אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

אויסשליסליכער אינטערוויו מיט מורינו 'שמעקעדיג' שליט"א

שליחה דורך אדנירם »

[center]א.

וועלט בארימטער שרייבער מורינו שמעקעדיג שליט"א, צום 15,000'סטן לייק.[/center]


ש-מ-ע-ק-ע-ד-י-ג.
א ווארט וואס זאגט אלעס.

[justify]א ניק וואס האט זיך ארויפגעדראפעט אויפן לייטער, האבנדיג די מערסטע הודעות אויף זיין קאנטע [ובשם 'חבר הכבוד' יקרא], מיט איבער דרייצן טויזנט הודעות!! און דייקא תוכנ'דיגע, געשמאקע, 'שמעקעדיג' סטיל הודעות. אזוי אויך זייענדיג דער גרעסטער לייק טיילער [כמעט 15,000 מאל פארטיילט פאר אנדערע], און ווי פארשטענדליך – דער העכסטער אין לייקס ראנגען, האלטנדיג ביים ריזן ציפער פון גאנצע פופצן טויזנט מאל וואס אנדערע אידן האבן ארויסגעוויזן אותות אהבה צום באליבטן [tag]שמעקעדיג[/tag].

שמעקעדיג איז לעגענדאר פון נאך פארשידענע ריכטונגען. ער האט פאראייביגט א לעגענדע, אז יעדע ניק קוקט עס אן פאר א געוואלדיגער כבוד צו נוצן זיין נאמען, צומאל ביי ווערטלדיגע [נישט געשטויגענע] 'צוזאמענקומען', אפמאלן א ניק, זיך זוכן מיט וועם צו באפריינדן, און ווי פארשטייט זיך – פרובירן צו באקענען דעם אמת'ן מענטש וואס ליגט באגראבן אונטער דעם ניק-נאמען 'שמעקעדיג'.


שמעקעדיג האט באוויזן נאך עפעס ספעציעל. פארשידענע ניקס האבן געעפנט אשכולות ספעציעל לכבודו. לאו דווקא ווען ער איז אנגעקומען צו א ספעציפישער מספר פון תגובות אדער לייקס, נאר סתם אזוי, ווען מ'האט געוואלט ארויסברענגען די ספעציעלקייט פונעם גאר געשמאקן ניק, דער באליבטער מענטש וואס יעדער רופט בשם 'ריח ניחוח' – הלוא הוא שמעקעדיג.

און צום לעצט, שמעקעדיג איז א חשוב'ער ניק, וואס באגלייט און באלייכט שוין קאווע שטיבל כמעט מיום היווסדה, זייענדיג פון די ערשטע ניקס אויף ק"ש, און כאטש וואס אין די פאר יאר האבן שוין די ק"ש ווענט געזען פארשידענע אנדערע סיטואציעס, דור הולך ודור בא, יעדער מיט זיינע געדאנקן און אוואנטורעס, איז אבער שמעקעדיג פארבליבן א לייכט טורעם עד ימינו אלה.

ווי פארשטענדליך, איז אזא מענטש ווי שמעקעדיג דער פאסיגער קאנדידאט צו דינען אלס 'אחראי' אין ק"ש, מיטן מגיה זיין, אדער צענזורירן, וואס אנדערע ניקס האבן געשריבן, מאכנדיג זיכער אז 'די באן פארט אין ריכטיגן ליניע'.


ווער איז אט דער באליבטער ניק, וואס זיין צויבער גייט אומעטום, און רעכטע ווי לינקע זינגען אויף אים שירה? וואס זאגט ער זעלבסט? וואספארא טיפס קען ער מיטטיילן מיטן ציבור?

אדנירם דעקט אביסל אויף 'אונטערן פורהאנג', מיט א ספעציעלן פראפייל - אדער בעסער געזאגט, אינטערוויו - מיט שמעקעדיג, לרגל זיין באקומען די 15,000 טויזנטסטע לייק.[/justify]

שמעו ותחי נפשכם...

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר