וואס שיקן דארט זייערע קינדער זייער צופרידן מען געט זיך זייער שטארק אפ מיט די קינדער דארט און די קינדער זענען זייער שטארק צופרידן דארט עס איז ממש א שאד זיך צו דארפן ארומשלאגן מיט די היינטיגע גרויסע מוסדות
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יוני 27, 2016 11:29 am

רושם האט געשריבן:ווייב האט א סמארטפאון מיט נאך אפאר שטותים

;) :)

קוק אהער, פון דיינע ווערטער איז משמע אז עס זענען פאראן צוויי עקסטרעמע פראקציעס אינערהאלב די חרדי'שע אידנטום, איינס זענען די גאר פרומע, ווי די מוסדות פארלאנגען, אז מען זאל גיין מיט א הוט, רעקל און גארטל אפילו אין האום דיפאו, און מען זאל נאר האבן מאושר פאונס, און די בחורים גייען נאר מיט שווארץ און ווייסע ברילן, און די פרויען גייען מיט סקירטס 8 אינטשעס אינטער די קניען, א.א.וו. די אלע אכשר דרא'דיגע ענינים; ומצד שני זענען פאראן די אינגעלייט וואס גייען מיטן בלויזן טי-שוירט אפילו אין ביהמ"ד, מיטן ריזיגן סמארטפאון הענגט ביי די זייט אינאיינעם מיט 1500 שליסלען, און די ווייב גייט מיט א לאנגע שייטל און קורצע קליידער, און די קינדער גייען מיט א 4 סלייס קאפל און דזשעל אויף די פיאות מיט א שווארצע העמד שבת מיט קורצע ערמל וכו', און פירן א לייף סטייל פון האקן א לעבן און ענדזשויען און האבן פאן.

ביסטו מסביר, אז אויב איינער פאסט זיך נישט אריין אין די פרומע מוסדות קענסטו רואיג גיין צו די אנדערע מוסדות, ווי קענסטו דען פארלאנגען אז די פרומע מוסדות און זייערע רבי'ס זאלן זיך צושטעלן צו דיין לויזע לייפסטייל וכו'.

וויל איך דא פשוט מגלה דעת זיין פאר די אלע תמימי לב, אז רוב משפחות זענען נישט עקסטרעם אויף קיין איין זייט. מען זוכט נישט צו זיין גאר פארפרומט און פארקוועטשט, און מ'זוכט נישט צו זיין א לאו-לייף. מען זוכט פשוט א נארמאלע מקום צו גאט און צו לייט (סארי, נישט צום רבי'ן). פארוואס זאלן מוסדות זיין אויסגעשטעלט אדער נאר צו גאט אדער נאר צו לייט? פארוואס ווערן די נארמאלע מוסדות פון א קהלה אזוי עקסטרעם און זענען נאכאנאנד גוזר גזירות על הציבור וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בה? גזירות וואס רוב עלטערן ווילן נישט? פארוואס זענען זיי גורם אז אזויפיל עלטערן און משפחות זאלן אין בעסטן פאל דארפן גיין צו די מוסדות אויפן אנדערן עקסטרעם, און אין ערגסטן פאל גיין צו פוטסטעפס? פארוואס טאקע זאל נישט זיין מוסדות אויף די מיטל וועג, וואס פארשטייט אז מיר לעבן אין עיקבתא דמשיחא און אידישקייט איז גענוג שווער אזוי, דייך מה שאסרה תורה, און מען דארף נישט יעדן טאג חדשים לבקרים מוציא זיין פרישע גזירות איסורים וקונמות און פלצות אחזתנו'ס (קרעדיט קופערניקוס), און אהיימשיקן צעטלעך פאר די עלטערן צו אונטערשרייבן??

דער אמת איז טאקע אז אויב איך וואלט געקענט, וואלט איך געעפנט אזא סארט מוסד. אבער וואס זאל איך טון אז די געלט, כוחות, געטריישאפט ליגט ביי די רבי'סטעוועס, און איך האב נישט צופיל געלט צו עפענען א מוסד. אבער כ'בין מסכים מיט די פוינט אז עס וואלט זיך געדארפט עפענען אזעלכע מיטלמעסיגע מוסדות, פאר משפחות וואס פירן זיך באמת חסידיש און ערליך, און זענען מחנך די קינדער פאר א ערליכע אפגעהיטענעם לעבן אפגעזונדערט פון די גאס, אבער זענען נישט מקפיד אויף די אלע עקסטערע היינטיגע חומרות וואס האט מיט אידישקייט קיין שייכות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יוני 27, 2016 12:27 pm

בכלל איז לעצטנס געווארן א נייע פענאמען, כאילו די מוסדות זענען עפעס א אייגענע כח, אונזער שונא, מען שלאגט זיך ארום ווער איז גערעכט, די מוסדות צי די עלטערן, וואס בעצם דער מושג וואלט געדארפט זיין מופרך מעיקרא. די מוסדות זענען דאך אייגענטליך בלויז א שליח פון די עלטערן צו העלפן מחנך זיין 'אונזערע' קינדער. די מוסדות דארפן אונזערע קינדער, אונזער געלט, אונזערע שטימען, אונזער סופפארט, אין מלך בלא עם, עס איז נאריש זיך צו שלאגן מיט די עלטערן, זיי מאכן נאר זיך זעלבסט שאדן, עס האט נישט קיין שום הגיון און הסבר מיטן שכל! עס איז א צוזאמענארבעט פון ביידע שותפים אינאיינעם, נישט איינער אקעגן צווייטן.

אז דער קאנצעפט וועט זיין קלאר ביי ביידע צדדים, וועט פארקומען ווייניגער מיספארשטענדענישן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך רושם » מאנטאג יוני 27, 2016 2:50 pm

סאיז דא גענוג צווישען די קרעכצערס וואס האבען יא גרעסערע טאשען און מער צייט.
מהאטסיך נאר אזוי צוגעוואונט אז אנדערע דארפען טוהן די זשאב פאר אונז.
אם אין אני לי מי לי.
אונז דארפען זיך אליינס מאכען מוסדות פאר אונז און פאר אונזערע קינדער,און פאר אונזערע חבריםס קינדער.
אונז קענען זיך נישט פארלאזען אז די פירמעס און די רעביס וועלען עפענען מוסדות פאר אונז,זיי האבען אן אנדערע מטרה בכלל און זיי מיינען נישט אונזערע דורות,און סאיז א שאט צוקרעכצען,זיי זענען אונז גארנישט שולדיג און מיר זענען זיי נישט שולדיג.
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג יוני 27, 2016 3:18 pm

רושם האט געשריבן:סאיז דא גענוג צווישען די קרעכצערס וואס האבען יא גרעסערע טאשען און מער צייט.
מהאטסיך נאר אזוי צוגעוואונט אז אנדערע דארפען טוהן די זשאב פאר אונז.
אם אין אני לי מי לי.
אונז דארפען זיך אליינס מאכען מוסדות פאר אונז און פאר אונזערע קינדער,און פאר אונזערע חבריםס קינדער.
אונז קענען זיך נישט פארלאזען אז די פירמעס און די רעביס וועלען עפענען מוסדות פאר אונז,זיי האבען אן אנדערע מטרה בכלל און זיי מיינען נישט אונזערע דורות,און סאיז א שאט צוקרעכצען,זיי זענען אונז גארנישט שולדיג און מיר זענען זיי נישט שולדיג.

דאס איז אלעס נכלל אין מיין אשכול וואס האט רעקאמעדירט אז די הנהגת הכלל זאת צוריק גיין צו רבנים און אוועק גענומען ווערען פון די אדמורים.http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=10490
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 27, 2016 3:44 pm

רושם האט געשריבן:סאיז דא גענוג צווישען די קרעכצערס וואס האבען יא גרעסערע טאשען און מער צייט.
מהאטסיך נאר אזוי צוגעוואונט אז אנדערע דארפען טוהן די זשאב פאר אונז.
אם אין אני לי מי לי.
אונז דארפען זיך אליינס מאכען מוסדות פאר אונז און פאר אונזערע קינדער,און פאר אונזערע חבריםס קינדער.
אונז קענען זיך נישט פארלאזען אז די פירמעס און די רעביס וועלען עפענען מוסדות פאר אונז,זיי האבען אן אנדערע מטרה בכלל און זיי מיינען נישט אונזערע דורות,און סאיז א שאט צוקרעכצען,זיי זענען אונז גארנישט שולדיג און מיר זענען זיי נישט שולדיג.


מסכים אז מ׳וואלט אליינס געדארפט עפענען מוסדות פאר די מיטלגאטיגע, אבער מיט דיין לעצטע שורה ״זיי זענען אונז גארנישט שולדיג״! האסטו פארהרגט דיין תגובה ווייל זיי זענען אונז שוין איינמאל שולדיג!, זיי האבן זיך געמאכט א ׳ברענד נעים׳ און אויפגעבויט א פירמע מיט אונזער געלט און יעצט ווען זיי זיצן שוין אויף זייער כסא מלוכה פירן זיי זיך אויף ווי דיקטעטארס מיט די גרעסטע מאס רשעות וויאזוי זיי ווארפן זיך מיט מענטשען און מ׳נעמט נאר אריין קינדער אין ישיבה נאר פון שיינע משפחות צי מיט געלט, זייער סעלפיש. אלע זייערע תקנות וואס זיי מאכן איז נאר פאר זייער אייגענע אגענדאס וואס בעסיקלי זענען זיי די איינציגסטע וואס בענעפיטן פון דעם, אט דאס איז די ריכטיגע דעפיניציע פון משתלטים על הציבור.

זייערע מוסדות איז נישט זייער פריוואטע אייגענטום, ס׳האט זיך געבויט מיטן ציבור׳ס געלט און כח, און זיי דארפן זיך רעכענען מיט יעדעם צוגלייך!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 27, 2016 5:04 pm

תורה ומדע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי.
א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש.
אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.

שטראפען טאר מען טאקע נישט, אבער ענפארסען די ראאלס מוז מען. אז נישט וועט אייער זוהן גיין אין חדר מיט קינדער וואס האבען טעלעוויזיען אין שטוב. איך שטעלל מיך פאר אז דאס ווילט איהר נישט.

תורה ומדע: אנטשולדיגט. אבער איהר רעדט פארצייטיש און אלט מאדיש. ווער רעדט היינט פון טעלעוויזיע...?! היינטיגע צייטן רעדט מען פון אינטערנעט (אפילו דאס איז שוין פאססעיייי) אדער פון די טעכנאלאגישע כלים און וואס מ'טוט מיט זיי.שטעלט אייך פאהר, א רב, א רבי און א גרויסער מנהיג פון א קהילה פון אלפים ורבבות וועט זאגן ביי שעלעשידעס טוירע אדער ביי באגלייטן מוצאי יו"ט אז לויט ווי ער הערט איז ארויסגעקומען א נייע טעכנאלאגישע כלי וועלכע רופט זיך טעלעפאן. און א יעדער ערליכער איד אין זיין קהילה זאלל דאס ארויסווארפן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס האט אין זיך די אלע 3 גרעסטע עבירות. און מ'וועט אהיימשיקן די קינדער פון סיי וועמען אויב מ'געפונט אויס אז ביי זיי אינדערהיים געפונט זיך די טמא'נע כלי, טעלעפאן...! ס'ארא פנים וועט אזא מנהיג הדור האבן...?!
נ.ב.: אפשר באלאנגט די תגובה אין ..."שמייכל"...?

טעללעויזשאנס איז נאך נישטא און די חסידישער אדער ליטווישער ליווינג רומס אפילו ביי די וואס האבען אינטערנעט און סמארטפאונס.

תורה ומדע: אין ליווינג רום טאקע נישט. אבער אין פסח קלאזעט...יא. כמאמר אותו השחור, וועלכער האט געארבעט פאר א מאוווינג קאמפעני. און ר'האט משיח לפי תומו געפרעגט ביי א חסיד'ישן יונגערמאן, אוואו זיין טעלעוויזיע געפונט זיך. ווייל אין א יעדע דירה וואס ר'האט ביז היינט אויסגעליידיגט האט ער געפונען די טעלעוויזיע אין פסח קלאזעט צווישן די דישעס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9111 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:57 am

בת קול האט געשריבן:איך דריי מיך דא פון איין אשכול צום צווייטן, און פיל מאל קומט מיר אויס אריינצושפארצירן אין אן עוולה אשכול.

די מעשה גייט בערך אזוי- איינער האט געטוהן אן אזוי גערופענע white collar crime, זיך נישט צוגעשטעלט אינגאצן צו א תקנה פון א מוסדות, חסידות, מענטשהייט א.ד.ג., און די מוסדות/חסידות/מענטשן האבן אים אפגעטוהן צוליב דעם. (צוריקגעהאלטן דיפלאומא/ארויסגעשיקט פון מוסד/ אוועק גענומען זיין קליידער פון מקוה וכו', וכו'.)
די מענטאליטעט דא אין שטיבל איז אוטעמאטיש אויף- "נעבעך דער וואס איז געווארן אפגעטוהן!"
עס איז נישט קיין חילוק אז יענער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו תקנות, געריסן רויטע ליניעס, אדער זיך געפירט נעגעטיוו. פלוצלינג ווערן זיי א גרויסע, אומשילדיגע, נעבעך!!!

סיריעסלי- איך ברעך פון דעם.
אמאל קומט זיך אן עונש. דער וועלט איז נישט הפקר עפטער אָלל.
עס איז אמת אז 2 wrongs don't make one right, אבער דריי מאכט עס אויך נישט גערעכט.

איך רוף זיך אפאר מאל בטעות אן, און איך זאג בטעות ווייל קיינער דא איז גרייט עס צו הערן. עווענטעלי, ווען מען מאכט פון פשטות, א ליטווישע תורה, פיץ איך ארויס פון די שמועס. איי הויפ נעווער טו געט קאט אין וואן עגען.
עס נעמט מיר ארויס די גאנצע געשמאק פון שרייבן אויף קאווע שטיבל. איך לייג דא אריין פיל מער ארבייט ווי איך וועל באקומען קרעדיט פאר, און מיט די גרעסטע הנאה. די הנאה צורינט זיך אבער, ווען איך עפען אן אשכול וואס רייסט נאר אינטער אונזער לעבן.

שוין, גענוג געפלאפערט.


און וואס איז אז ער האט א אייפאן ? קומט אז מען זאהל איהם צונעמען די קליידער אין מקוה? ווי שטימט דאס? וואס פאר א שטארף איז דאס?

און וואס איז מיט די שטראף פאר נישט קענען באצאלען די שכר לימוד באצייטענס, פאר דעם קומט א עונש אז זיין טאכטער דארף מען מבייש זיין און נישט געבן די דיפלאמע?
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Majestic-12 [Bot] און 4 געסט

cron