א וויי געשריי פון א פרעמדער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
א_געדאנג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 08, 2016 9:06 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

א וויי געשריי פון א פרעמדער

שליחה דורך א_געדאנג »

[center]די ארטיקל האבּ איך געשריבּן בשליחות פין א דער פרעמדער, ער טענה'ט אז ער איז נישט גיט אויפן פּאפּיר {ליין סקרי"ן} בּעט ער מיר איך זאל מאכן די ויצעקו בשמו הטוב. ליינט אין זייט מרעיש עולומות.[/center]
[center]איב בּעט אנטשולדינגונג פאר טעותים אין ספּעלינג וכדו', די צייט האט נישט ערלויבט מגיה צו זיין[/center]
[justify]הנני העני ממעש נרעש ונפחד, ווער בּין איך ארויף צו ברענגן די ווייטאג פון א ריזיגע עדה יודן וואס בּיז נישט לאנג צוריק האב איך געמיינט אז זיי זענען דאס ארגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, אלעמאל קעגן... ווען אנדערע זאגן יא זאגן זיי ניין, ווען אנדערע זאגן ניין זאגן זיי יא, אזוי האבּ איך אייבּיג געוואוסט, ווערנדיג אויפגעצויגן אין א זיפּ קאוד וואס איז נישט 11211. רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' הוא תקום, מיין בּאשערטע איז געזיצן און געווארט בּיז איך וועל זיך בּרעכן טאקע אין די אזוי פארפיינטעטע וויליאמסבורג, נו אלע ווייסן אז שדוכים קלויבּט מען נישט, מ'בּאקומט פּונקט דאס וואס ס'איז פארשריבּן געווארן מ' יום קודם יצירה, אזוי בּין איך אויך אנגעקומען אהער, טאקע אין עלעווען, טָו, אוי, פייו אבּער אינעם שמאלץ טאפּ פין ניי וויליאמסבורג.

אנפאנג בּין איך געווען פעסט פאר'עקשן'ט אראפ צו וואקן צוואנציג מינוט דריי מאל א טאג, אבּי נישט זיין אנגעוויזן אויף די שטאפענע היטן די בּיטערע מענטשן, אבּער ווי לאנג קען מען אזוי אנגיין?! האבּ איך קובע מקום געווען טאקע אינעם סאטמערע ביהמ"ד אויף מוירטל עוו.

איך בּין געווען זיכער אז ווען מ'וועט זען מיין הויכען בּיבּער היט וועט א שטאפנס אדער פּלאטישגס צו וואקן צו מיר אין ארויס קאפּען דעם ציוניסט פין ביהמ"ד, אזוי האבּ איך אלעמאל געוואוסט די סאטמערע יודן האבּן מקבל געווען די הדרכה פון פרעזידענט בּוש די צווייטער ירום הודו, אידער יָור וויט אָז אר יָור וויט זֶעם... פאר דעם האבּ איך זיכער געמאכט צו קומען צו שחרית אן א היט, מה לי ולצרה הזאת, זיך איינרייסן מיט די ווילדע יולי בּויז? אבער איך בּין ערשטוינט געווארן צו טרעפן פריינטליכע בּא'טעמ'טע יונגעלייט, וואס יא אמת, זיי זענען עקסטריעם מיט דעם וואס זיי האבּן געלערנט פונעם הייליגן סאטמאר רב זצ"ל אבּער קיינער ווערט נישט מנודה וועגן מ'איז נישט פון זייער חדר, עכ"פ דאס איז א שמועס פאר זיך נישט דאס איז מיין מטרה, טָו מע"ק עי לאָנ"ג סטאָר"י שאָּר"ט, נאך אפּאר חדשים האבֹּ איך שוין אפילו פארמאגט אפּאר גאר גוטע פריינט, בּ"ה ס'מיר נתגלה געווארן אז די סאטמארע עדה פארמאגט סאך מער מעלות אין זייער אסאך הינזיכטן וואס די וועלט ווייסט. יעצט לאמיר ארויפבּרענגען אויפן פּאפּיר די שטוינענדע אנדעקונג וואס איז באמת אנטדעקט לעיני כל, אלע ווייסן, אבּער די וויי געשריי ווערט נישט דערהערט. יעצט צו די סיפּור.

די פארגאנגענע מאנטאג ווען די גוי'שע וועלט האט געפראוועט די אינדעפּענדעס חגא, איז געווען זייער אן אנגענעמע טאג פאר די וואס זענען געווען אין די סיטי, די גאסן זענען געווען טויט שטיל, די ביהמ"ד קיל און ליידיג. דא דארט האט מען געזען א מענטש נאר צו געבן א צייכן פון הימל אז מ'איז נישט די איינציגסטע בּאשעפעניש איבערגעבּליבּן, יאָ, יאָ, אזוי ווי איר הערט, אפי' די פייגעלעך האבּן גענומען וואקאציע, די מאסקיטאוס זענען פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט, אפילו די נודנע בוזשערייען פין די ברויזענדע פליגעלעך וואס ווייסן נישט פון קיין וואקאציע צו זאגן, זעט אויס זענען געפאנגען געווארן אין א האט קאפ ערגעץ ווי, מעגליך אין איינע פין די מחנות דורך לאנגווייליגע קינדער.
איך האבּ געזוכט מיט וועם צו פאבּרענגען, בּין איך אריין אין ביהמ"ד, פארשטייט זיך איך האבּ חלילה נישט געוואלט מאכן קיין בּיטול תורה, בּין איך ארויס אינעם בּעק יארד אפשר וועל איך טרעפן איינעם מיט וועם צו כאפּן א פיינעם שמועס, מיט א לילקע צווישן די פינגער.

דאס הארץ האט זיך מיר אפּגעשטעלט זעענדיג ווי איינע פון מיינע פרישע פריינט, א טייערע יונגערמאן וואס איך בּין זייער מכיר טובה פאר'ן מיר מקרב זיין ווען איך האבּ נישט געהאט מיט וועם צו פארטוישן קיין ווארט, דער יונגערמאן זיצט אויפן שטיינערנעם ווענטל ביי די עק פונעם יארד רייכערט א צוגערעטל נאך א צוגערעטל, מיט א טעלעפאון (א כשר'ע מאושר דורך וועד משמרת דסאטמאר – משומר) די שטערן פארקנייטשט, עס דערקענט זיך אז ער האט ערשט אראפּגעלייגט זייער א דיסעפּוינדינג געשפּרעך. איך רוף מיך אן הויך, ווי א מלאך פין הימל האט מען דיר אראפּגעשיקט, איך זוך מיט וועם צו פארבּרענגען, איך גיי ליידיג שוין צוויי שעה.

"הער מיר אויס, כ'האבּ נישט צופיל צייט יעצט, אבּער איין מינוט אפשר ביסטו א מלאך פון הימל פאר מיינעט וועגן!" עטנפערט ער, ווען א שיין פון האפענונג זעט זיך אן ביי די עק פין זיינע אויגן.

"שאר, אודאי בּין איך א מלאך, מיט וואס קען איך דיר העלפן"?

"פינעף טויזנט זעקס הונדערט פופציג דאללער פאר א יאר קענסטו מיר בּארגן?"

ס'מיר געווארן שלעכט אויפן הארץ. ווי קען איך אים אפּזאגן, און די שווערערע שאלה איז געווען ווי קען איך אים בּארגן, יא איך זעה אים אין ביהמ"ד יעדן טאג, מיר פארבּרענגען, מיר לאכן שמועסן, מיר טאקע מקרב געווען, אבּער זעקס אלפים'לעך וואלגערן זיך נישט ביי מיר ווי מארבּעל בּאליס אויף א שיפע פּאדלאגע.

"איך מעג דיר עפּעס פרעגן? דו זעסט אויס שרעקליך צובּראכן איבּער עפּעס, די זעקס אלפים האט א שייכות מיט די מאפיא? וואס גייט פאר?

"נע, ס'גארנישט, נארישקייטן. אבּער אז דו קענסט מיר געבּן די הלוואה אֵיי וואָל"ד אפּרישיע"ט אִי"ט".

איך בּין געווארן היבּש נייגעריג וואס אים דרוקט, אמאל זוכט איינער צען צוואנציג אלפים פאר עפּעס א געשעפט וואס איז אים אינטערגעקומען, אבּער ער דארף נישט מער און נישט ווייניגער ווי פינעף טויזנט זעקס הונדערט פופציג, האבּ איך אים אנגעהויבן דרוקן ער זאל מיר דאך זאגן פארוואס ער דארף די געלט, וואס איז די דעספּערעשאן, און פארוואס דווקא יעצט ווען יעדער רועט זיך אויס אזוי געשמאק.

ווידער איז געקומען די ס'גארניש ענטפער, אבּער דאכט זיך מיר אז עפּעס א ווארט דעי קעמפּ האט זיך ארויסגעגליטשט פון אונטער די ציין, ס'האט נישט לאנג געדויערט בּיז ער פארציילט מיר אז מארגן הייבּט זיך אן דעי קעמפּ און אויסער די חודש'ליכע שכר לימוד אין די צוויי זומער חדשים קאָסטן דאפּעלט, צוויי הונדערט דאלער ווי יעדע חודש און עקסטערע צוויי הונדערט פופציג פאר.... עם עם איך ווייס נישט, אָהּ ווייל כ'האבּ זיך געשפּארט אפּאר טויזנט דאללער נישט גייענדיג אין קאנטרי, מוז איך בּאצאלן אזא מין שטייער פאר די מוסדות. דאס איז די בּעסטע הסבּר וואס ער האט געקענט אויפקומען.

מיין שטוינונג שטייגט, פארוואס דעמאלטס דארפסטו זעקס טויזנט?

"קודם כל איך דארף נישט זעקס טויזנט, איך דארף פינעף טויזנט זעקס הונדערט פופציג. צווייטנס, די זומער שפּארן שטייער איז נישט גענוג, איך קען נישט ארויסנעמען די קארטלעך פארן זומער בִּיז איך האָבּ א זירוי בּאלאנס...."

און ווידער שטייגט מיין וואונדער, כ'האבּ געמיינט אז מער שטוינונג איז נישט פארהאן אין איך פרעג:
"איין מינוט, נישט אלול איז די רעגעסטרעשאן סיעזאן?"

"יא, אבּער מוזט פארשטיין -איז ער מסביר בטוב טעם ודעת- זיי ווייסן פּונקטליך וואס זיי טוען, ווער בּלייבּט זומער דא, ע"פ רוב די וואס קענען נישט ערלויבּן די קאנטרי, יעצט דאס זענען די זעלבּע דאזיגע פּארשוינען וואס מוטשען זיך מדי חודש בחדשו צו בּאצאלן די שכר לימוד, און בּמשך די יאר וואקסט די בּאלאנס, אידאך יעצט די ריכטיגע צייט זיי צו בּאצווינגען צו בּאצאלן, קיינער וועט נישט לאזן די קינדער אינדערהיים..."

דאס הייסט אזוי, בעצם איז די מוסד פארשפּארט אין די זוממער, אבּער בּאצאלן מוז מען, פּונקט ווי מ'בּאצאלט חודש תשרי און ניסן, אפי' די חדר איז אפּגעשלאסן רוב חודש, יעצט אויב ווילסטו מיר זאלן אריינעמען די קינדער אין די זומער מוזטו בּאצאלן עקסטרע, אבּער אויך נאר אויבּ די בּרענגסט אראפּ די גאנצע בּאלאנס...
"עפּעס אזוי".

און אויבּ דו האסט נישט, פרעג איך אים?

"שטעל איך איין מיינע קינדער זאלן נישט האבּן וואס צו טוען במשך דעם טאג, א גאנצן זומער"!

נעה, דאס איז נאר א סטראשע, דו גלייבּסט מ'וועט זיי טאקע אהיים שיקן? פרעג איך.

איך בּין שאקירט געווארן ווי ער האט מיר גענטפערט יא, מיט אזא גלייכגילטיגקייט וויסענדיג אז דאס איז די ריעלעטי, און זיי גייען אהיים שיקן, אויב ער נעמט נישט ארויס זיינע קארטלעך.

און די וואס קענען נישט בּאצאלן? בּארג, מעקס די קרעדיט קארד, האַק קאפּ אין וואנט, וועסט בּאצאלן ווי א טאטעלע...

רבונו דעלמא כולה, הזאת נעמי? דאס איז די זעלבּע סאטמאר וואס פירט די גרעסטע חסד אימפּעריעס אין די וועלט? דאס איז די זעלבּע סאטמאר וואס שאפן מיליאנען פאר צענדליגע מוסדות אין ארצה"ק וואס ווילן נישט נהנה זיין משלטון הזדון? פארוואס זאלן זיי נישט שטיצן די אייגענע מוסד פאר די וואס קענען נישט בּאצאלן, טשעריט"י בּיגינ"ס ע"ט הוי"ם זאגט די וועלט, איז דאס די זעלבּע סאטמאר וואס איז בּאוויסט צו זיצן אויף א זעקס אין צוואנציג מיליאן דאלערדיגע סורפּלאס? איז דאס די זעלבע סאטמאר וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די רבן של ישראל? זענען דאס די תּלמידים פין די זעלבּע צדיק וואס איז געגאנגען אין פייער אין וואסער ארויסצוהעלפן סיי וועלכע יוד אין סיי וועלכע נויט? וואס אויף דער וועלט פּאסירט דא, פאר אפּאר פארשטינקענע דאלער וואס דער יונגערמאן קען נעבּעך נישט צאם קראצן איז מען גרייט יענעם צו טרינקן די בּלוט שטייטליך מיט א שטרוי בּיז ווילאנג ער ווערט דערטרינקען אין חובות? אָה נאכדעם צינדט מען אן די חסד אפּעראט, מ'מאכט א טיי אווענט, מ'מורמעלט אריין יעדעם שטיל אין די אויער פאר וועם מ'דארף דאס געלט אזוי אז טאמער דער בּעל חוב האט זיך נישט גענוג אנגעליטן פין יחידים המשתלטים, זאל זיין לעצטע טראפּ סעל"ף עסטיעם איינגיין פאר בושות.

איך בּאלאנג אויך אין א קהילה, אין די קהילה האט אויך בּ"ה גרויסע מוסדות מיט ריזיגע בוזשעטן, אבּער אזא טעראר איז נישט פארהאן! יא, ס'דא די "שלעכטע" וואס רודפ'ן מ'זאל בּאצאלן די שכ"ל, אבּער קיינמאל, קיינמאל הערט מען נישט אזא געדאנק אפי' אז מ'וועט אהיים שיקן די קינדער...

בכל אופן, וואס פאר א חינוך איז דאס פאר א קינד ווען ער/זי ליינט א צעטל וואס מ'שיקט אהיים פין חדר אז זיין גאנצע חינוך האט א פּרייז, אויבּ ווערט נישט בּאצאלט די פּרייז דארף מען אים נישט ערציען בּדרך ישראל סבּא! מה יעשה הבּן שלא יחטא, ווי קען מען נאכדעם האבּן טענות ווען זיי שטעלן זיך אראפּ זייער אייגענע פּרייז ה"י?!

ס'איז א הימל שרייענדע עוולה וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן! ווארטס נאר אויף מיין בּאריכט אראפּגייענדיג בקדש הקדשים אויף ליע עווע. ווייל כ'האבּ געוואלט העלפן מיין פריינט מיט וואס נאר מעגליך. נישט ממש, כ'האבּ געוואלט זיך איבּערצייגן צו דאס איז דער גאנצער אמת, אדער ער איז סתם אן אנגעווייטאגטער. צום סוף הערט מיין פּלאן וואס איך האבּ אויסגעארבּעט אלס הכרת הטוב פאר מיינע פריינט אין די סאטמארע קהילה.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר