אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א וויכטיגע לעקציע וואס דארף געגעבן ווערן פאר אונזער קאמיוניטי איז די ענין פון שפארן געלט.

די סיבה כ׳ברענג ארויפ די וויכטיגע נושא איז היות ס׳איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א פרישע שנה ראשונה אינגערמאן.
ווי מער כ׳האב גערעדט מיט עיהם, אלץ מער האס איך געמיינט כ׳טאנץ ארויס פון מיין הויט.
ער האט נישט געוויסט די חשיבות פון געלט, ס׳איז עיהם נישט אנגעפאלן טראכטען אויף א רעגענדיג טאג, אלץ וואס די בעה״ב האט עיהם געצאלט חודשלך איז געווארן ארויס געפליקט אויפ שוואיל טאג אין שטותים, פון גרויסע קאפי אינדערפרי (האסט מיין ווארט, גיס דארט אריין Y&S coffee ער וועט נישט וויסן די נפק״מ, די עיקור ס׳קומט אין א גרויסע פארפירענע קאפ מיט א דעקעל) ביז פרעסן מיט פרענדס ביינאכט אין טייערע רעסטעראנען. די goal איז געווען אז סוף חודש זאל ער בלייבן מיט א גרויסע זירא אין די עקאונט.

דער דארכשניטליכע אינגערמאן וואס טרעפט א ד׳זאב אין א מזלדיגע שעה אין דארף ליעסן א קאר, תיכף לויפט עיהם די קאפ אויפ א SUV, ער טראכט נישט אפי פון א געהעריגע קאר, וואס הייסט? ער מאכט דאך 6 מאות א וואך,
דער אינגערמאן איז א מומחה אין מאכן חשבונות פארוואס ער דארף די SUV אין פארוואס אין לוינט זיך.
ס׳קאסט ס״ה הונדרעט מער א חודש. דאס קומט אויס 25 א וואך. 4 טולר א טאג. נו כ׳מעג מיר פארגינען 4 טולר א טאג, העכטצענס וועל איך פאר דער חשבון מער נישט קויפן יעדער אינדערפרי מיין אויבען דערמאנטע brewed coffee.
(כ׳וועל נישט אריין גיין אין די פאקט אז חוץ בארא פארק, ווילי, מאנסי, מאנרוי, איז ״כמעט״ נישט געהערט געווארן די מציאות פון ליעסן קארס, א חוץ ביי די גאר רייכע.
יא יא, איר הערט גוט. די דורכשניטליכע גוי וואס מאכט דאבל דיין מאגירע פעי טשעק, אין זיין לעבן קאסט עיהם וויניגער ווי האלב פון דיר, איז פערפעקט אקעי מיט קויפן די ליעס קאר וואס די האסט אויסגעפליקט פאר צוויי יאר.
אונזער אינגערלייט פאלט נישט אן פון קויפן א געניצטע קאר, אדער financing, ער האט קיינמאל געמאכט די חשבון וועלעכע איז טייערע אדער ווי מסעיווט געלט, סאיז א אוטעמאטיש ריפלאקס ״ליעס״)
מטראכט נישט ווי גייט די געלט? איז דא בכלל א באנק אינוואלווד? מווייסט מדארף יעדער חודש צאלן 400 פאר א קאר, אזוי ווי רענט.

זאגט מיר א אינגערמאן לעטצענס אז ער וואינט אין א 3 רומיגע דירה מיט 5 קינדער, אבער ער זוכט א גרעסערע דירה מיט א פלעי רום, א גרויסע דייניג רום.
כ׳פרעג עיהם מיטן גאנצע תמימות האסט ב״ה באקומען א נייע דזאב? סאיז דא א שפע?
ניין, כ׳בין געווארן עפרווד אויפ סעקשען 8, כ׳קען זיך ערלויבן גרעסער, ביז יעצט צאל איך 2000 יעצט אז סעקשען 8 גייט מיר צאלן 1500 דארף איך א דירה פאר 3500.
די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען סארא טיפוש דער אינגערמאן איז. ס׳איז דיר נישט אנגעפאלן אוועק צו לייגן חודשלך 1500? ס׳איז די גאנץ באקוועם אין די יעצטיגע דירה, איז עפעס א חיוב אז די טשעיס עקאונט זאל זיין סוף חודש א זירא באלאנס?
עטץ כאפסט ווי אזוי דער אינגערמאן קאפ איז געווייערד? ממש א הימל געשריי.

די זעלבע אינגערמאן טוט זיך אויףאז ער גייט יעדער יאר זוממער אין קאנטרי אין זאגט מיט א געווינס אז דע טעקס ריטערן קאווערט עס פונקטליך, ער טוט זיך אויפ אז ער איז א אויסגערעכענטע, ס׳קאסט נישט קיין פעני מער ווי די ריטורן,
קאמאן, די ווייסט אז אין 5 יאר ארום הייבסטו אן חתונה מאכן? סאיז די אנגעפאלן פון אוועק לייגן? אדער די שארסט זיך שוין יעצט צו צום עסקן ער זאל מאכן א פיינע טיי אווענט.

נאך א שגעון. שנה ראשונה וויעקעישען, מ׳גייט קיין ישראל, מגייט ווייזען די ווייב ווי גוט מ׳קען די מדינה נאכן שטיפן דארט דריי יאר.
כמעט נישט שייך די טריפ זאל קאסטן וויניגער ווי 8 אלפים, די טיקיטס אליין קאסטן א הון רב, מיז אינשטיין אין די ווארלדוב היסטאריע ווייל זיי האבן דארט א שענדעיליער פון איטאליע, אין נישט פארגעסען אז דינגען א קאר מיז אויך זיין א ראק אין רויל קאר ווייל אנדריש איז עס נישט וועקעישן, אין אפגערעדט ווי מגייט עסען אין די טייערעסטע רעסטעראנען וואס גראף פאטארצקי האט זיך קום ערלויבט.
פון ווי נעמט דער אינגערמאן די געלט פארן וויעקעישען? איז אזוי, קודם כל מליידיגט אויס די גאנצע סעווינגס וואס דער מיידעל האט אריין געברענגט צום חתונה (טאמער די טאטע האט עס נאך נישט געלקחנט) אין די רעשט קומט פון דרשה געשאנק אין אביסעל טאקע צאלט עמערעקען עקספרעס.
די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס מקען נישט גיין וועקעישן דא אין די סטעיטס? ממוז אויס ליידיגן יעדער פרוטה מפארמאגט?

רבותי, כ׳האב שוין נישט קיין כח צו שרייען
כ׳קען אנגיין מיט משלים ביז די טינט וועט אויס גיין,
היוצא לנו מכל זה, אונזער אינגווארג האט נישט קיין בלאסן אנונג די חשיבות פון געלט, ביזן חתונה באקומען מען אלץ מיט א זילבערענע לעפעל, אין נאכן חתונה קנאקט מער ארויס יעדער פרוטה וואס קומט אריין, אז סוף חודש אין א בחינה פון בגפו יבא בגפו יצא.
מדארף לערנען אונזער קינדער אז מדארף נישט האבן אלץ וואס די שכן האט, סאיז פארהאן א זאך ווי א אינוועסטמענט, טריי אריין צו לייגן ערגעץ געלט, סוועט וואקסן וגו׳
מדארף זאגן פאר די קינדער, טאמער האסטו א אייפאון 5 איז עס גוט, די מיסט נישט האבן די 6 צוזאם מיט Tim Cook. די מיסט נישט האבן די שענסטע קאר אויפן בלאק, נאך אלץ ביסטו א קאקא וואס דעקט מיטאמאל די חודש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר