וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

וואס שטערט פאר אונז שרייבערס?

שליחה דורך קאמענטירער »

כדי די נושא זאל דערהערט ווערן עפן איך די אשכול:
שלום על ישראל האט געשריבן:הער איך. סא ס׳איז א שגץ-שטיק ווען ער לייגט זיין קרעדיט אויף עפעס ער נעמט פון ק״ש, אבער ווען ק״ש לייגט ארויף א וואסערמארק אויף בילדער גענומען פון די אינטערנעט, און אפילו פון טעלעגראם, איז ער א קליגע זאך. און די אבריגע מאנארכן זינגן מיט מיט מיטלייד כאילו זיי פארשטייען די עסק ה׳פליגעיריסם.
זאגטס נאר חברה, האט עטץ גענומען די בילדער דא אויפן שטיבל, מיט ענקער קעמרא אדער טעלעפאון? סארא היפאקריטיע!
ווער רעדט נאך ווען קאווע שטיבל לייגט בילדער גענומען פון דזשואיש מידיע, אהן קיין שמץ קרעדיט, ניטאמאל כאפענדיג אז די וואסערמארק איז זייערס...
אנטשולדיגט פאר אלע וואס שפירן אס איך בין צו שארף און פרעזענליך. אבער איך קען נישט פארנעמען די זעלבס-ריכטיגקייט (self-righteous) וואס עסקנ׳ן שרייבענדיג קעגען פליגעיריזם מיטן גע׳גנב׳טע פעדער.


ר' איד איר האט א טעות איך בין נישט קיין קעמפער פאר יוסטיץ און איך קעמפ נישט קעגן פליגעיריזם
און ביזט ווען גערעכט מיט די נושא פון בילדער ווייל ווער עס ווייסט סאיז א נארמאלע זאך אז סדא איין סילד וואס דאס פארט היינט ארום אויף אלע גרופס און די נעקטע טאג א צווייטע און באמת וואלט נישט געדארפט זיין קיין וואטערמארקס אויף בילדער
נאר וואס דען שטערט פאר די שרייבערס דא?כגלייב אז פאר די שרייבערס דא שטערט אז:
קיינער באקומט נישט דא באצאלט געלט צו שרייבען ארטיקלען די איינציגע וועג וואס שרייבערס דא אנליין קענען צוריק באקומען א טובת הנאה איז:
ריספאנד
צו זאל עס זיין א שכח א לייק וכו' אדער א קאמענט הערה קריטיק
און ועל כולם והוא העיקר אז מענטשען וועלן ליינען זייער ארטיקעל וועט זיין קנאת ''סופרים'' תרבה חכמה און סוועט זיך מערן א טרעפיק פון ארטיקלען, אזוי ארום קומט אויס אז איך וועל שרייבן אן ארטיקעל אדער עפענען אן אשכול וועט צוקומען נאך וואס צו ליינען, אזוי ארום קען דער שרייבער וואס האט אריינגעלייגט מח און כח אין זיין ארטיקעל עפעס צוריק באקומען אן טובת הנאה

יעצט גייט דער .......(נישטא קיין טיטעל) בעל הטשענעל געבט א נעם די סמעטענע ארטיקלען און קאפי פעסט עס פארן גאנצען עולם, און ער נעמט אוועק די גאנצע טרעפיק פון דא און אזוי ארום נעמט ער אוועק די טובת הנאה וואס די ארגענעלע שרייבער דארף צו באקומען און וואס פארדין מיר אונז?
און איין ווארט
''ווייניגער ארטיקלען''

דאס איז אונזער פראבלעם אנשטאטס דא זאל ווען די צענטער ווערט עס פארוואסערט, ממילא די זעלבע איז מיט בילדער ניין! קאווע שטיבעל האט נישט ''גענומען'' די בילדער, וואס יא די שרייבערס דא האבען עס ''צאמגענומען'' גייט דער א.ד. זיצט דא שטילערהייט און לאקערט אויף די סמעטענע מכל הבא לידו פארוואס? ווייל די שטיבעל מאכט דיר גרינגער די ארבעט קומט נישט אויף די בילדער קיין שטיבעל וואטערמארק?
...

דער אשכול פארמאגט 75 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר