דעת תורה איבער די חובת השעה אין מאנסי!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

דעת תורה איבער די חובת השעה אין מאנסי!

שליחה דורך גר ותושב »

דעת תורה איבער די חובת השעה אין מאנסי!

די ערשטע שאלה וועט דער עולם אוודאי פרעגן, ווער איז דער וואס קומט דא זאגן א דעת תורה? וויל איך מגלה דעת זיין אז נישט איך בין דער דעת תורה זאגער! ווער דען? "א חכם וצדיק מגדולי רבני מאנסי". ווען האט ער געזאגט די דעת תורה? "אין א שמועס צו עסקנים". און ווער איז דער "חכם וצדיק"? און ווער זענען די "עסקנים"? דאס איז שוין נישט נוגע, דער עיקר איז אז די העדליין איז די שרעקעדיגע ווערטער פון "דעת תורה" און "חובת השעה".

לאמיר מסביר זיין פאר די וואס ווייסן נאך נישט פון וואס איך רעד.

דעם פארגאנגענעם שבת איז צושפרייט געווארן צעטליך אין בתי מדרשים מיט די ווערטער פונעם קעפל פון די אשכול, וואס די מטרה פון די נייע קאמפעין איז צו רעגעסטרירן איבער פיר טויזנט נייע וויילער, וואס זאלן ארויסהעלפן די קאנדידאטן געשטיצט דורך די עסקנים. די צעטל זייעט אן פחד און יאוש פון אלע צרות וואס די מאנסי איינוואוינער ליידן, און צום סוף פירט ער אויס אז "ס'איז נישט דא קיין מקום פאר יאוש", נאר מען זאל זיך גיין רעגעסטרירן צו געווינען די קומענדיגע וואלן.

דער שרייבער זאגט דארט קלאר אז זיין מטרה איז נישט צו קלענער מאכן די פייער צווישן אונז און די גוים, נאר אדרבא עס צו גרעסער מאכן. כלשונו "און מען איז זייער נזהר אז מיר זוכן נישט קיין שום "דיעלס" מיר זוכן איין זאך: יושר".

די גאנצע מהלך פונעם צעטל איז געבויט אז מיר גייען פייטן, און אויב זיי גייען צוריק פייטן גייען אונז ווייטער צוריק פייטן, ביז "זיי גייען אויפגעבן", וואס אויף דעם קען מען זאגן אדער יא אדער [זיכער] נישט.

ער נעמט דארט די באקאנטע ווארט אויף די פרשה פאריגע וואך פון "וכן היינו בעיניהם", וואס די ספרים שרייבן אז מ'טאר נישט קוקן וואס יענער טראכט און טראכטן אז מ'איז צו שוואך ביי מלחמת היצר, קומען די באנדע לצים און לייגן עס ארויף אויף מלחמת מאנסי מיט די גוים, אז מ'דארף זיי ווייזן און מען טאר נישט ווייזן קיין שוואכקייטן. איך גיי נישט אריין אין די סוגיא פון התגרות, עס זענען דא וואס קענען די סוגיא בעסער פון מיר, אבער פשוט פון מיין קליין קעפל קוקט מיר נישט אויס אז דאס וועט ארויסהעלפן דעם מצב און אז דאס זאל ווערן אנגערופן דעת תורה.

אבער ווי שוין אויבן געשריבן, איז דאס אוודאי די "דעת תורה" וואס דער "חכם וצדיק" האט דאך אליינס געזאגט פאר די "עסקנים" ואין לך רשות להרהר אחריה.

די עסקנים'ס מטרה שטייט ביי מיר אונטער א גרויסע פראגע צייכן, און מיין שאלה איז פארשטייט זיך ווער זענען די עסקנים? פארוואס זאגן זיי נישט זייער נאמען? און וואס איז די מטרה פון די voter registration drive?

אין מאנסי זענען דא אסאך עסקנים אויף פארשידענע זאכן וואס זיי אלע קענען האבן א שטארקע תועלת אין די אויסגאנג פון די קומענדיגע וואלן וואס מען קען טראכטן אז זיי שטייען אונטער די צעטלעך. עס זענען דא עסקנים וואס זענען עוסק בנוגע די עקזעקיוטיוו עד דעי, א שונא ישראל וואס טיילט אויס אסאך צרות, ואי אפשר לפרט יותר ווער עס ווייסט ווייסט.
עס זענען אויך דא עסקנים וואס זענען עוסק אין די סקול באורד, וואס אויף דעם זענען דא חילוקי דעות צו זיי טוען גוט אדער נישט, עס זענען דא רבנים שטייען אויף זייער זייט.
קען אויך זיין אז עס איז א יחיד וואס וויל יעצט לויפן פאר א פאזיציע אין די רעגירונג, וויל ער ס'זאל זיין נאך היימישע וויילער כדי צו געווינען די פאזיציע.

איז אויב זענען איינער פון די אויבן דערמאנטע עסקנים די וואס שטייען אונטער די "הצלת העיר" קאמפעין, דעמאלט אוודאי זאל די עולם זיך גיין רעגעסטרירן, און ביי די וואלן אויסוועלן דעם בעסטן קאנדידאט, און לאמיר האפן אז מען וועט קענען אויפטוהן און זיי זאלן נישט מער פארערגערן די מצב פון יהדות מאנסי.

אבער וואס באדערט מיר איז, אז אויב איז עס איינס פון די דערמאנטע עסקנים, פארוואס קענען זיי נישט ארויסשרייבן זייערע נעמען און חתימות פון רבנים?

די עצם השגה אז עס שטייט נישט קיין איין חתימה פון א רב איז שוין גענוג צו לייגן די פאפיר אין ריסייקלינג אז די קומענדיגע פאשקעווילן שרייבער זאל האבן פאפיר אויף וואס צו שרייבן.
פארוואס דארפן זיי זיך באהאלטן אונטער די שלייער פון "א חכם וצדיק", "עסקנים", און "דעת תורה" ו"חובת השעה"?

עס קען גאר זיין - און עס איז מסתבר - אז די וואס שטייען אונטער די צעטלעך זענען גאר די וואס האבן גורם געווען די אלע פראבלעמען פארן ציבור, די וואס פאר די רייץ פון זייער געלט האבן זיי אנגערייצט די גוים אויף אונז, זיי האבן געטוהן מיט מאנסי ככל העולה על רוחם, זיי האבן געבויט פיתום ורעמסס להרחיב [להחריב קרעדיט שמעקעדיג] גבולי הקדושה (זאגנדיג אז דאס גייט אראפקנאקען די פרייזן אבער דעווייל זענען זיי געלאפן עדווערטייזן די הייזער אין שטאט און די פרייזן זענען נאר געשטיגען העכער און העכער), זיי רופן זיך עסקנים, אבער די איינציגע עסק זייערע איז זייער ידים עסקניות צו ציילן זייערע רווחים, זיי מיינען נישט אונזער טובה.

ביז יעצט האבן זיי געהאט סנט. לאורענס וואס האט זיי געפיטערט מיט א גאלדענע לעפל, אלעס וואס זיי האבן נאר געוואלט האט ער זיי געגעבן אויף א גאלדענע טאץ, זיי האבן געבויעט אן קיין גבולים און אן חשבונות צו עס איז יא דא גענוג פארקינג צו נישט, און אן קוקן צו עס וועט גורם זיין טרעפיק אויף די פארנומענע געסער.
אבער יעצט ווען אלעס איז נתהפך געווארן און דער סנט. לאורענס גייט מער נישט קענען לויפן ווייל ער איז אנגעקלאגט געווארן אין געריכט כידוע, איז דאך זייער פרנסה בחזקת סכנה, דארפן זיי צוקומען צו אונזער הילף, זיי ווילן אריין וועלן א צווייטן וואס זיי וועלן אויך בא'טיטל'ען מיטן נאמען "אוהב ישראל" און אנווארפן א פחד מיטן "קול עלה נידף" כדי זיי זאלן קענען פירן זייער ביזנעס עז נארמעל, און ווי אויבן געשריבן זיך ווייטער רייצן מיט די גוים.

און פארשטייט זיך אז זיי ווייסן דאך אז דער עולם איז אביסל אנגעגעסן אויף זיי, זייערע אלע צוזאגן אז מען גייט קער נעמען פון טרעפיק וכדומה איז שוין צוגאנגען ווי א זייפן בלאז, האבן זיי מורא מען וועט נישט וועהלן פאר זיי, זענען זיי ארויסגעקומען מיט א רוף צו רעגעסטרירן די שטאטישע נייע תושבים, כדי זיי זאלן קענען האבן גענוג וויילער ביים קומענדיגע וואלן.

און פארשטייט זיך אז זיי דארפן זיך באהאלטן אונטער א שלייער פון "עסקנים" "חובת השעה" "דעת תורה" וכו', דאס איז די איינציגסטע הסבר פארוואס אלעס אונטער א שלייער פון "חכם וצדיק" און "עסקנים".

למעשה איז נישט קיין חילוק בהאי שעתא ווער עס שטייט אונטער דעם. ווער עס וויל זאל זיך גיין רעגעסטרירן, און ווער נישט נישט. אבער בשעת די וואלן געדענקט, עס שטייט דרשו את שלום העיר, עס שטייט נישט שלום ה"עסקנים", און עס שטייט נישט "הרחבת העיר". עס שטייט את "שלום העיר", וואלן איז א רעכט ואס יעדער האט, און יעדער זאל זיך אליינס מאכן א חשבון פאר וועם צו וועהלן, און ווער פון די קאנדידאטן גייען צוברענגען צו "שלום העיר", היפך פון זייער ציל דא צו גרעסער מאכן די פייער. אז די "עסקנים" ווילן מען זאל אויסוועלן איינעם, זאלן די עסקנים קומען און אראפלייגן די טובות וואס זיי גייען טוהן פאר אונז, למשל אפארדיבל האוזינג וכדומה, און ווי אזוי זיי גייען זיך באגיין מיט די ארומיגע גוים, דעמאלט וועט מען זיי פאלגן, אבער אז זיי גייען קומען סך הכל מיט א "קול עלה נידף" צו אנשרעקן און אנרייצן צו מלחמה האלטן מיט די גוים, ווייסן אונז קלאר דאס איז נישט קיין "דעת תורה" און נישט קיין "חובת השעה", טאמער באקומט איר א רוף זיך צו רעגעסטרירן זאגט פארן עסקן אויף די ליין "יא איך וויל זיך רעגעסטרירן אבער איך גיי אפגעבן מיין שטימע פאר וועם "איך" האלט אז ער גייט אויפטוהן פאר דער "שלום העיר", און נישט פאר וועם די א.ג. "עסקנים" גייען הייסן".


אז איך האב שוין גענומען די צייט צו שרייבן וויל איך ארויסברענגען די אלטע וויי געשריי, ווי זענען די "עסקני מאנסי" ווען עס קומט צו מוסדות פאר קינדער? עס זענען דא יעצט אין מאנסי צענדליגע קינדער אן מוסדות, און אלע מוסדות זאגן אז זיי האבן שוין נישט קיין פלאץ! עת לעשות, ווארטס נישט אויף די לעצטע מינוט, עס פאדערט זיך נאך מוסדות, טוט עפעס צו ראטעווען די טייערע קינדער זיי זאלן אויך קענען אנהייבן זייער לעבן מיטן רעכטן פוס!!

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר