משיחיות של הרבי מליובאוויטש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך יולי 06, 2016 8:17 pm

מלכנו בראשנו = די רבי וועט אונז פירן אקעגן משיח'ן
רבי = מלך
קהילת סאטמאר, וויזשניץ, סקווירא = מלכות סאטמאר, וויזשניץ, סקווירא
די משמעות פון זאגן מלכנו בראשנו צייגט אז מ'האלט נישט דעם רבין פאר משיח
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2082 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יולי 06, 2016 8:18 pm

ופשוט הוא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך יולי 06, 2016 8:19 pm

ס'האט איינער געפרעגט איבער דעם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2082 מאל

מיין טשעט מיט א חבדניק

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מיטוואך יולי 06, 2016 8:24 pm

איך ברענג אייך א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א ליובאוויטשער (נישט קיין משיחיסט) איבער דעם ענין. איך וויל קלארשטעלן, אז די שמועס איז געווען אין עברית און איך האב דאס איבערגעטיישט אויף אידיש, אביסל פארשענערט, אבער דער תוכן איז די זעלבע.

והנה זה:
אני: וואס האלסטו? – דער רבי איז טאקע געווען משיח?
מנדי: וואספארא שאלה? זיכער.
אני: פארוואס לייזט ער נאכנישט אויס די אידן?
מנדי: ווילסט יעצט אריינגיין אין לאנגע אריכות מיט הסברים? – איך קען עס טון און לערנען מיט דיר דעם גאנצן סוגיא, ס'האט פשוט נישט קיין פשט צו טון דא אויף צ'אט.
אני: וואס זענען דיינע הוכחות אז דער רבי איז געווען משיח?
מנדי: וואס הייסט? – דער רבי האט אליין מרמז געווען אויף זיך צענדליגע אדער הונדערטע מאל, מיט רמזים וואס זענען זייער אפן און קלאר, קיינער קען נישט לייקענען אז ער האט נישט דאס געמיינט.
מנדי: אויב וואלט דער רבי זיך ארויסגעכאפט דערמיט איינמאל, צוויי מאל, ניחא... דער רבי האט דאס פיל מאל מרמז געווען און געזאגט אויף כמה וכמה אופנים.
אני: דער רבי האט אליין געזאגט... וואו האט עס דער רבי געזאגט?
אני: ווייסטו וואס, לאמיר נישט אריינגיין אין די ווערטער פונעם רבי'ן, ווייל עס האט נישט קיין זין דאס צו טון.
מנדי: פארוואס?
אני: קומסט מיר פאר ווי יענער וואס זאגט אז זיין רבי האט גילוי אליהו וכו'... קענסט די מעשה?
מנדי: ניין.
אני: א חסיד זאגט פאר א צווייטן חסיד, אז זיין רבי האט גילוי אליהו, פרעגט אים יענער פון וואו ווייסטו דאס? – זאגט אים יענער "ווייל די רבי האט מיר אליין געזאגט" פרעגט אים יענער "אפשר זאגט די רבי ליגנט?" – ענטפערט אים דער חסיד "וואס? – א רבי וואס האט גילוי אליהו וועט זאגן ליגנט?"
מנדי: חחחחח
מנדי: אגב, איך בין נישט קיין משיחיסט.
אני: נאר?
מנדי: אלע חבד'סקער האלטן אז דער רבי איז בחזקת משיח, דאס קען מען נישט לייקענען, די שאלה איז צי מען דארף עוסק זיין דערין און דאס מפרסם זיין, אויף וואס עס איז פאראן א קלארע הוראה פונעם רבי'ן אז מען זאל דאס נישט מפרסם זיין, עס זאל בלייבן א דבר פנימי, בלויז פאר חב"ד חסידים. אויך ר' יואל האט געזאגט אז עס איז נישט קיין ספק אז דער רבי איז משיח, אבער מען ווערט נישט קיין אפיקורס אויב מען גלויבט נישט דערין, בפרט נאך יב תמוז, און חסידי חב"ד דארפן נישט עוסק זיין דערין און נישט מפרסם זיין.
אני: פארוואס זענען דאס אנדערע יא מפרסם?
מנדי: פרעג זיי...
מנדי: זיי האלטן, אז נאך דער סטראוק פונעם רבי'ן בשנת תשנ"ב, האט דער רבי צוריקגעצויגן און געהאלטן אז מען קען עס שוין יא מפרסם זיין. והראיה, אז מען פלעגט זינגען יחי און דער רבי האט דאס מעודד געווען.
אני: פאר דעם פלעגט דער רבי קיינמאל נישט מעודד זיין?
מנדי: אמאל יא און אמאל נישט.
מנדי: ער האט געקענט אמאל זיך שארף אויסדריקן, און אמאל האט ער יא מעודד געווען. אבער ער האט זיך קיינמאל נישט געלייקנט אדער געזאגט פארקערט, ער האט נאר זיך אויסגעדריקט אז מען מאכט אן עיקר פון די זאכן, און נישט דאס איז וואס מען דארף לייגן א דגש.
אני: דו האסט הוכחות אז דער רבי איז משיח, אויסער אז דער רבי האט אליין געזאגט?
מנדי: יא, ס'איז פאראן אן אפענער פסק-דין פון הונדערטע רבנים אז דער רבי איז משיח.
אני: חב"ד רבנים אדער פון די וועלט?
מנדי: פון איבעראל.
אני: כ'וויל עס זען.
מנדי: כ'אב עס דיר געשיקט אין אימעיל.
אני: א קול קורא וואס איז געמאכט געווארן אין כפר-חב"ד דורך חב"ד חסידים, נאך א שיחה פונעם רבי'ן אליין, אז די חסידים מוזן פועל זיין צו ברענגען משיח, האט נישט ביי מיר צופיל געוויכט.
מנדי: אבער אויף די קול קורא איז אונטערגע'חתמ'עט אויך נישט חב"ד רבנים.
אני: ...
אני: האסט עפעס בעסערע הוכחות?
מנדי: דער רבי האט זייער ערנסט גענומען דעם פסק דין. עס איז דעמאלס געווען אן אסיפה אין 770, וואו מען האט באשלאסן אראפצושיקן א שליח צו די קברי נשואי חב"ד אין רוסלאנד, אז זיי זאלן דארט ליינען דעם פסק-דין אויף זייער קבר, ווי אויך אויף דעם קבר פון בעל-שם-טוב און נאך תלמידי בעל-שם והמגיד.
אני: דאס איז א ראיה אז דער רבי האט מסכים געווען צו דעם?
מנדי: זונטאג יג סיון, האט דער רבי פון זיך אליין (נישט אז מען האט אים געבעטן) זיך אויסגעדרייט צו הרב טאוב – דער שליח וואס איז געפארן – אים געגעבן א דאלער און געזאגט "ברכה והצלחה, דאס איז פאר די נסיעה".
אני: דער רבי האט אים געוואונטשן א ברכה לכבוד זיין נסיעה צו קברי צדיקים.
מנדי: דער רבי האט געוויסט פארוואס ער פארט, און עס איז געווען שלא כדרכו צו געבן מיוזמתו א דאלער, זעלטן וואס ער האט עס געטאן. ער האט פארשטאנען פאר וואס עס פארט. נאך א זאך...
מנדי: מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם פסק דין, ער האט עס גענומען, געזאגט יישר כח און אריינגעלייגט אין זיין טאש. ער האט קיינמאל נישט מגיב געווען פארקערט פון דעם פסק-דין, פארקערט, מען האט פארשטאנען אז ער איז מסכים דערצו און איז דאס אפילו מעודד.
אני: אבער ער האט אמאל עפעס געזאגט וועגן דעם ברבים אדער ביחידות?
מנדי: ער האט גערעדט דערפון ברבים, און מען האט פארשטאנען אז ער איז מסכים צו דעם.
אני: וואס?
מנדי: ער האט זיך באצויגן צו א געוויסע החלטה פון די יו-ען, און געזאגט אז דאס איז א תוצאה פון די החלטה און הכרזה פון מלכי רבנן, אז הנה זה בא... דער פסק דין פון די רבנים און מורי-הוראה אז הגיע זמן הגאולה, יעמוד מלך מבית דוד וכו', בחזקת שהוא משיח און ביז די מעמד און מצב אז הרי זה משיח בוודאי, פסק דין מסיני וואס קלינגט אפ אין די גאנצע וועלט...
אני: בזה הלשון?
מנדי: בערך
אני: אבער דא גייט מען שוין ווייטער אריין אין די ווערטער פון רבי'ן. איך וויל וויסן צי דו האסט א אפענע ראיה – אויסער פון חב"ד חסידים אדער דער רבי זעלבסט – אז דער רבי איז משיח. איז דא אזאנס.
מנדי: ס'איז דא ראיות, אבער איך וויל זיך מתמקד זיין קודם אויף א וויכטיגע נקודה. אין א שיחה פונעם רבי'ן נ"ע, איז ער מבאר די גמרא 'דבי ר' ינאי אמרו ינאי שמו' וכו', אז די רבי'ס האבן אזוי אויסגעלערנט פאר די תלמידים, דאס הייסט אז רבי ינאי אליין האט געזאגט פאר די תלמידים, אז משיח'ס נאמען איז 'ינאי' און אזוי ווייטער. דער רבי איז מבאר אז אויף משיח זעלבסט ליגט דער פליכט אויסצולייזן די אידן, און ער וועט זיך אויפווייזן אלס משיח.
מנדי: דעריבער איז נישט ריכטיג אוועקצומאכן די הוכחות פונעם רבי'ן זעלבסט אלס משיח.
אני: איך הער, הייסט עס אז דער רבי האט אנגענומען, אז משיח דארף זיך אליין אויפווייזן און מען דארף נישט קיין הוכחות פונדרויסן. אבער עס האט א פנים ווי דער רבי וואס טענה'עט אז ער האט גילוי אליהו, כנ"ל.
מנדי: דער רבי איז אזוי מדייק פון גמרא.
אני: און אלע גדולי הפוסקים זענען מסכים צו די רבי'ס ווערטער?
מנדי: האסט געהערט איינער וואס זאל חולק זיין?
אני: וואס זאל איך טון, אז דער רבי איז נישט גענוג פאר מיר בעל-סמכא צו זאגן אויף זיך מיט א נגיעה?! – אפשר דו אלס חסיד דארפסט גלויבן, אבער מיר איז עס נישט משכנע. איך דארף ראיות פונדרויסן. איז פאראן?
מנדי: יא, דער רמב"ם. (הגם די עבודה פון משיח איז זיך אליין אויפצואווייזן און דאס איז דער עיקר הוכחה).
מנדי: אם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח: אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל, הרי זה משיח בוודאי...
אני: סא, דו זאגסט אז דער רמב"ם גייט ארויף אויפן רבי'ן?
מנדי: אויף וועמען דען?
אני: לאמיר עס נעמען צושטייט.
מנדי: עס איז נאכנישט געווען קיינער אויף וועמען דער רמב"ם שטימט אזוי שטארק ווי אויפן רבי'ן.
אני: לאמיר נעמען דעם רמב"ם צושטייט: "אם יעמוד מלך"...
אני: דער רבי איז א "מלך"?
מנדי: נשיא דורינו – א מלך ישראל.
אני: מען קען מאכן אויף אים די ברכה "שחלק מכבודו"?
מנדי: לפי הלכה ווייס איך נישט, אבער עס איז א קלארע חז"ל אז "מאן מלכי רבנן", דער רבי איז געווען דער נשיא פון חב"ד און נשיא דורינו, א מלך ישראל אין יעדן הינזיכט.
אני: סא, דו טענה'עסט אז א מלך מוז נישט מיינען א מלך פון א מדינה, נאר א בחינה פון מאן מלכי רבנן.
מנדי: דאס הייסט אן אמת'ע מלך... דער רבי איז געווען מער מלך פון אנדערע מלכים אויף מדינות. נישט איך זאג עס, די גמרא זאגט עס, אז 'מאן מלכי רבנן' – ווער זענען די אמת'ע קעניגן? – די רבנן. דער רבי איז געווען א מלך ישראל, וואס מיליאנען מענטשן זענען געווען סרים למשמעתו.
אני: מיליאנען?
מנדי: יא... כמשמעו.
אני: .....
מנדי: דער רבי איז מבאר דעם רמב"ם ביי א שיחה, אז דער ווארט 'מלך' אין רמב"ם מיינט נישט ממש א מלך, נאר א מנהיג ישראל, והראיה אז רבי עקיבה האט געהאלטן בר-כוכבא פאר משיח, אפילו ער איז נישט געווען קיין מלך ממש על פי הלכה, נאר א מנהיג ישראל.
אני: גייסטו שוין ווייטער צוריק מיט ביאורים פונעם רבי'ן, אלס ראיה אז ער איז משיח... איך רעד פון פשטות הרמב"ם.
מנדי: דער רבי ברענגט דאך א ראיה פון בר-כוכבא.
מנדי: חוץ פון דעם, דבי רבי ינאי אמרו, דבי רב נחמן אמרו, זיי זענען געווען קעניגן? – זיי זענען געווען ראשי-ישיבות.
אני: אויב דער רבי איז אזוי משיח אזוי ווי זיי זענען געווען משיח, דאן ביסטו גערעכט.
מנדי: דאס זאגט נישט איך, דער רמב"ם זאגט עס.
אני: לאמיר גיין ווייטער: "מלך מבית דוד" – דער רבי איז געווען אן אפשטאמיגער פון 'בית דוד'? – נישט ווייל איך ווייס, איך פרעג פשוט.
מנדי: יא, דער רבי איז א דור שביעי פון אדמו"ר הזקן וואס איז געווען א דור שביעי פונעם מהר"ל, וואס איז געווען א בן-אחר-בן פון דוד המלך.
אני: מנין לך זאת?
מנדי: דער רבי רש"ב האט אזוי געזאגט.
אני: ...
אני: ס'איז דא די פונקטליכע ייחוס? – מען ווייסט אלע דורות ארויף ביז דוד המלך?
מנדי: יא.
אני: א רגע, דער צמח צדק איז דאך נישט געווען קיין בן-אחר בן פונעם בעל-התניא.
מנדי: נו, ווער זאגט אז מלכות בית-דוד דארף מיינען דוקא בן אחר בן?
אני: ...
מנדי: אדער אפשר איז דער צמח-צדק אליין געווען א בן-אחר-בן מצד זיין טאטע'ן.
אני: חחחחחח מאכסט מיר לאכן... כדאי איינצוזעצן אז דער רבי איז פון מלכות בית-דוד, מוזטו זאגן אן אפשר, אז דער צמח צדק איז געווען א בן-אחר בן... ביי דיר איז שוין זיכער אז דער רבי איז פון בית-דוד, מען דארף נאר טרעפן דעם צירוף ווי אזוי.
מנדי: זיכער אזוי, ווייל אלע אנדערע סימנים שטימען אויפן רבי'ן אז ער איז משיח, ממילא איז נישט שווער צו זאגן אז דאס שטימט אויך.
אני: איך בין נאכנישט משוכנע אז אלע סימנים שטימען אויפן רבי'ן, און לאמיר זאגן אז יא, מוז נאך נישט זיין אז דער סימן שטימט אויך.
מנדי: האסט א טעות, ווייל דער רמב"ם אין איגרת תימן שרייבט: "והאותות והמופתים שיראו על ידו הן הן הראיות על אמיתת יחוסו" – אויב מאכט מען אותות ומופתים, איז דאס א הוכחה אויף די ייחוס, און עס איז נאכנישטא אזא מענטש וואס האט באוויזן אזויפיל אפענע אותות ומופתים אין אלע הינזיכטן, אזוי ווי דער רבי האט באוויזן למעלה מדרך הטבע.
אני: דאס זאגט יעדער חסיד אויף זיין רבי'ן.
מנדי: נישט אויף אזא פארנעם ווי דער רבי, דאס קען מען אויפווייזן.
מנדי: חוץ פון דעם, די אלע טענה'ערייען זענען סתם אין די וועלט אריין, לופטיג און אומזינסט. אז דער אדמו"ר הזקן האט גענומען ר' שלום שכנא פאר זיין איידעם און דער מיטעלער רבי האט גענומען דעם צמח-צדק. זיי האבן דא קלאר געוויסט אז דער צמח-צדק וועט ממשיך זיין דאס נשיאות חב"ד, דאס אליין איז גענוג הוכחה אז ער איז פון מלכות בית-דוד און איז ראוי צו די נשיאות.
אני: דו רעדסט אזוי נאריש, דו ווייסט אליין נישט ווי נאריש דו רעדסט.
מנדי: יא? – אקעי, זיי געזונט.
אני: אנטשולדיגט אויב איך האב פוגע בכבוד געווען, איך וויל ווייטער ממשיך זיין דעם שמועס.
מנדי: האסט מיר נישט פוגע בכבוד געווען, ס'איז בסדר.
מנדי: אגב, אלטע חסידים האבן געזאגט אז דער אלטער רבי איז געווען אן אייניקל פון בית-דוד מצד הניקבא – דאס הייסט נישט קיין בן-אחר-בן – און דוקא דער צמח-צדק איז געווען בן-אחר-בן.
אני: הייסט, אז מען דארף נישט צוקומען צו די ייחוס פון דער מהר"ל, נאר דורך דער צמח-צדק.
מנדי: אדמו"ר הזקן איז אויך געווען ממלכות בית-דוד, נאר מצד הניקבא.
אני: ווער זאגט אז דער צמח צדק איז געווען א בן-אחר-בן?
מנדי: אזוי האב איך געהערט פון אלע חסידים.
מנדי: אין בית-רבי זאגט ער אז זיי זענען אייניקלעך פון א טאכטער פון דער מהר"ל, אבער דער רבי אין היום יום שרייבט אז זיי זענען פון א זוהן פון דער מהר"ל.
אני: ווי אזוי שטימט עס?
מנדי: ביידע קענען זיין אמת, אדמו"ר הזקן קען זיין אן אייניקל סיי בן-אחר-בן און סיי דורך די פרויען. אבער דער צמח-צדק איז זיכער געווען בן-אחר-בן, אזוי אז דער רבי איז זיכער בן-אחר בן.
אני: מען ווייסט ווי אזוי?
מנדי: דער צמח צדק'ס טאטע האט געהייסן ר' שלום שכנא אלטשוהלער, וואס די משפחה איז געווען אייניקלעך פון דער מצידות דוד, וואס זענען געווען אייניקלעך פון דוד-המלך.
אני: בן-אחר-בן?
מנדי: מעגליך.
אני: ...
מנדי: זיי זענען אויך געווען אייניקלעך פון ר' שכנא, דער רבי פון דער רמ"א (נאך וועמען דער צמח צדק'ס טאטע האט געהייסן) און דער בית-שמואל שרייבט אויף אים 'לשכינו תדרשו', א רמז אויף זיין נאמען, און דער פסוק שטייט אויף משיח.
אני: א רגע, דער רבי איז דאך משיח, ווי אזוי קען זיין אז ר' שכנא איז משיח?
מנדי: אויך דער רמ"א שרייבט בשם א זוהן פון ר' שכנא, וואס האט געשריבן אויף זיין טאטע, 'רוח אפינו משיח ה' נשיא ישראל'...
אני: טיטלען וואס מען שרייבט אויף אסאך גרויסע מענטשן.
מנדי: אבער אז מען שרייבט עס אויף אן אפשטאמיגער פון מלכות בית-דוד, אויף וועמען מען דרש'נט אויך דעם פסוק 'לשכנו תדרשו', דאן מיינט דאס עפעס.
אני: איך הער...
מנדי: ביזן מהר"ל איז זיכער נישט קיין שאלה, דער מהר"ל איז געווען בן-אחר-בן.
אני: מען ווייסט ווי אזוי?
מנדי: אסאך עבודת מחקר איז שוין אריינגעלייגט געווארן דערין און מומחים און חוקרים האבן דורכגעטאן דעם גאנצן ייחוס ביז דוד-המלך.
אני: עס איז דא א פונקטליכע ייחוס פונעם מהר"ל ביז דוד המלך?
מנדי: יא. אבער נישט דאס איז דער עיקר... דו טענה'סט זיך און דרייסט, צי עס איז יא א בן-אחר-בן, נישט בן-אחר-בן, יא אייניקל, נישט אייניקל... עס איז דאמירן בעלמא, נישט דאס איז דער עיקר. אלע סימנים ווייזן אז דער רבי איז געווען משיח.
מנדי: דו ווייסט פארוואס דער מיטעלער רבי האט געהייסן 'מיטעלער רבי'?
אני: פארוואס?
מנדי: אין די צייטן פון צמח צדק זענען די חסידים געווען זיכער בלי ספק אז דער צמח צדק איז משיח, פאר דעם האט טאקע זיין ספר געהייסן מיט דעם נאמען, און אויב ער איז דער לעצטער נשיא חב"ד און משיח, איז דער מיטעלער רבי געווען מיטעלער רבי, וואס ער וועט בלייבן מיט דעם נאמען אויף שטענדיג.
אני: סא, חב"ד האט שוין א היסטארי מיט זיך טועה זיין אלס משיח, ווער זאגט אז מען מאכט נישט איבער דעם זעלבן טעות?
מנדי: עס איז פאראן א פסק-דין, מיט אסאך אסאך הוכחות.
אני: ערלעדיגט!
מנדי: לפי חסידות איז א בת אחר בן שטערקער ווי א בן-אחר-בן. די גמרא זאגט דאך שוין, איש מזרעת תחילה יולדת נקבה וכו'. פאר דעם איז דעם רבי'נס נשיאות אלס איידעם פון דעם פריעדיגן רבי, מער א כח און א משמעות ווי סתם א בן-אחר-בן.
אני: ס'ליגט מיר עפעס צו ענטפערן אויפן שפיץ צינג, אבער איך זעה אז דו באליידיגסט זיך שנעל, וועל איך נישט זאגן.
מנדי: קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט, איך בין אפן צו הערן.
אני: עכ"פ לאמיר גיין ווייטער:
מנדי: דו ווייסט אז רבינו הקדוש איז אויך נישט געווען א אייניקל בן אחר בן ממש פון דוד-המלך און מיט דעם אלעמען ווערט ער נחשב אין חז"ל אלס משיח?
אני: לאמיר גיין ווייטער מיטן רמב"ם
מנדי: איך וויל נאר צולייגן אז עס איז פאראן אסאך וואס צו רעדן וועגן דעם. לפי חסידות און לפי הרמב"ם קומט אויס אז אפילו א פרוי קען נישט ווערן קיין מלך, קען זי אבער מאכן ירש'ענען די מלוכה פאר אירע קינדער און אדרבה! מיט פיל א שטערקערע קראפט ווי א בן-אחר-בן.
אני: אלס אישה מזרעת וכו'?
מנדי: יא, און נאך פיל מער פון דעם כמבואר ברמב"ם.
אני: ערלעדיגט, אבער ס'איז סיי ווי נישט נוגע, דער רבי איז דאך געווען א בן-אחר-בן מכמה צדדים ומכמה טעמים, און אפילו אויב ער איז געווען מצד הנקיבות מיינט עס אויך בן אחר-בן מכמה טעמים, און זיכער די דאזיגע נקיבות פון וועמען דער רבי איז זיך מתייחס, און אפילו אויב דער רבי איז בכלל נישט קיין אייניקל פון דוד-המלך, איז ער נאכאלס אן אייניקל, ווייל די אנדערע סימנים (וועלכע?) זענען מעיד אויף דעם אויך, וכו' וכו', ממ"ש.
מנדי: דו ביסט נישט ערנסט, דו ווילסט נישט הערן נאר חוזק מאכן...
מנדי: מצדי איז עס בסדר, איך ווער נישט נפגע פון דעם, אבער עס האט נישט קיין פירוש אויפצואווייזן.
אני: אנטשולדיגט, איך בין גרייט צו הערן יעדע ווארט.
מנדי: אגב, בהתייחסות אויף דיין פריעדיגע קושיא בנוגע מלך, אז לויטן רמב"ם דארף עס זיין א מלך און דער רבי איז לדבריך נישט קיין מלך – רבינו הקדוש איז אויך נישט געווען קיין מלך אין הלכה'דיגן זין פון ווארט, אבער ער איז געווען דער נשיא ישראל.
אני: א נשיא בימים ההם איז געווען א האלבער מלך.
מנדי: דער רבי איז אויך געווען א ריכטיגער מלך בשעתו, אבער הלכות פון א מלך האט ער נישט געהאט, ער איז געווען נשיא דורינו.
אני: ווער האט מחליט געווען אז ער איז נשיא דורינו?
מנדי: דו פרעגסט ווער? – אלע חסידי חב"ד, אלע פריעדיגע רביים – ווער נישט?
אני: אקעי, לאמיר זיך נישט אריינלאזן אין דעם, איך זעה אז דאס וועט זיך פארפלאנטערן.
מנדי: דער רבי איז געווען דער נשיא דורינו אן קיין ספק, קיינער לייקנט עס נישט.
אני: אקעי
אני: איך וויל נאר פרעגן איין זאך בקיצור, איך וויל נישט מאכן קיין אריכות דערפון, נאר ענטפער מיר בקיצור.
מנדי: אויב איך וועל קענען ענטפערן דערויף בקיצור.
אני: במשך פון אונזער שמועס האבן מיר שוין אנגערירט עטליכע משיחיים. רבינו-הקדוש, רבי ינאי מיט רבי נחמן (לדבריך), דער צמח-צדק, די זיידעס פון צמח-צדק (איך געדענק שוין נישט זייערע נעמען). וואס איז טאקע פשט, זיי זענען געווען משיח, אדער מען האט זיך טועה געווען אין זיי? – קען זיין מער פון איין משיח?
מנדי: אויב דו ווילסט בקיצור, עס איז פאראן 'משיח שבדור" און עס איז פאראן "משיח בפועל". די אלע צדיקים זענען געווען משיח שבדור.
אני: הייסט דער רבי איז אויך געווען משיח שבדור?
מנדי: ניין, דער רבי איז געווען משיח בפועל.
אני: פון וואו ווייסט מען?
מנדי: דער רמב"ם
אני: די אנדערע צדיקים האבן נישט געשטימט מיטן רמב"ם?
מנדי: איך קען עס דיר ערקלערן, אבער דו ווילסט נישט קיין אריכות.
אני: איך וויל טאקע נישט, לאמיר גיין ווייטער מיטן רמב"ם.
מנדי: אין קורצן, אז משיח שבדור מיינט נישט אז ער קען טאקע זיין משיח און ברענגען די גאולה, נאר אז ער האט אין זיך א בחינה פון משיח, אבער משיח בפועל דארף האבן אלע סימנים פונעם רמב"ם און איז ביכולת צו ברענגען די גאולה, און דאס איז דער רבי.
אני: אבער משיח בפועל דארף שטימען מיטן רמב"ם. יא?
מנדי: זיכער.
מנדי: אין א שיחה שמחת תורה תשמ"ו זאגט דער רבי: "נשיא דורנו הוא המשיח, עם כל הפירושים במשיח: נמשח בשמן, נבחר, מנהיג ורועה ישראל.. ולא איכפת לי אם יפרשו משיח צדקנו כפשוטו, כי כך היא המציאות האמיתית, שנשיא דורנו היה משיח בדורו והוא המשיח בדורנו".
אני: אויף וועמען זאגט ער עס, אויף זיך אדער אויף זיין שווער?
מנדי: דער רבי פלעגט אסאך מאל רעדן פון זיין שווער און ער האט געמיינט זיך. ס'איז א דבר ידוע.
אני: אפשר האט ער טאקע געמיינט זיין שווער?
מנדי: פון די תוכן הדברים איז משמע אז ער האט געמיינט זיך אליין.
מנדי: צוריק צו דיין שאלה פון מלכות. תשנ"א האט דער רבי געטיילט א קונטרס מיטן נאמען 'דבר מלכות'. טייל האבן דאס געזען אלס סימן אז דער רבי באטראכט זיך ווי א מלך, דען פארוואס טיילט ער א קונטרס מיטן נאמען 'דבר מלכות'?
אני: ס'מוז נישט זיין.
מנדי: אה"נ, אבער מלך בלייבט ער נאך אלס.
אני: לאמיר שוין גיין ווייטער מיטן רמב"ם.
מנדי: הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, וועסטו מודה זיין אז דער רבי איז געווען.
אני: יא.
מנדי: ויכוף כל ישראל לילך בה, ביסטו אויך מודה.
אני: ער צווינגט? – דער רבי האט געצווינגען 'כל' ישראל?
מנדי: אגב, דאס ווייסטו אז דער רבי האט צוגעשריבן אינעם ספר 'היום יום', ווען ער האט עס מגיה געווען און געזען געשריבן דארט זיין ביאגראפיע, צווישן אנדערע נשיאי חב"ד, האט ער צוגעלייגט "לומד בשקידה עצומה ומצליח"?
אני: ניין, נישט געוויסט דערפון. דער רבי האט געשריבן אויף זיך?
מנדי: יא.
אני: וואס טוט זיך מיטן 'ויכוף' – דער רבי האט דאך נישט געצווינגען?
מנדי: 'ויכוף' מיינט נישט דוקא צווינגען מיט כח, נאר עס מיינט מיט דרכי נועם. קיינער האט נאכנישט געטאן דאס וואס דער רבי האט געטאן, מיט די שלוחים אין אלע לענדער און מקומות, געמאכט אז אלע אידן איבער די וועלט זאלן האבן די מעגליכקייט מקיים צו זיין תורה ומצוות.
אני: אז ויכוף מיינט נישט צווינגען, איז שוין א חידוש.
מנדי: ס'איז א כפיה בפנימיות. כפיה קען אויך אנגערופן ווערן בדרכי נועם, עס איז פאראן א גמרא אין כתובות דערוועגן.
אני: הייסט אז ויכוף מיינט בפנימיות און נישט מיט כח כפשטות לשון הרמב"ם. איך האב אבער אן אנדערע קושיא.
מנדי: דער רבי, באמצעות זיינע שלוחים און פעולות, האט מחזיר בתשובה געווען מיליאנען אידן און גורם געווען אז זיי זאלן זיך פירן על פי תורה.
אני: אבער נישט דער רבי אליין. ריכטיג?
מנדי: יעדע מלך איז כופה זיין פאלק אליין? – אוודאי דורך שלוחים, וואס דען?
אני: אבער איך האב אן אנדערע קושיא
מנדי: דאס וואס דער רבי האט געטאן האט נאך קיינער נישט געטאן, און ווערט באטראכט אלס סימן מובהק פאר דעם רבי'ן אלס משיח.
אני: אבער דער רמב"ם זאגט "ויכוף כל ישראל" – אלע אידן. איך מיין אז עס איז נאך פאראן גענוג חילונים אויף די וועלט.
מנדי: נאך אין זיין ערשטן טאג פון זיין נשיאות האט דער רבי קלארגעשטעלט אז זיין ציל איז אריינצוברענגען תורה און מצוות צווישן אלע אידן. עס נישט געווען קיין מנהיג, וואס איז געקומען אין אזא שוואכע צייט פון אידישקייט און אזויפיל אויפגעטאן למען עם ישראל בכל מקומות מושבותיהם.
אני: האסט מיר נאכנישט געענטפערט אויף מיין קושיא, עס איז נישט כל ישראל.
מנדי: אין א שיחה איז דער רבי מבאר, אז 'כל ישראל' מיינט לאתיי הצדיקים, אז אפילו די צדיקי הדור וועלן זיך פארבעסערן בשמירת התורה והמצוות.
אני: גוט, אבער עס איז נישט כפשטות לשון הרמב"ם.
מנדי: ולחזק בדקה – חוק מיהו יהודי, שלימות הארץ, שלימות התורה, שלימות העם – ווער נאך אזוי ווי די רבי האט אזויפיל מתקן געווען פרצות הדת ביהדות?
אני: איך נעם אן, אז אויף דער 'כל' ישראל האסטו נאכנישט קיין תירוץ.
מנדי: ס'מיינט כלליות ישראל, און דאס האט דער רבי געטאן מיט די גרעסטע שטארקקייט. דער רבי האט אמאל געזאגט ביי א יחידות, אז רובם ככולם, אז רוב עם ישראל איז אזוי ווי כל עם ישראל.
אני: און מען האלט שוין ביי רוב.
מנדי: רוב כלל ישראל האט שוין געקענט לערנען חב"ד באופן כזה או כזה.
אני: און וואס טוט זיך מיטן וילחם מלחמת השם?
מנדי: פאר אלעמען, דער רבי אליין האט מעיד געווען אויף דעם סימן, נאך וואס קאמוניזם איז אונטערגעגאנגען און די שטילשטאנד צווישן אמעריקע און רוסלאנד.
אני: דער רבי האט געפירט מלחמות?
מנדי: מלחמות של שלום
אני: מלחמות של שלום...
מנדי: נישטא נאך א מענטש אויף די וועלט וואס האט אנגעפירט אזויפיל מערכות און אפילו מצליח געווען, בתחומים רבים ומגוונים.
אני: אקעי, איך זעה שוין מער ווייניגער דער מהלך התשובה, איך וויל נאר פרעגן איין קושיא און דערמיט מסיים זיין.
אני: איך דארף שוין לויפן.
אני: אז דער רבי לעבט שוין נישט קען ער נאכאלס זיין משיח?
אני: אדער אפשר אז דער רבי לעבט נאך...
מנדי: אזוי זאגן די משיחיסטן...
מנדי: משיח קען זיין אפילו איינער וואס לעבט שוין נישט.
אני: דער רמב"ם זאגט נישט אזוי.
אני: ואם לא הצליח עד כה, או נהרג--בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דויד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר "ומן המשכילים ייכשלו, לצרוף בהן ולברר וללבן--עד עת קץ: כי עוד, למועד"
מנדי: וואו שטייט אז משיח קען נישט נסתלק ווערן?
אני: וואס מיינט 'או נהרג'?
מנדי: אז משיח וועט גע'הרג'עט ווערן. דער רבי איז נישט גע'הרג'עט געווארן, ער איז נסתלק געווארן נבג"ם.
אני: פלוצלינג נעמסטו אן אז דער רמב"ם איז יא כפשוטו, 'נהרג' מיינט דוקא 'גע'הרג'עט ווערן און נישט נפטר ווערן.
אני: ר' איד, טוט מיר א טובה, אויב "מלך" מיינט "נשיא דורינו", און "בית-דוד" מיינט אפילו "מצד הבנות" דורך "אשה מזרעת תחילה", און "צווינגען" מיינט "בדברים" און 'כל' ישראל מיינט 'רוב' אידן, און "מלחמות" מיינט "בדרכי שלום", דאן מיינט 'נהרג' אפילו ער ווערט 'נפטר'.
אני: מעיק אפ יאר מיינט, דער רמב"ם איז כפשוטו ממש? – דאן איז אלעס כפשוטו – מלך איז מלך, צווינגען מיינט צווינגען, און כל מיינט אלע... אויב דער רמב"ם מיינט מיט פשעטלעך, דאן מיינט נהרג אויך מיט א פשעטל... מען קען נישט דרייען די תורה וואו מען וויל.
מנדי: עס איז נישט געדרייט, אלעס איז כפשוטו.
מנדי: קוק אלע אויבנדערמאנטע שמועסן, וועסטו זען אז אלעס שטימט מיט פשטות דברי החז"ל. ווידער אויף נהרג שטייט נישט אויף איין פלאץ אז עס מיינט אויך נפטר ווערן.
אני: ויבנה בית-המקדש מיינט 770 – איז ריכטיג?
מנדי: דער רבי האט אזוי געזאגט.

עד כאן
וירא הקהל וישפוט!
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יולי 06, 2016 8:37 pm

לשק לאמיר דיר געבן א שארטקאט:
נעקסטע מאל שיק אים א לינק צו יענער מטורף וואס האט א סייט ווי ער פארציילט אז ער איר דעם רבינ'ס פארלוירענע זוהן (פון א עפעיר וואס דער רבי האט געהאט, אין פאריז דאכטזיך) און זאג עם אז ווען ער ענדיגט מיט יענעמס 'הוכחות' וועסטו דיך נעמען צו זיינע 'הוכחות'.

געמיר א ביפ ווען ער קומט צוריק צו דיר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מיטוואך יולי 06, 2016 11:04 pm

איך אויך האט געשריבן:לשק לאמיר דיר געבן א שארטקאט:
נעקסטע מאל שיק אים א לינק צו יענער מטורף וואס האט א סייט ווי ער פארציילט אז ער איר דעם רבינ'ס פארלוירענע זוהן (פון א עפעיר וואס דער רבי האט געהאט, אין פאריז דאכטזיך) און זאג עם אז ווען ער ענדיגט מיט יענעמס 'הוכחות' וועסטו דיך נעמען צו זיינע 'הוכחות'.

געמיר א ביפ ווען ער קומט צוריק צו דיר.


שיק מיר א לינק!
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך דריידל » דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:47 am

הוגה האט געשריבן:
די שאלה וואס וואלט יא געווען אינטערעסאנט אדורך צו טון איז וואס האט געברענגט אז זיינע חסידים זאלן אים קרוינען אלץ משיח, סיי בחייו און ביי טייל אפילו אחר מותו. עס איז א לענגערע שמועס, יוסף טלושקין טוט עס אביסל אדורך אין זיין ביאגראפיע איבער דער רבי.


.


אויף זיך האט ער טאקע נישט געזאגט בפירוש אז ער איז משיח, כאטש ער האט עס אסאך מאל מרמז געווען. אבער אויף זיין שווער, די פריערדיגע רבי, האט ער יא געזאגט אז ער איז משיח, איז שוין נישט קיין ווינדער אז זיינע חסידים זאגן אויף אים די זעלבע
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

Re: משיחיות של הרבי מליובאוויטש

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:56 am

נעקסטע מאל פרעג מיין קשיא, הרב עובדיה יוסף שטימט פיהל בעסער, א גרעסערע הוגה בתורה, מערערע מערכות און מלחמות געפיהרט און געזיגט (נישט די דורכגעפאלענע פון מיהו יהודי און שלימות הארץ) מער געצווינגען אידען, מער מחזיר געווען בתשובה, אויפגענומען אלס א מלך מאן מלכי... וכו'.
איך הייב שוין אן אליינס גלויבען...

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:40 am

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מנדי: לפי הלכה ווייס איך נישט, אבער עס איז א קלארע חז"ל אז "מאן מלכי רבנן", דער רבי איז געווען דער נשיא פון חב"ד און נשיא דורינו, א מלך ישראל אין יעדן הינזיכט.
אני: סא, דו טענה'עסט אז א מלך מוז נישט מיינען א מלך פון א מדינה, נאר א בחינה פון מאן מלכי רבנן.
מנדי: דאס הייסט אן אמת'ע מלך... דער רבי איז געווען מער מלך פון אנדערע מלכים אויף מדינות. נישט איך זאג עס, די גמרא זאגט עס, אז 'מאן מלכי רבנן' – ווער זענען די אמת'ע קעניגן? – די רבנן. דער רבי איז געווען א מלך ישראל, וואס מיליאנען מענטשן זענען געווען סרים למשמעתו.
אני: מיליאנען?
מנדי: יא... כמשמעו.
אני: .....
מנדי: דער רבי איז מבאר דעם רמב"ם ביי א שיחה, אז דער ווארט 'מלך' אין רמב"ם מיינט נישט ממש א מלך, נאר א מנהיג ישראל, והראיה אז רבי עקיבה האט געהאלטן בר-כוכבא פאר משיח, אפילו ער איז נישט געווען קיין מלך ממש על פי הלכה, נאר א מנהיג ישראל.


לויט ווי איך געדענק איז נישט דא קיין חז"ל וואס אונז ווייסן פון מאן מלכי רבנן עס איז אן אויסדריק וואס מען טרעפט הערשט שפעטער (אויב איך געדענק גוט האט עס אנגעפאנגן ביי תקופת האחרונים כדוגמת בית יוסף וואס ברענגט עס)
איז זאל ער מיר נישט קומען זאגן אז עס איז א "קלאראע חז"ל" אז "מאן מלכי רבנן" און דאס מוז זיין דער רבי (רבנן לשון רבים עס קען זיין מער ווי איינער)
וואס שטייט יא איז רבנן איקירי מלכים (גיטין ס"ב) עס הערט זיך גאנץ ענדלך אויבער נישט און דעם הונזיכט און מען רופט טאקע אלע אדמור"ים מיטן טיטל מלך (כדוגמת מלכנו ברשינו)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:37 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נעקסטע מאל פרעג מיין קשיא, הרב עובדיה יוסף שטימט פיהל בעסער, א גרעסערע הוגה בתורה, מערערע מערכות און מלחמות געפיהרט און געזיגט (נישט די דורכגעפאלענע פון מיהו יהודי און שלימות הארץ) מער געצווינגען אידען, מער מחזיר געווען בתשובה, אויפגענומען אלס א מלך מאן מלכי... וכו'.
איך הייב שוין אן אליינס גלויבען...

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


הרב עובדיה איז נישט פון מלכות בית דוד, הרמ"ש איז (לדבריו) יא!
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

Re: משיחיות של הרבי מליובאוויטש

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:40 pm

פאר דעם קען מען לייכט טרעפען עצות. רעדען פון סיטרות וכדו' און פערטיג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:57 pm

רבותי. איך שרייב זיך יעצט מיט אים נאכאמאל. ווער עס האט קושיות אים צו פרעגן, קען דאס דא שרייבן און איך וועל אים אי"ה פרעגן. דערנאך ארויפלייגן דעם שמועס דא.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג יולי 07, 2016 3:19 pm

קיינער האט גארנישט אים צו פרעגן?
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יולי 07, 2016 3:54 pm

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
שיק מיר א לינק!

געווען אמאל דא א לינק ערגעץ ווי אבער סאמהאו קען איך עס נישט טרעפן יעצט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך אדונינו » פרייטאג יולי 08, 2016 12:08 am

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נעקסטע מאל פרעג מיין קשיא, הרב עובדיה יוסף שטימט פיהל בעסער, א גרעסערע הוגה בתורה, מערערע מערכות און מלחמות געפיהרט און געזיגט (נישט די דורכגעפאלענע פון מיהו יהודי און שלימות הארץ) מער געצווינגען אידען, מער מחזיר געווען בתשובה, אויפגענומען אלס א מלך מאן מלכי... וכו'.
איך הייב שוין אן אליינס גלויבען...

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


הרב עובדיה איז נישט פון מלכות בית דוד, הרמ"ש איז (לדבריו) יא!

דאס מיינט נאכנישט אז דער ליבאוויטשער רבי השיב מעון וכו׳.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » פרייטאג יולי 08, 2016 12:48 pm

וויפיל איך דינג זיך מיט דער מנדי, אבער די טענה וואס מאנכע טענה'ען דא אז ער איז נישט געווען 'השיב מעון' איז נישט ריכטיג לדעתי. קודם כל איז פאראן מעשיות אין פאריז און אין בערלין, ווי ער האט זיך יא בפועל אפגעגעבן דערמיט. אבער דער עיקר איז, אז די שלוחים וואס ער האט ארומגעשיקט אין די וועלט, האבן דאס געטאן בשליחותו, מיט זיינע אנווייזונגען, ווען נישט אים וואלט עס נישט געווען. ער האט געלייגט א דגש דערויף און נאר דורך אים איז דאס צושטאנד געקומען. ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן אז נבוכדנצר האט נישט איינגענומען ירושלים, נאר זיינע סאלדאטן האבן...
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 08, 2016 1:34 pm

יהושפט מלך יהודה האט געוויזען כבוד פאר די חכמים. ער האט זיי נישט איבערגעגעבען די מלוכה. מאן מלכי רבנן מיינט נישט דער מלכות פון דוד המלך. ווען יא, איז שמואל הנביא אליינס א מלך, פארוואס האבען כלל ישראל געבעטען נאך א מלך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:49 pm

שמעתי פון א געוועזענע חבדסקער אז די רבי זאל מאריך ימים זיין האט געליינט די ביכער פון די דייטשע פילאסאפערס שאפענהויער און העיגל, און אז ער האט זייער געגעליכן שאפענהויער׳ס פילאסאפיע.

אויף מיין שאלה פון וואו ער נעמט די אינפארמאציע? האט ער גענטפערט אז סאיז גאר א ״דבר ידוע״.

ס׳מאכט נישט קיין טראפ סענס לדעתי אז די רבי זאל האבן געליינט שאופענהויער!

ווייסט איינער צי סאיז יש דברים בגו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:54 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

משיחיות של הרבי מליובאוויטש

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:25 am

סלוינט זיך צו ליינען דעם קונטרס המשיח האבוד של חב״ד, סאיז נישט צו לאנג, און איז געשריבן מיט א שטארקע בהירות און אלעס מיט מקורות
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:24 pm

אויב איר ווילט וויסן ווי אזוי דער ליובאוויטשער האט געארבעט מיט זיין משיחיז'ם. קוקט אויף דעם קליפ.

https://www.youtube.com/watch?v=uGDkp-h58sQ
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 5:01 pm

חקרן האט געשריבן:אויב איר ווילט וויסן ווי אזוי דער ליובאוויטשער האט געארבעט מיט זיין משיחיז'ם. קוקט אויף דעם קליפ.

https://www.youtube.com/watch?v=uGDkp-h58sQ

אנטשולדיגט אסער דאס איז עקעלהאפטיג און טפשות'דיג. דאס פאסט פאר זעכצען יעריגע בחורלעך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט