גייטס מיר לחיים טובים ולשלום

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

גייטס מיר לחיים טובים ולשלום

שליחה דורך אפטעמיסט »

א פרייליכער מעלדונג פאר אונז אומגליקליכע מענער:

נאכ'ן שמאכטן דא אין שטאט די לעצטע פאר חדשים און אהיים קומען צו אומגעבאדענע קינדער און פארכמארעוועטע ווייבער וואס צווינגן צו עסן זייער לעפט-אוווערס און באפעלן אויסצופאקן די גראסרי ארדער, קומט בעז"ה עטליכע רואיגע וואכן, אויסגעבעטענע טעג וואס מיר לעכצן דאך אזוי נאך.

ס'איז שווער משיג צו זיין וויאזוי מעקסי העלט וואלט געקענט פראדאצירן אזויפיל נערווען-פילן פאר די מענער ווען ס'וואלט חלילה נישט געווען אזא זאך ווי קאנטרי. די אכט וואכן אליין, די אכט וואכן מיט אומגעמאכטע בעטן, די אכט וואכן ווען מ'קען ביים אהיים קומען א ווארף טון די שיך ווי א שטיקל גארבעדש און שיסן דעם רעקל אויפ'ן קאוטש ווי א דאכענע, איז ווערד סאך מער ווי צען אלפים. ווען זיי פרעגן מיר וואלטעך זיי געשיקט פאר אכט חדשים.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר