"מיין" טויזענטסטע תגובה!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

"מיין" טויזענטסטע תגובה!

שליחה דורך קל וחומר »

א טויזענטסטע תגובה!?!

איך מאך זיך נישט צוטוהן!

בין איך משיעבוד צו איינעם?
דארף איך נאכטאנצן און נאכטוהן וואס 'יעדער' טוט?

א פייג!

איך לאז די זאך לויפן.

ביי מיר איז די צוויי טויזענט אכט הונדערט דריי אין פופציגסטע תגובה חשוב!

אבער ס'מיינט נאך נישט אז דארט בינעך יא משיעבוד צו מיין חשיבות.

ווען איך וועל מחליט זיין אז איך וויל שרייבן מיין 'חשובע' תגובה וועל איך עס לאו דווקא שרייבן.

טאמער וועט עס שוין זיין געשריבן איז א סימן אז איך האב עס געשריבן.


א חרוז געמאכט
זיך גוטמוטיג צעלאכט
כ'געב נישט קיין ש*ט
וואס יענער טוט
כ'האב אן אייגן זעהל
כ'בין אן אריגינעל
ס'איז מיין אייגן החלטה
צו פובליצירן אדער השמטה
טייל מיר נישט איין
קריך נישט אין געדערים אריין
רוף עס עצלות
ס'וועט מיר נישט ברענגן עצבות
נאכטוהן יענעם
איז א טערם וואס יעדער קענעם
זיי נישט ברוגז
אבער די מציאות אזוי איז
דיין הלוך ילך איז פונעם ציבור
נישט דיין אייגן חיבור
די שיינקייט פון ארט
איז ווען מ'האט עס נישט ערווארט
ראבאטן ווערן יעדן טאג געבוירן
די געציילטע ארטיסטן ווערן כמעט פארלוירן
אנטפלעק דיין אייגן ארטיסט
וועסטו זעהן ווער באמת דו ביסט!

דא האט איר טויזענט פינטעלעך לכבוד המאורע.

........................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר