אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 11, 2016 7:55 pm

א.

וועלט בארימטער שרייבער מורינו שמעקעדיג שליט"א, צום 15,000'סטן לייק.


ש-מ-ע-ק-ע-ד-י-ג.
א ווארט וואס זאגט אלעס.

א ניק וואס האט זיך ארויפגעדראפעט אויפן לייטער, האבנדיג די מערסטע הודעות אויף זיין קאנטע [ובשם 'חבר הכבוד' יקרא], מיט איבער דרייצן טויזנט הודעות!! און דייקא תוכנ'דיגע, געשמאקע, 'שמעקעדיג' סטיל הודעות. אזוי אויך זייענדיג דער גרעסטער לייק טיילער [כמעט 15,000 מאל פארטיילט פאר אנדערע], און ווי פארשטענדליך – דער העכסטער אין לייקס ראנגען, האלטנדיג ביים ריזן ציפער פון גאנצע פופצן טויזנט מאל וואס אנדערע אידן האבן ארויסגעוויזן אותות אהבה צום באליבטן @שמעקעדיג.

שמעקעדיג איז לעגענדאר פון נאך פארשידענע ריכטונגען. ער האט פאראייביגט א לעגענדע, אז יעדע ניק קוקט עס אן פאר א געוואלדיגער כבוד צו נוצן זיין נאמען, צומאל ביי ווערטלדיגע [נישט געשטויגענע] 'צוזאמענקומען', אפמאלן א ניק, זיך זוכן מיט וועם צו באפריינדן, און ווי פארשטייט זיך – פרובירן צו באקענען דעם אמת'ן מענטש וואס ליגט באגראבן אונטער דעם ניק-נאמען 'שמעקעדיג'.


שמעקעדיג האט באוויזן נאך עפעס ספעציעל. פארשידענע ניקס האבן געעפנט אשכולות ספעציעל לכבודו. לאו דווקא ווען ער איז אנגעקומען צו א ספעציפישער מספר פון תגובות אדער לייקס, נאר סתם אזוי, ווען מ'האט געוואלט ארויסברענגען די ספעציעלקייט פונעם גאר געשמאקן ניק, דער באליבטער מענטש וואס יעדער רופט בשם 'ריח ניחוח' – הלוא הוא שמעקעדיג.

און צום לעצט, שמעקעדיג איז א חשוב'ער ניק, וואס באגלייט און באלייכט שוין קאווע שטיבל כמעט מיום היווסדה, זייענדיג פון די ערשטע ניקס אויף ק"ש, און כאטש וואס אין די פאר יאר האבן שוין די ק"ש ווענט געזען פארשידענע אנדערע סיטואציעס, דור הולך ודור בא, יעדער מיט זיינע געדאנקן און אוואנטורעס, איז אבער שמעקעדיג פארבליבן א לייכט טורעם עד ימינו אלה.

ווי פארשטענדליך, איז אזא מענטש ווי שמעקעדיג דער פאסיגער קאנדידאט צו דינען אלס 'אחראי' אין ק"ש, מיטן מגיה זיין, אדער צענזורירן, וואס אנדערע ניקס האבן געשריבן, מאכנדיג זיכער אז 'די באן פארט אין ריכטיגן ליניע'.


ווער איז אט דער באליבטער ניק, וואס זיין צויבער גייט אומעטום, און רעכטע ווי לינקע זינגען אויף אים שירה? וואס זאגט ער זעלבסט? וואספארא טיפס קען ער מיטטיילן מיטן ציבור?

שש משזר דעקט אביסל אויף 'אונטערן פורהאנג', מיט א ספעציעלן פראפייל - אדער בעסער געזאגט, אינטערוויו - מיט שמעקעדיג, לרגל זיין באקומען די 15,000 טויזנטסטע לייק.


שמעו ותחי נפשכם...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 11, 2016 7:55 pm

ב.

הקדמה קצרה:

אפהאלטנדיג דעם אינטרעסאנטן אינטערוויו מיט שמעקעדיג, האב איך מיך איבערצייגט נאכאמאל פונדאסניי איבער די גאלדענע מידות, געדאנקנסגאנג, און וועג זיך ארויסצוברענגען, מיט וואס שמעקעדיג צייכנט זיך אזוי אויס. זיין ענוות חן, זיין העפליכקייט, זיין ידידות מיט יעדן, און זיין שטעכן איידעלערהייט... דאס איז א מושלם פון א מענטש, וואס מיר אלע קענען זיך און זאלן זיך לערנען פון אים.
ליינט מיט פארגעניגן...


שמעקעדיג'ס קאריערע אויף קאווע שטיבל.


א גוטן הרב שמעקעדיג, וואס הערט זיך עפעס?
געלויבט צו גאט פאר ביז אהער, עד הנה עזרונו רחמיך ה' ואל תטשנו לנצח. עס איז מיר א כבוד צו שטיין אויפן בימה און זיך אויסשמועסן, כאטש איך לייד אביסל פון 'סטעידזש פרייט'.


מיר שטייען דא פאר א ספעציעלן מיסיע, איר זאלט אונז אביסל מיטטיילן אייערע ערפארונגען, געדאנקען, און עצות, וואס האט א שייכות מיט קאווע שטיבל בפרט, און די וועלט בכלל. לאמיר אנפאנגען מיט א פשוט'ע פראגע: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו 'קאווע שטיבל'?
כ'האב שוין עטליכע מאל געשריבן דערוועגן דא און דארט במשך די פאראגאנגענע יארן, כ'וועל עס איבער'חזר'ן בקיצור. כ'בין געוואויר געווארן דערפון אין אייוועלט, בשעת מען האט זיך מתווכח געווען דארט איבער 'פרייהייט פון ווארט', און פארוואס די צענזור איז אזוי שטרענג דארט. באותה שעה איז נאך נישט געווען אזא התנגדות אקעגן אונזער שטיבל, עס איז פשוט געווען די זעלבע סארט איידיע ווי אייוועלט נאר מיט אביסל מער פרייהייט, האב איך זיך איינגעשריבן אין שטיבל. מיין הארץ האט געקלאפט צו זעהן אויב כ'האב ריכטיג צוגעטראפן וועלכע פרי מען נוצט פאר די ד' מינים, און ב"ה איך בין אפראווד געווארן, און ס'איבריגע איז היסטאריע...


פארוואס האט איר אויסגעקליבן דעם נאמען 'שמעקעדיג'? אזוי אויך, אייער אוואטער בילד איז אייביג א 'סמיילי' געזיכט, האט דאס א ספעציעלן באדייט?
איבער מיין ניק נאמען האב איך געהאט א געוויסע כוונה דערביי וואס איך בין נישט אויסן מגלה צו זיין, אבער דאס איז אמאל זיכער אז אויב וואלט איך גע'חלומ'ט אז איך וועל ווערן מער פאפולער ווי אין אייוועלט, וואלט איך געזוכט א פאסיגערן נאמען... און איבער די סמיילי געזיכט? כ'מיין דער תירוץ איז פשוט. מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד. הגם כ'האב שוין צומאל געטוישט אוואטאר'ס צו א טרויעריגע געזיכט, אבער מען פרובירט אלץ צו גיין מיט א שמייכל, אפילו ווען כ'האב אן אשכול מיט זאכן וואס רעגן מיר אויף...


האט איר דעמאלס גע'חלומ'ט אז איר וועט שוין בלייבן דא א תושב קבוע עד ימינו אלה?
איך האב גארנישט גע'חלומ'ט. דער שלום עליכם אשכול איז נאך דאן נישט געווען געבוירן, און איך האב נישט געהאט א ספעציעלע כוונה מיטן זיך איינשרייבן, נאר פשוט אלס נייגער צו ליינען די סארט תגובות וואס ווערן נישט ערלויבט אין אייוועלט...

שפעטער אביסל בין איך געקרוינט געווארן אלס אן אחראי, א שטעלע וועלכע איך פרוביר צו באהאנדלען מיטן גרעסטן מאס כובד ראש. כ'בין מער פארנומען מגיה זיין טעותי הדפוס און אראפנעמען איבריגע ציטיר שטיקער, ווי איידער מעקן יענעמ'ס ווערטער. זעלבסטפארשטענדליך אז תגובות אקעגן די תקנות וועל איך פרובירן מתקן זיין אויף א שיינעם אופן.


וואס איז טאקע דיין כח אז דו ביזט פארבליבן אין ק"ש, וואס אנדערע האבן נישט באוויזן אנצוהאלטן אזא לאנגע רעקארד?
עס איז א פראגע וואס פאדערט התבוננות. כ'טראכט אז במשך די צייט בין איך געווארן זייער צוגעבינדן צום שטיבל, ממש ווי א משפחה, נישט נאר כדי צו הערן וואס יענער פארקויפט אדער שרייבן מיינע אייגענע בויך וויי, נאר טאקע זיך מתאחד צו זיין בדיבוק חברים, לחזק ולהתחזק, און דאס איז א מהלך וואס ווערט נישט נמאס, פונקט ווי מען לאזט נישט אפ קיין אייגענע משפחה. בפרט אז היינט צו טאגס בין איך שוין פערזענליך באקאנט מיט אסאך חשובע ניק'ס און מיר האבן א סארט אהבה שאינה תלוי' בדבר, ממש ווי אייגענע ברודער, דאס איז א זאך וואס האלט מיר שטארק אין די צירקלען פונעם שטיבל.


ווען דו האסט אנגעהויבן שרייבן, האסטו געוואוסט אז דו פארמאגסט א גאלדענע פענע? און נאך וויכטיגער, גאלדענע געדאנקן? האסטו זעלבסט געוואוסט וואספארא אומשאצבארע אוצר ס'ליגט באהאלטן אין דיר?
סארי אז כ'בין אזוי רויט געווארן, איך בלאש פון אזעלכע שאלות... בעצם האלט איך נישט אז איך האב א גאלדענע פענע, איך קום נישט צו לקרסולי רגליהם פון די מאסיווע שרייבער אין שטיבל, אנגעהויבן פון דיר אליין, ר' שש, ביז אזא @קופערניקוס, @יואב, @ברסלבער, @פליקער, @כוכב, און נאך אנדערע, יעדער אויף זיין שטייגער. איך בין בכלל נישט באהאוונט אין די גרויסע חכמות וואס טייל חכמים שרייבן דא. איך שרייב זייער פשוט, גענוי אזוי ווי איך רעד, אן קיין הויכע קונצלערישע אדער הומאריסטישע שפראך, פשוט פון הארץ ארויס, ווי דער באקאנטער מאמר 'הלשון הוא קולמוס הלב'.

לגבי דעם 'אוצר' וואס דו פרעגסט, איך האב זיך אסאך געלערנט אויף מיין אייגענעם לעבן, איך האב אליינס געזוכט ענטפערס אויף מיינע טשאלענדזשעס, אנגעפרעגט קלוגע אידן, געלייענט ביכער, אויסגעהערט אנדערע אידן פון זייער עקספיריענס, און דאדורך דעם געווארן א כלי מחזיק ברכה, און איך בין פשוט א "דולה ומשקה" (נישט יענע ניק...) איבערצוגעבן ווייטער וואס כ'האב מקבל געווען פון אנדערע וואוילע אידן.


ווען האסטו אנערקענט אז 'שמעקעדיג' איז א זאך, א כלי מפואר וואס דער עולם גלייכט צו הערן זיין דעה?
ווען די לייקס קאנטע האט אנגעהויבן וואקסן ווי אויף הייוון... פארשטייט זיך איך האב באקומען אסאך פידבעק, מיין אישי קעסטל איז כסדר געווען איבערגעפילט (און איך באקום נישט קיין הודעה ווען כ'ערהאלט א לייק), אזש כ'האב געמוטשעט די מנהלים צו פארגרעסערן דעם צאל הודעות פונעם אינבאקס, צו וועלכע זיי האבן זיך צוגעשטעלט. ווי אויך האבן מערערע ניקס זיך פארבינדן מיט מיר אויף אנדערע טשעט עפפ'ס, ווי גוגל טאלק, און כ'האב כסדר באקומען לעבעדיגע גרוסן אז דער עולם גלייכט דעם שמעקעדיג...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 11, 2016 7:55 pm

ג.

שמעקעדיג דער 'שרייבער' [בה"א הידיעה] אין קאווע שטיבל.


וואס זענען די פרינציפן וואס דו האלטסט פאר דיינע אויגן אלס איינע פון די סאמע בעסטע ק"ש שרייבער?
מיין פרינציפ אלס שרייבער - און אין לעבן אין דזשענעראל - איז צו מרבה זיין אהבה אחוה ורעות. איך פרוביר זיך נישט צו קריגן מיט קיינעם, פארשטיין א צווייטן, דן זיין יענעם לכף זכות דורך פרובירן צו פארשטיין פון וואו יענער קומט, און אודאי קיינמאל נישט באליידיגן אדער פארשעמען א צווייטן. און אויב מאכט זיך יא א אישו, עס ווי שנעלער צו סאלוון און נישט לאזן האבן א שווער הארץ איינער אויפן צווייטן.


וועלכע סארט קריטיק קומט דיר אויס אפט צו הערן?
געלויבט צו גאט איך הער נישט אפט קיין קריטיק. עס מאכט זיך אלץ דא און דארט, בפרט אלס אן אחראי, ווען כ'האב געטוישט זאכן אדער קעפלעך אן ערלויבעניש פונעם פותח האשכול, אדער ווען כ'האב "נישט" געטוישט געוויסע הודעות לויט די באמערקונגען פון געוויסע ניקס, שוין געווען צייטן וואס כ'האב ערנסט געטראכט אויפצוגעבן די אחראי'שאפט, שפירנדיג אז איך פארנעם נישט די היץ, און ממילא דארף איך ארויסגיין פון קיך... למעשה האט זיך ב"ה אלעס געסעטלט עצהיו"ט, און עס איז מקויים געווארן דעם 'ואת והב בסופה', און אויב כ'מעג זיך באנוצן מיט דעם לשון הפסוק: ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו....


אויף וועלכן ארטיקל האסטו באקומען די מערסטע פאזיטיווע פידבעק?
שווער צו זאגן פון צווישן אזויפיל ארטיקלען, אבער איך גלייב אז מיין אשכול פון "אונזער מצב הפרנסה – עד שתכלה פרוטה מן הכיס" האט ערוועקט א שטורעם, און איך האב באקומען א געוואלד פאזיטיווע פידבעק.


און די מערסטע קריטיק?
ווי קאמיש עס הערט זיך, אויפן זעלבן אשכול! איך האב בעצם קיינמאל נישט באקומען קיין ערנסטע קריטיק אויף אן אשכול דא אין שטיבל, אבער אויפן אויבנדערמאנטן פרנסה אשכול, האט א ניק (ברשותי) ארויפגעשטעלט אויף אייוועלט בשם שמעקעדיג פון קאווע שטיבל, און האט מיר גורם געווען א שרעקליכן עגמת נפש, איך האב געכאפט קאלטס און ווארעמס, מיאוס'ע קללות און געשפעטעריי, כאטש לשבחם יאמרו אז געציילטע ניקס פון אייוועלט האבן מיר אין אישי שטארק מחזק געווען. איך האב בשעתו געשריבן דערוועגן באריכות אין דעם אשכול.


די מערסט אינספירירנדע מאמענט אלס ק"ש שרייבער?
אויב מעג איך רעדן מער פערזענליך, האב איך א שטיק צייט צוריק געמאכט א שמחה, פארשטייט זיך אז טראץ די פרנסה שטופט מען שווער אדורך, און אפאר ניקס האבן זיך שיין צוגעשטעלט, איינער פון מיינע חברים האט זיי פארציילט וואס טוט זיך דא, און עס איז אריינגעקומען א הערליכן סכום פון חברי השטיבל, באגלייט מיט ברכות און לויב ווערטער. איך וועל דא נעמען די געלעגנהייט זיי אלע צו באדאנקען מעמקי לבבי, איך האב נישט קיין ווערטער, זאל ענק הקב"ה באצאלן אלף פעמים ככה מיט עשירות און נחת וכ"ט.


האסטו אמאל חרטה געהאט אויף אן ארטיקל נאכן עס ארויסלייגן לרבים?
ארטיקל לכאורה נישט, געוויסע פרטים אפשר יא, ווען כ'וואלט אמאל געוואוסט אז כ'וועל ווערן אזוי פאפולער וואלט איך געשריבן ווייניגער פערזענליכע דעטאלן. די מערסטע האב איך חרטה אז כ'האב אמאל געשריבן – שלא כדרכי – אויף א חשוב'ן ניק די קללה עפ"ל... איך האף יענער איז מיר מוחל, ס'האט גראדע נישט אויסגעקוקט ווי ער באקראצט זיך צופיל דערפון....


דיין לענגסטע ארטיקל וואס דו האסט געשריבן?
ווידעראמאל די פרנסה אשכול. איך האב נישט געציילט די קערעקטערס, מעגליך ס'איז יא דא לענגערע, אבער די כח און מח וואס איז אריין אין דעם אשכול שטייגט איבער אלע אנדערע.


וואספארא ארטיקל האלטסטו איז אממערסטנס נוגע פאר אונז אלע, אזא בחינה פון 'הפך בה והפך בה'?
אויב רעדסטו פון מיינע ארטיקלען, איז צום זעקסטן מאל, דער פרנסה ארטיקל הנ"ל... אויב רעדסטו בעצם פון שטיבל ארטיקלען, איז פאראן אסאך, בעיקר פון @ברסלבער און @הוגה, און די אשכולות פון די "למעשה" פראיעקט דורך @ראובן.


באקומסטו חיזוק פון חברים איבער וואס דו שרייבסט?
נישט סתם. דאס גיט מיר די מערסטע חיזוק און שטופ אנצוגיין ווייטער.


האט איר צוריקגעהערט פון גאס איבער 'שמעקעדיג' פון ק"ש? האבן אייך מענטשן פון גאס אידענטיפיצירט אלס 'שמעקעדיג' פון ק"ש?
נישט אידענטיפיצירט ב"ה. כאטש עס איז שוין געקומען נאנט דערצו, ווען געוויסע האבן געשמועסט איבער דעם שמעקעדיג, און איך האב מיטגעשמועסט מיט א הארץ-קלאפענדע בלעכענע פנים.....


דיינע ארטיקלן אויף ק"ש צייכענען זיך באזונדער אויס מיט איר גראדקייט און קלארקייט אין השקפת החיים, פון וואו האט איר דאס גענומען?
עס איז מיר יעדע מאל באזונדער א געשמאק צו הערן די קאמפלימענטן... נאך אלעם, יעדער שרייבער האלט אז ער איז א גוטער קלארער שרייבער, אבער אז מען הערט פון אזעלכע שרייבער ווי דיר די קאמפלימענטן, זעה איך אז יש דברים בגו, און מיינע תגובות האבן א קלארן תוכן. ווי געשריבן אויבן, האלקים עשה את האדם ישר, איך האב אסאך געלערנט און מקבל געווען פון אנדערע קלוגערע פון מיר, געארבעט אויף מיר, און איך פרוביר צו טראכטן אויף יעדע זאך וואס איז דער דרך הישרה שיבור לו האדם, וואס איז דער רצון ה'.


ווען דו ענדיגסט שרייבן אן ארטיקל, גייסטו עס איבער אדער ס'שרייבט זיך שוין די 'פיינעל' ווערסיע?
הממ... ערגעץ אינצווישן. געווענליך נישט קיין ערנסטע טוישונגען, אזויפיל צייט האב איך שוין נישט... איך לויף שנעל איבער די טעותים און מאך קורצע תיקונים.


וואספארא אפעקט האט דיין שרייבן אויף ק"ש איבערגעלאזט אויף דיין פריוואטן לעבן? דיין ווייב האלט מיט/שטיצט עס?
קאווע שטיבל האט געהאט א גרעסערע השפעה אויף מיין לעבן דורך ליינען ארטיקלען פון אנדערע, ווי איידער דורכ'ן שרייבן; אבער עס איז קלאר אז די סיפוק פון העלפן אנדערע אידן האט געהאט א פאזיטיווער אפעקט אויף מיין לעבן אין מערערע הינזיכטן, און בכלל האט עס געשטארקט מיין קאנפידענץ, אין וועלכן כ'האב זיך שטארק גענויטיגט....

וועגן מיין אשת חבר קען איך נישט רעדן פאר יענעם, אלזא האב איך איר אליין אנגעפרעגט. זי בעט איבערצוגעבן אין איר נאמען, אז זי שטיצט עס פולשטענדיג מיטן גאנצן הארץ, און עס איז איר א פריוועליגיע אז איר מאן איז אזוי געשעצט און באליבט ביי זיינע חברים, און זי גיבט מיר חיזוק אויף ווייטער אויך...


האט איינער שוין אמאל פלאגיאירט אדער זיך באנוצט מיט דיינע געשריבענע ארטיקלן וכו'?
נישט עפעס ערנסט וואס איך ווייס, הגם אויף וואטסעפפ און טעלעגראם קורסירן זיי ארום אין גרויסן..


ווען דו ביזט אנגעקומען צום 'צען טויזנטסטע לייק', וואס האסטו דעמאלס געטראכט? און וואס טראכסטו יעצט?
חחחח...... (שמעקעדיג האט זיך צולאכט). איך פיל מאדנע צו אויסשמועסן לייקס מיט שש משזר, דער מלך הלייק'ס... דו ביסט קוים אנגעקומען אין שטיבל און דו עסט מיך אויף פאר לאנטש מיט דיינע מספר הלייקס. הגם – אויב כ'מעג א פליק טאן – כ'האלט אז דו נוצט שטארקע מעטאדן ווי אזוי צו זאמלען און איינקאסירן לייקס, ווי צב"ש יעדעס מאל ווען דו עפנסט אן אשכול צעטיילסטו עס אויף מערערע תגובות, וואס כל אחד כדאי לעצמו פאר א לייק.... און נאכדעם שרייבט מען אין "פנינים שזורים" אז דער ארטיקל איז ערשינען לאור עולם... נאך מער! נעם צב"ש אונזער יעצטיגע אינטערוויו, איך בין זיכער א גרויסער עולם וועט הנאה האבן דערפון. ווער מיינסטו גייט אריינשארן אלע לייקס דערפאר אין קעשענע? יא, צוגעטראפן!!...

אבער איך פארשטיי אז יעדער האט זיך זיינע 15 מינוט אויף פעים – אדער 15 טויזענט לייקס – און ובא השמש וזרח השמש. אז דו ביסט ראוי לאותה איצטלא, און דו פארדינסט דיינע לייקס דורך דיינע געוואלדיגע כוחות וואס דו לייגסט אריין אין שטיבל, ובפרט לעצטנס אין דעם "וועקער", זאל עס דיר וואויל באקומען, און איך אליין וועל דיר לייקן ווילאנג כ'האב הנאה דערפון, אפגעזען ווי מיין ראנג וועט זיין אין א יאר פון היינט.

לענינינו, לייקס איז עפעס וואס מען דארף נישט מסביר זיין, עס איז נישט ווי טרוקענע געלט, יעדע לייק איז ביי מיר א שטיק הארץ, איך קוק וואס ליגט אונטער דעם לייק, און עס איז מיר א זכי' אז איך קען מהנה זיין אזויפיל אידישע קינדער, איך האף באמת אז די אלע לייקס וועלן מיר אקעגנקומען ביים בי"ד של מעלה און אראפוועגן די רעכטע זייט וואגשאל....


זינט דו ביזט אנגעקומען אין ק"ש, ביזטו - לדעתך - געשטיגן אדער פארקערט?
שטייצעך איך האב נגיעות און האלט אז איך בין געשטיגן; אבער מען דארף עס מברר זיין ביי אן אומפארטייאישן בי"ד אדער א אומאפהענגיקע צייטונג..


וואס געבט דיר די גרעסטע שטופ צו שרייבן ווייטער?
די סיפוק וואס איך האב נאכן שרייבן א גוטע ארטיקל, און נאכן זוכה זיין צו העלפן א צווייטן איד.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 11, 2016 7:56 pm

ד.

שמעקעדיג אלס קאווע שטיבל מיטגלידער.


די מערסט אינספירירנדע מאמענט אלס ק"ש מיטגלידער?
שוין געהאט מערערע, אבער בלי ספק איז עס געווען ווען די שטיבל האט זיך געהאלטן ביים פארשליסן, און די רעאקציע פון אונזערע חברים האט געוויזן די צוגעבינדנקייט כאיש אחד בלב אחד, א שריט וואס האט גורם געווען פאר @קעלנער זיך איבערצוקלערן און לאזן דעם שטיבל לויפן ווייטער, צום פרייד פון יעדן איינעם באזונדער.


אן ארטיקל וואס האט דיר ספעציעל בארירט?
אוממעגליך צו ענטפערן דערויף. ווי מ'זאגט אין ענגליש, too many to list. פון @קופערניקוס' אויספלאצענדע מאמרים; @יואבקונצליכע אשכולות ווי ער לייגט אראפ א מצב מער ווי לעבעדיג; @פליקערהומאריסטישע שורות; שש משזר'ס אשכולות מיט אומגלויבליך מלא ידיעות; @ברסלבערשכל הישר'דיגע שטיקער; אשכולות מלא לאגיק פון @הוגה; @מאראנצןזאפטבאשרייבן אנשי שם; @בענדזשאמין פרענקלין'ס חמין במוצ"ש וואס פלעגן שניידן אין זיבעטן ריפ; @רויטע וואנצעס' פאעזיע'ס און באשרייבונגען; ארטיקלען פון @ונבנתה העיר, @כוכב, @ראובן, @געוואלדיג, און אפילו צומאל די לאכעדיגע באשרייבונגען פון @שטילע אינגערמאן, און נאך אנדערע שאי אפשר לפורטם כי רבים הם, אלע פון זיי האבן מיר שוין בארירט, אפט ביז טרערן (און אפט ביז זיך שטיקן פון געלעכטער), און ס'איז מיר נישט מעגליך צו זאגן וועלכע פון זיי די מערסטע.


האסטו עפעס עצות מיטצוטיילן מיטן עולם וואס און וויאזוי צו שרייבן?
ניין. איך האלט יעדער זאל שרייבן לויט זיין תכונת הנפש, און נישט פאלאוען מיין עדווייס. ווילאנג מען שרייבט אין איינקלאנג מיט די תקנות, זאל יעדער ווייטער שרייבן כיד ה' הטובה עליו. אדרבה, דאס גיט צו צו די קאלירפולע אויסקוק פונעם שטיבל, שיין וואלטן מיר אויסגעזעהן אויב אלע שרייבערס וואלטן געשריבן לויט מיין גוסטע... מיינסט אז איך ענדזשוי נישט צומאל א גוטן פייט...?


וואס 'נישט' צו שרייבן?
Well, דו רירסט אן א האקעלן פונקט, אבער אז דו פרעגסט מיר וועל איך זאגן וואס קוועטשט מיר, אמרתי אשיחה וארווח לי. לויט די תקנות טאר מען נישט שרייבן קיין דברי כפירה והמסתעף, למעשה ווערט די תקנה פארלעצט למחצה ולשליש ולרביע, עס פארדריסט מיר ווי געוויסע אויפגעקלערטע אדער אט"ד חברה האבן די דרייסטקייט צו שרייבן זאכן – אפט שרייבט מען עס כמעט, ממש בארדער ליין – וואס איז אקעגן די אידישע השקפה, און כאטש איך בין זיי דן לכף זכות, האלט איך אז די תקנות וואלטן געדארפט זיין קלארער, און נישט אזוי בלורי. מען האט שוין גראדע אויסגעשמועסט די ענינים מערערע מאל, און איך פארשטיי אז עס הערשט נאך אלץ נישט קיין קלארקייט דערין. אונטערשטע שורה, אויב ווילט איר מיר פאלגן, שרייבט נישט קיין ווערטער אדער השקפות וואס קען וויי טון אנדערע, נישט פערזענליך און נישט זייער השקפה. מען קען יעדע זאך זאגן אין שיינעם, אן זלזול און אנע קללות. דברי חכמים בנחת ישמעון. איך האלט כסדר פאר די אויגן אז דער שטיבל איז דער רואיג פלאץ צו פארברענגען באהבה ואחוה. צו שרייען און זיך רעגן קען איך צוריקגיין אין ריעל לייף... (אופס, כ'האב מיר פאררעדט...)


וויאזוי ווערט מען באליבט ביי יעדן איינעם? וואס איז דער סוד פון דיין הצלחה צו זיין אזוי באליבט ביי יעדן אין ק"ש?
חז"ל זאגן עס אין איין שורה: איזהו מכובד – המכבד את הבריות. ווי אזוי דו פירסט זיך אויף צו אנדערע, אזוי וועט מען זיך פירן צו דיר.


ווער זענען דיינע באליבסטע ניקס אויף ק"ש?
אה, איך האב אסאך, און צוליב פארשטענדליכע סיבות וועל איך זיי נישט דא אויסרעכענען.


פון וועם האסטו זיך די מערסטע געלערנט?
אין השקפה והילוך החיים, בלי ספק פון @ברסלבער. איך בענק מיר נאך זיינע ארטיקלען ווי משוגע. ממש איך קען אים אנרופן רבי אלופי ומיודעי. @הוגה האט אויך א שיינע פאר שלום בית ארטיקלען וועלכע האבן מיר אויפגעלאכטן מיינע אויגן. ידיעות האב איך די מערסטע געלערנט פון דיר, הרב שש.


לעצטע פאר 'טיפס' מיטצוטיילן מיטן עולם שרייבער און ליינער אויף ק"ש?
מיר קענען נישט מתקן זיין די גאנצע וועלט. אבער יעדער קען טון פאר זיך און פאר זיינע קינדערלעך. לאמיר מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ. לאמיר אליינס זיין בשמחה און אריינברענגען אנדערע מענטשן אין א פרייליכע גיסטע. שמייכלטס צו יעדן. לאמיר זיין אן עקזעמפל, לאמיר זיין דער 'ישראל אשר בך אתפאר'.
דער אמת איז אז איך האב נאך צו זאגן אביסל, אבער עס ווערט שפעט, און ריעל לייף ווארט שוין אויף מיר בכליון עינים.


א יישר כח!
א דאנק פאר אייך, פארן מיך אויסהערן!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יולי 11, 2016 8:15 pm

א דאנק!

ווער עס וויל מיך לייקן, האט דא א טשענס :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 11, 2016 8:25 pm

איך בין לייקער נאמבער 15003 yay!!

די ערשטע מאל א 'צווייטער' שרייבט לכבוד א צווייטנ'ס ניק לרגל !! שש יו אר די מען!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאצקע ציקער אום מאנטאג יולי 11, 2016 8:29 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1472
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יולי 11, 2016 8:27 pm

שמעקעדיג, נאר איין תגובה?? פארדעם מאכסטע נישט גענוג לייקס...!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

Re: אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

הודעהדורך פליקער » מאנטאג יולי 11, 2016 8:27 pm

שמעקעדיג, איך האב אלעמאל געמיינט אז דו גלייכסט מיך פערזענלעך, דערווייל ווער איך געוואויר אז דו ביזט א פיינער מאן, און מיך געלייקט דא דארט א רחמנות לייק, וויל איך דיר זאגן אז עס האט מיר פיין געשמעקט, און שיין פון דיר מיך צי באטיטלען ווען עס קומט מיר נישט, די פרייז דערפאר וואלט איך געצאלט כאטש הינדערט לייקס.
לאוו יא פארעווער.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

Re: אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

הודעהדורך פליקער » מאנטאג יולי 11, 2016 8:32 pm

שש משזר כאטש דא איז נישט ס'פלאץ, וויל איך דיר זאגן אז זייט דו ביזט דא שפיר איך ווי די היישעריקן פון די מרגלים, זייט דיינע ווערק שפיר איך כאפס ואין, אבער אלעס איז ווערט, כ'וועל ענדערש זיין א זנב לעריות ווי א ראש לשבלים

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 11, 2016 8:35 pm

פליקער האט געשריבן:שמעקעדיג, איך האב אלעמאל געמיינט אז דו גלייכסט מיך פערזענלעך, דערווייל ווער איך געוואויר אז דו ביזט א פיינער מאן, און מיך געלייקט דא דארט א רחמנות לייק, וויל איך דיר זאגן אז עס האט מיר פיין געשמעקט, און שיין פון דיר מיך צי באטיטלען ווען עס קומט מיר נישט, די פרייז דערפאר וואלט איך געצאלט כאטש הינדערט לייקס.
לאוו יא פארעווער.


פונקט דא וואו שמעקעדיג געבט דיר צוויי מאל א ספעציעלן כבוד, שרייבסטו אזוי?

איך קום נישט צו לקרסולי רגליהם פון די מאסיווע שרייבער אין שטיבל, אנגעהויבן פון דיר אליין, ר' שש, ביז אזא @קופערניקוס, @יואב, @ברסלבער, @פליקער, @כוכב, און נאך אנדערע, יעדער אויף זיין שטייגער.


@פליקער'ס הומאריסטישע שורות;
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

Re: אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג יולי 11, 2016 9:01 pm

הערליך שיין פון ביידע זייטן, כה יתן וכה יוסיף.

די קונץ פון שש יר"ה איז, אז ער ערלויבט זיך צו אראפשרייבן די קריטיק איבער זיינע לייק-זאמלונג-מעטאדן אין אן ארטיקל וואס איז געבויעט מיט די מעטאדן!
איין שש איז פארהאן!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 11, 2016 9:06 pm

ס'ריזיג!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9449 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מאנטאג יולי 11, 2016 9:08 pm

בין איך היינט אסאך קלוגער געווארן דא.

ווען גייט מען געבען א שמעק ווער שש איז? @שמעקעדיגקען אפשר אפהאלטן אן אינערוויא מים עם?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג יולי 11, 2016 9:09 pm

שמעקעדיג, איך האב דיר אלץ באוואונדערט...




יעצט נאכמער!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3817 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג יולי 11, 2016 9:39 pm

מ'קען נאך צולייגן א פראגע:
וויאזוי האט איר געשפירט בשעת מעשה?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג יולי 11, 2016 10:01 pm

מעכטיגע קשיות שש!!!! מעכטיגע תירוצים שמעקעדיג!!!! ענק קימט זיך א ביליאן לייקס!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג יולי 11, 2016 10:08 pm

מזל טוב ידידי הרב @שמעקעדיג! א ריכטיגע מוסטער פון אן עכטע פרומער איד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2805
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6375 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 11, 2016 10:26 pm

פליקער האט געשריבן:שש משזר כאטש דא איז נישט ס'פלאץ, וויל איך דיר זאגן אז זייט דו ביזט דא שפיר איך ווי די היישעריקן פון די מרגלים, זייט דיינע ווערק שפיר איך כאפס ואין, אבער אלעס איז ווערט, כ'וועל ענדערש זיין א זנב לעריות ווי א ראש לשבלים

Sent from my VS987 using Tapatalk

פליקער: כשמך כן תהילתך. לא בחינם קוראים לך פליקער. אויף דיין בחירה זאג איך. אבי נישט פארקערט... :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 11, 2016 10:30 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:בין איך היינט אסאך קלוגער געווארן דא.

ווען גייט מען געבען א שמעק ווער שש איז? @שמעקעדיגקען אפשר אפהאלטן אן אינערוויא מים עם?

נו, ירח: אוקריינא דאיגרתא, איהו להוי פרוונקא...!
מיט דיינע אינטרעסאנטע תגובות, באזאלצן (אדער באצוקערט)( מיט הומאר קענמען זיך א סאך מאל קוילערן פאר געלעכטער... :lol: ;)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יולי 12, 2016 10:46 am

שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק!

ווער עס וויל מיך לייקן, האט דא א טשענס :P

פארוואס קען מען נאר 1 מאל לייקן.

אגב ווען @שמעקעדיג שמועסט אויס מיט @שש די לייק אפציעס האבאיך געמיזט ארויף פארן ביז אויבן זעהן צו כהאב נישט פארפאסט א לייק ווייל ג. איז היפש לאנג [WINKING FACE]

כה לחי ביידע
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 12, 2016 11:35 am

שש משזר האט געשריבן:
האט איינער שוין אמאל פלאגיאירט אדער זיך באנוצט מיט דיינע געשריבענע ארטיקלן וכו'?
נישט עפעס ערנסט וואס איך ווייס, הגם אויף וואטסעפפ און טעלעגראם קורסירן זיי ארום אין גרויסן..


איך דערמאן זיך יעצט...
viewtopic.php?f=6&t=5114
:P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

Re: אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג יולי 12, 2016 11:41 am

רבותי, כאפט אריין!
מ'קען אים דא נאכאמאל אנשטאפן מיט לייקס!
שש האט שוין אריינגעזעקלט איבער א מאה!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג יולי 12, 2016 12:43 pm

א הערליכע אינטערוויו, שש האט געפרעגט ממש מיינע פראגן און שמעקעדיג האט געענטפערט צום דבר יעדע ווארט איז אינטרעסאנט צו ליינען און באלערנד, ייש"כ שש פארן איבער געבן די מייק אזוי פראפעסיאנאל, און ייש"כ שמעקי פארן ענטפערן מיט אזא ענוה, ווי האט רב יוסף געזאגט לא תתני ענוה דאיכא אנא, דאס קען געזאגט ווערן אויף ידידנו שמעקעדיג.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יולי 12, 2016 12:50 pm

הערליך! שיינע פראגעס, און געשמאקע ענטפערס. יישר כוח שמעקעדיג און שש.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 12, 2016 1:09 pm

איך וויל דא אויסדרוקן א עקסטערע דאנק/לייק פאר מר. שש, פארן אזוי מייסטערהאפטיג אויסשטעלן דעם אינטערוויאו, מיט צענדליגער און צענדליגער לינקס, עס ליגט א געוואלד מיט ארבייט דערין.
(קיינער זאל נישט לייקן דעם הודעה, נאר לייקן שש!)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט