ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

ר' יואל אשר לאבין הי"ו ענטפערט

שליחה דורך געוואלדיג »

אלס אנטווארט צו מיין אשכול וועגן זיין עדיטאריעל, האט ר' יואל אשר לאבין הי"ו געשריבן אן עדיטאריעל אין דעם שטערן פון חודש תמוז וואו ער באציהט זיך צו מיינע און אנדערע הערות, און מיט זיין גוטסקייט האט ער מיר דאס געשיקט איך זאל דאס קענען אויך דא מפרסם זיין צו זיין אויפריכטיג און ברענגען ביידע מיינונגען, מיינע הערות וועלן אי"ה נאכפאלגן, דא האט איהר דאס בשלמותו אן קיין טויש.

מיר מוזן לעבן אינעם יעצט

• פארוואס איך גלייב אז מען דארף וואקסינירן.
• פארוואס מען דארף פאלגן די אנגענומענע מהלכים אין מעדיצין.
• וויאזוי ארבעט די סייענטיפישע מעטאד?
• פארוואס א איד דארף רעספעקטירן וויסנשאפט און איר זעהן אלס טייל פון די נפלאות הבורא.
• פארוואס מען טאר נישט ווערן היסטעריש פון אנטי-עסטאבלישמענט באריכטן

"פארוואס מוז איך זיין א תמים און זיך מכניע זיין און זאגן "וואס די רעגירונג זאגט איז אמת" און געבן וואקסינען צו מיינע קינדער אזוי שנעל? איך מעג האבן מיין אייגענע דעה!"

"מיר, וואס וואקסינירן נישט זענען נישט קיין לייכטזיניגע עלטערן, פארקערט גאר, עס וואלט מיר געווען פיל גרינגער צו גיין מיטן שטראם און געבן וואקסינס און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט אונזערע מוסדות. נאר מתוך מחשבה רבה און נאך זיך נאכפרעגן, און ליינען ביכער פון ביידע זייטן פון די ארגומענט האבן מיר געמאכט אזא החלטה"

די עדיטאריעל וואס איך האב געשריבן אין פאריגן חודש "שפאקטיוו" איבער געבן וואקסינס פאר די קינדער האט געברענגט א מיני-שטורעם. אסאך אידן האבן זיך פארבינדן מיט מיר און איינער האט פארעפענטליכט א לענגערע בריוו צו ענטפערן אויף מיינע טענות.

איך האב ארויסגעברענגט אז היות אז די מעדיצינישע עסטאבלישמענט און רעגירונגס אגענטורן האבן אנגענומען פאר זיכער אז מען זאל געבן וואקסינען איז דאס אונזער פליכט אלס בירגער און אלס מענטשן וואס זוכן צו מקיים זיין ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

אבער עס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס זענען אויסגעשלאסן אקעגן וואקסינען, עס זענען פארהאן קלוגע מענטשן וואס זענען חולק אויף פארשידענע מעדיצינישע הנחות וואס האט געפירט די מעדיצינישע וועלט צו געבן די אלע וואקסינען. עס זענען אויך פארהאן מענטשן וואס זענען בטבע אנטי-עסטאבלישמענט און קאנספיראציע גלויבער וואס האלטן אז וואקסינען זענען סם המוות וואס א געהיימע קאנספיראציע פון געלט גייציגע קארופטירטע כחות שטופט צו געבן.

צווישן די טענות אקעגן מיינע רייד זענען געווען [tag]געוואלדיג[/tag] גוטע, געוויסע תמימות'דיגע טעותים און געוויסע איז פארפירעריש. און איך וועל נישט ענטפערן אויף יעדע טענה, נאר איך וועל ארויסברענגען מיין נקודה .

פארן ענטפערן דירעקט איבער וואקסינען וויל איך ברענגען א דיסקוסיע וואס איך האב געהאט און איר משמעות צו אונזער שמועס:

אין א געוויסע אויסגאבע שרייב איך צומאל אנווייזונגען איבער געזונטהייט און סכנה זאכן. א חשובע רפואה עסקנית האט מיר געבעטן איך זאל שרייבן איבער א געוויסע קראנקהייט, זי האט מיר געשיקט איר אינפארמאציע וואס האט פארמאגט די וועגן וויאזוי עס צו מונע זיין און די רעקאמאנדירטע רפואות און מעדיצינישע אנשטאלטן.

וויסנדיג די אחריות פון שרייבן מעדיצינשע זאכן צום ברייטן פובליק האב איך אנגעהויבן פארשן אליין די נושא און רעדן צו דאקטורים, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אינפארמאציע וואס זי האט געגעבן איז נישט די באשטעטיגטע דעה פון די רעגירונג געשטיצטע מעדיצינישע וועלט און איז קעגן די דעה פון רוב מנין און רוב בניין פון די מעדיצינישע וועלט.

איך האב איר אנגערופן זאגן אז איך וועל ליבערשט שרייבן וואס די דורכשניטליכע מעדיצינישע וועלט זאגט. זי האט אנגעהויבן ערקלערן אז זי האט גאר אסאך ערפארונג פון אסאך מענטשן וואס זענען עס אריבער און דאקטורים מיט וועמען זי האט גערעדט וואס האלטן אז די מעינסטרים באהאנדלונג איז נישט גענוג.

איך האב זיך געפינען אין א גרויס פארלעגנהייט. פון איין זייט איז זי א ערליכע און פארשטענדליכע עסקנית וואס פרובירט צו העלפן אין די נושא. וואס זי זאגט לייגט זיך אויפן שכל און אסאך דאקטורים האלטן טאקע אזוי. אבער די גרויסע מעדיצינישע אינסטיטוציעס האלטן נישט אזוי. וואס דארף איך טון?

נאך אסאך יישוב הדעת, דורכלערנען די סוגיות און אריינטראכטן טיף בין איך געקומען צו די מסקנה אז סיי הלכה'דיג און סיי מאראליש דארף איך, און יעדער איד, לכתחילה אננעמען וואס די רוב מנין ורוב בנין פון די מעדיצינישע וועלט האלט. און איך וועל עס ערקלערן:

עס איז אונזער מאראלישע און תורה'דיגע פליכט צו היטן אונזער געזונט. דאס לעבן איז אן עולם המעשה, מיר מוזן אריינכאפן יעדע מינוט און האבן די בעסטע לעבן וואס שייך. א געזונטע לאנגע און פראדוקטיווע לעבן.

די תורה ווארענט אונז "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" מיר מוזן היטן די געזונט.

אבער די תורה זאגט אונז נישט וואס עס באדייט היטן דאס געזונט. די תורה זאגט אונז נישט וויאזוי צו פירן זיך.

די תורה וויל אז מיר זאלן פאלגן די דאקטורים. אזוי זאגט הלכה קלאר אז ווען א דאקטאר הייסט פאסטן יום כיפור אדער מחלל שבת זיין ווייל ער שאצט אז עס איז א סכנה דארף מען אים פאלגן. פיקוח נפש איז דוחה שבת און דער מבין אויף נפש איז דער דאקטאר.

אבער וואס ווייסט דער דאקטאר? דער דאקטאר ווייסט די אמת?

לאמיר אייך פרעגן אן אנדערע שאלה: א איד וואס האט געפאלגט א דאקטאר מיט טויזנט יארן צוריק און געגעסן יום כיפור, ווען מיר ווייסן אז די דאקטורים פון טויזנט יאר צוריק האבן נישט געוואוסט גארנישט איבער א מענטש'ס געזונט. אלזא האבן אידן דעמאלטס מחלל שבת געווען בטעות?

די ענטפער איז קלאר אז נישט. די וועלט פון וויסנשאפט פראגרעסירט, און היינט, מיט א בליק אויף צוריק, ווייסן מיר פאר א פאקט אז די די אמאליגע דאקטורים האבן נישט געוואוסט דעם אמת, האבן געהאט גאר באגרעניצטע אינפארמאציע און האבן געזאגט אומריכטיגע זאכן, אבער פארט האט א איד נישט קיין אנדערע ברירה, מען לעבט נאר אין די וועלט וואס מען קען, און דעריבער דארף מען פאלגן דעם דאקטאר וואס איז אנגענומען אין די פלאץ און צייט וואס מען לעבט.

אז איינער וועט היינט מאכן אן אפעראציע באזירט אויף אינפארמאציע פון אריסטו איז ער א שופך דמים, און טראץ אז דער רמב"ם און רמב"ן האבן אנגענומען זיינע מעדיצינישע הנחות, ווייל בזמנו איז נישט געווען בעסער.

אין די עתיד וועט מען מעגליך קוקן אויף אונזערע דאקטורים ווי מיר קוקן אויף אריסטו, זייער מעגליך, און לויט די פארשנעלערונגען פון פראגרעס וועט עס נישט דויערן קיין טויזנט יארן, אבער פארט קענען מיר נישט לעבן אין יענע רעאליטעט. מיר האבן נאר די יעצט. מיר זענען פארכאפט אין די באקוועמע ארט פון טיים און ספעיס. ווי און ווען מיר געפינען זיך.

מיר לעבן אין א צייט וואס דאקטורים זאגן אמת. א צייט פון "די סייענטיפישע מעטאד" וואס נעמט אריין פארשידענע מהלכים און קאמפליצירטע שטודיעס ווי יעדער איינער קען אפווענדן די שטארקסטע אנגענומענע דאגמעס מיט הארטע אינפארמאציע און קלארע ראיות אין א לאבארטאריע.

אמאל האט מען געלעבט מיט געדאנקען. חכמים האבן געשריבן חידושים איבער די מענטשליכע גוף און דרכי הרפואה באזירט אויף פילאזאפיעס, אמונות און דאגמעס. ווי למשל, אריסטו האט מאמרים ווי ער רעדט איבער די צאל ציינער וואס מענטשן און בעלי חיים האבן, אבער פאר אריסטו איז נישט איינגעפאלן צו טון די פשוטע זאך ווי נעמען א פינגער און מאכן הושיעה את עמך און ציילן די ציינער אין א מויל.

אריסטו איז געווען זייער קלוג און האט געמאכט החלטות אין לעבן באזירט אויף זיינע געדאנקען און סברות, באזירט אויף אינטואיציע.

אט די רפואה, איז בשעתו געווען דאס וואס מיר האבן געמוזט אננעמען, מאראליש און תורה'דיג, ווייל נאר דאס האבן מיר געהאט.

אבער היינט לעבן מיר שוין אין אנדערע צייטן. הונדערטער יארן נאך אריסטו האט וויסנשאפט אנגענומען די געדאנק אז א זאך וואס לייגט זיך אויפן שכל איז אמבעסטן א טעאריע, א געדאנק. אבער זיכער קען נישט ווערן אנגענומען ווי א פאקט.

וויסנשאפטלער האבן זיך אפגעזאגט פון גלאטע סברות, פון זאגן אז זאכן "דארפן" זיין כך וכך לויט סברות און געדאנקען, און זיין גרייט צו אפפרעגן אלעס און זיי אונטערזוכן דורך עקספערימענטן.

אריסטו האט געשאצט, פון סברא, אז ווען א שווערע זאך און א גרינגע זאך פאלן אינאיינעם וועט די שווערע זאך שנעלער לאנדן אויף דער ערד, אבער גלילאו גאלילעי איז שוין נישט געווען צופרידן פון א דאגמע, נאר געבויעט צוויי גליטשערס און געמאכט די עקספערימענטן וואס האבן געוויזן אז ביידע פאלן די זעלבע שנעל דורך די כח פון גראוויטי.

אין פאקט לעבן מיר היינט אין צייטן ווען די מעדיצינישע וויסנשאפט איז ביי א גאר הויכע שטאפל. מען טוישט קערפער טיילן. מען שפילט זיך ארום מיט די-ען-עי און די גאנצע גוף איז אפען און קלאר יעדע סענטימעטער.

"די סייענטיפישע מעטאד" אויף וואס פראגרעס איז באזירט ארבעט גאר גוט. די רעזולטאט זעהט מען יעדע רגע פון טאג, ווען ניינציג יעריגע מענטשן גייען ארום געזונט און שטארק. ווען משפחות לעבן איבער מיט זייערע אלע קינדער אן דעם וואס האלב זאלן שטארבן אין געבורט.

די סייענטיפישע מעטאד ווערט גאר שטארק באשיצט, א וויסנשאפטלער וואס וויל עפעס טוישן אדער זאגן זיין מיינונג קען נישט האלטן זיינע עקספערימענטן שטיל, און מאכן א קאנספיראציע צו קאנטראלירן סייענס איז כמעט נישט שייך און עקזיסטירט נישט. סייענס איז דעמאקראטיש ווי א קליינער סטודענט קען אויפווייזן אז א גרויסער פראפעסער האט א טעות, אויב מאכט ער א קלארע עקספערימענט.

די סייענטיפישע מעטאד ווי יעדער קען אפפרעגן יעדן און אלעס דארף ווערן אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אן קיין דאגמעס ארבעט גאר גוט. מיר אלע לעבן עס מיט. מיר נוצן מאשינקעס וואס די סייענטיפישע מעטאד שטעלט אונז צו. מיר בויען סאפטוועיר מיט אפענע אינפארמאציע, מיר שמירן בעסיטרעיסאן און מיר לייגן אריין עירקאנדישאנס אין די וואנט אן מורא אז מען פאר'סם'ט אונז, אז די וואנט גייט איינפאלן און אז עס איז פארהאן א ריזיגע קאנספיראציע ארום אונז.

מיר פאלגן די סייענטיפישע מעטאד ווייל עס ארבעט.

עס ארבעט נישט? מאכט זיך לעכער? געשעהט אז עס קומען ארויס רעפארטס אויף טעותים און מעדיצינישע אומפערפעקציעס?

געוויסע מענטשן קענען אנצייגן אויף די אדער יענע חסרונות. און זיי זענען גערעכט, מיר לעבן נאכנישט אין קיין אוטאפיע, די תיקון עולם פאדערט נאך אסאך תיקון, אחכה לו בכל יום שיבוא, אבער ביז דאן האבן מיר אויך נישט קיין אנדערע ברירה ווי אננעמען די וויסנשאפטליכע פארשריפטן און לעבן אין די יעצט. מיר האבן פשוט נישט קיין אנדערע ברירה נישט מאראליש און נישט תורה'דיג.

אנצייגן אז עס איז נישט פערפעקט ברענגט אונז נישט גארנישט. די אמאליגע רפואה האט נישט געארבעט, די רפואה פון די עתיד איז נאכנישט דא, און מיר מוזן פשוט אננעמען וואס די מעדיצינישע וועלט זאגט, ווייל מיר ווילן נישט זיין ווי א בלעטל אין די ווינט, און ווייל מיר ווילן לעבן.

וועמען זאלן מיר נאכגיין?

אנשטאט גיין צו א שפיטאל און אויסהיילן מחלות, קען מען זוכן נאטורליכע היילערס וואס ברענגען אלטערנאטיווע מיטלען פון ארבע כנפות הארץ, אבער אז מען טראכט גוט ווייסט מען אז דאס איז נישט די וועג. מיר דארפן נאכגיין וואס די רוב מנין ובנין פון די מעדיצינישע וועלט הייסט אונז נאכגיין. מיר דארפן פאלגן וואס די רעגירונג, די וויסנשאפט וועלט און די אנגענומענע אינסטיטוציעס פון סייענס און געזונט זאגן אונז.

מיר לעבן אין א צייט ווען וויסנשאפט איז בעל הבית אויף די וועלט. די וויסנשאפט זאגט פאר די וועלט פון ביזנעס און הערשאפט וואס צו טון און נישט די אנדערע וועג. די פאקט אז כבוד, געלט, ביזנעס און רעגירונג דארפן אלע צוקומען צו וויסנשאפט און דאס געט וויסנשאפט אסאך כח.

די וויסנשאפטלער זענען אויסגעשטעלט צו קריטיק. זיי מוזן צוקומען צו רעגירונג שטיצע און דעת הקהל און זייערע חידושים ווערט אויספרובירט און קריטיקירט אזוי אז קאנספיראציעס און טעותים איז ממש נישט מעגליך.

**

איך וויל מודה זיין איבער א זאך וואס האט מיר געשטערט, און ווער עס האלט מיט מעדיצינישע פארשריט און ליינט מעדיצינישע באריכטן קען ווערן צעמישט.

לאמיר נעמען איין דוגמא: איין טאג דערציילט די קעפל אז עס איז גאר אומגעזונט צו עסן זאלץ. זאלץ איז איינס פון די עלעמענטארע כעמישע יסודות. זי האט א השפעה אויף די נערוו סיסטעם און די מוסקלען און איז אקטיוו אין די בלוט געלויף פון הארץ. זי קען העכערן בלוט דרוק און דעריבער דארף מען אכטונג געבן מיט זאלץ ווייל זי קען העכערן די בלוט דרוק. מענטשן וועלן לכבוד דעם זיך אכטונג געבן און מינימיזירן מיט עסן זאלץ. א שטיק צייט שפעטער זאגט א שטודיע אז עס איז דייקא זייער וויכטיג צו עסן זאלץ און מענטשן וואס האבן נישט געהאט גענוג זאלץ אין זייער דיעטע זענען אין א סכנה.

ווער עס האלט מיט די שטודיעס זעהט עס יעדן טאג. איין טאג מיט פרוכט, איין טאג מיט פעטנס, צומאל מיט וויין, מיט אייער, מיט פייבער און אזוי ווייטער. אמאל ליינט מען איבער די וויכטיגקייט פון אסאך איבונגען, און דאן ליינט מען אז איבערגעשטרענגטע איבונגען איז די ארגסטע זאך. באקומען אסאך שטראלן פון די זון איז גאר גוט, אבער איין טאג קען מען ליינען אז זי ברענגט קענסער ל"ע און אזוי איז מיט נאך אסאך זאכן.

נאכן מיטהאלטן די אלע סתירות'דיגע באריכטן קען עס ברענגען א מענטש צו מאדנע מסקנות, וואס גייט דא פאר? איז דאס אלעס איין גרויסע שפיל?

עס איז דא מענטשן וואס לכבוד דעם פארלירן זיי זייער גאנצע צוטרוי אין די מעדיצינישע וועלט און אין די סייענטיפישע מעטאד.

אבער מען דארף דאס האלטן אין פרעספעקטיוו, מיר דארפן געדענקען אז וויסנשאפט און מעדיצין האט אונז שוין אין פאקט גאר דראמאטיש פארלענגערט דאס לעבן און געמאכט אונזער לעבן אסאך בעסער און געזונטער.

די סארטן ארטיקלען וואס צייטונגען ברענגען זענען בדרך כלל נישט קיין הארטע וויסנשאפט, נאר באזירט אויף האלבע סטאטיסטיק און זענען געווענליך נישט קלאר און האבן נישט קיין ערנסטע משמעות.

רוב פון די הין און צוריק זאכן זענען דרויסנדיגע לייף-סטייל און דיעטע מיינונגען ווי די מעדיצינישע וועלט מוטשעט זיך צו אוועקשטעלן קלארע ליינס. און ווען זאכן זענען נישט קלאר זענען פארהאן מענטשן מיט אגענדעס וואס שטופן זייערע אינפארמאציע און דעריבער וועט מען ליינען אז וויין אדער טשאקאלאד, מילך אדער פלייש איז געזונט, די באריכטן ווערן געווענליך געשטופט דורך די גרויסע אינדוסטריעס וואס פרובירן צו ברענגען האלבע אדער צווייפלהאפטיגע באריכטן צו פארשטערקערן די צוטרוי אין זייער פראדוקט און גרעסער מאכן זייערע פראפיטן.

אבער עס דארף נישט צעמישן א מענטש, ווייל אז א מענטש איז באלאנסירט שפירט ער וואס עס איז גוט פאר אים און וואס נישט. די גוף שפירט וואס מען טוט צו איר און א מענטש וואס איז באוואוסטזיניג איבער זיין גוף ווייסט ווען ער טוט גוטס אדער שלעכטס צו זיין גוף.

מען קען ליינען די אדער יענע שטודיע, אבער א מענטש שפירט אז געזונטע, נאטורליכע זאכן מאכן אים שפירן גוט. אז מען עסט געזונט שפירט מען גוט. אז מען עסט א דיעטע פון פרוכט, גרינצייג, גענוג וואסער, פראטעין און פייבער שפירט מען גוט.

אז מען מאכט איבונגען און מען שלאפט גענוג שפירט מען גוט. און אז מען פירט זיך אזוי ווערט מען נישט צעמישט פון באריכטן. מען ווייסט אז פון שלאפן ווייניג און טרונקען אסאך קאפעין און צוקער צו אויפהייטערן די נאטורליך מידע גוף איז נישט גוט. מען שפירט אז עסן אסאך ברויט איז נישט גוט און זיך איבערעסן איז נישט געזונט.

אז מען איז מחובר צו די גוף ווייסט מען אז איבונגען מאכט די גאנצע טאג בעסער, מען דארף נישט לויפן צו עקסטרעם און מעסטן די אינטשעס פון די מוסקלען אדער עסן שטרוי, נאר פשוט לעבן מיט א פארשטאנד און געפיל צו אונזער גוף. אונזער געטרייע לעבנס-שותף פאר אונזער נשמה.

**

"אבער למעשה, די וואקסינען זענען מלא וגדוש מיט מסוכן'דיגע זאכן, איך האב אליין געהערט פון א דאקטאר..."

"'מיינע פארשונגען צייגן אז די וואקסינס, וואס די דאקטורים און רעגירונג הייסן נעמען פארמאגט די מסוכן'דיגע מוירקערי, אפפאל פון בהמות, קערפער טילן פון מאנקיס"

" ווער גיבט אונז רשות צו אריינלייגן אין אונזערע קינדער די לעבנס מסוכנדיגע מוירקערי וכדו' צו (מכלומערשט) אפהאלטן א נישט לעבנס סכנה פון מיזעלס"

דאס זענען אקטועלע ציטאטן פון מענטשן וואס האבן זיך מתייחס געווען צו מיינע רייד. און מיין ענטפער וועט זיין אזוי:

אויב איינער גלייבט באמת אז ער פארשטייט בעסער ווי די דאקטורים. אדער אמווייניגסטנס אז ער האט געליינט עפעס וואס איז באמת מער גרונטליך און קלאר ווי דאס וואס די מעדיצינישע וועלט האלט, קען איך אים נישט אפהאלטן.

אויב איינער טענה'ט אז ער האט געפארשט און געקומען צו מסקנות אנדערש ווי די מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף די סייענטיפישע מעטאד זאגט, קען איך אים נישט אפהאלטן.

אבער א ציבור וואס האט אזוי ווייניג מעדיצינישע וויסנשאפט ווי אונזער ציבור, ווי ניין און ניינציג פראצענט ציבור קען נישטאמאל אפליינען א מעדיצינישע שטודיע, מוז אננעמען וואס די עולם הרפואה זאגט, און נישט וואס די אלטערנאטיווע, אנטי עסטאבלישמענט זאגט.

די גאנצע וויסנשאפטליכע וועלט שטיצט וואקסינען, אלע וויסנשאפטלער און אלע מעדיצינישע זשורנאלן. עס זענען שוין געמאכט געווארן אומצאליגע שטודיעס אויף דעם ענין, און די וויסנשאפטליכע מסקנא איז אייביג דאס זעלבע.

די וואס גלייבן אין אלטערנאטיווע און קאנספיראטארישע מעדעצין מוזן אננעמען אז עס איז פאראן א ריזיגע קאנספיראציע צווישן אלע וויסנשאפטלער צו אונטערדרוקן זייער מיינונג.

צו געבן וואקסינען איז נישט קיין קליינליכע החלטה און קען נישט זיין באזירט אויף האלבע שטיקלעך אינפארמאציע, דאס איז א גאר ערנסטע החלטה וואס נעמט אריין גאר אסאך, און מוז ארבעטן אין קאארדינאציע מיט א געוואלדיגע גרויסע נומער פון וויסנשאפטלער און פארשער.

אז א יחיד האלט זיך פאר גענוג א בר סמכא צו גיין אנדערש ווי די גאנצע מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף זיין אייגענע פארשטאנד אדער אויף זיין אייגענע גורו אין וועמען ער גלייבט, קען איך אים נישט אפהאלטן, אבער צו קאמפיינען ביי אן אומוויסנדע פובליק וואס גלייבט שנעל פסעוודא-סייענס און פאלט שנעל א קרבן צו קאנספיראציע טעאריעס איז א אחריות וואס מיר קענען נישטאמאל שאצן אירע פאלגן.

א ציבור וואס האט נישט קיין טיפע פארשטאנד אין ווינסשאפט און וואס קען אייביג אננעמען אנעקדאטן שטארקער ווי וויסנשאפט, און קענען נוצן אזוינע אנעקדאטן ווי "יענער רויכערער רייכערט שוין אכציג יאר" און ממילא איז רייכערן יא בסיידר. אדער "קלימאט טויש איז שטותים, א ליבעראלע קאנספיראציע" מיט די שטארקע טענה אז "קוק, אזא קאלטע ווינטער טאג איז היינט אז מיין נאז איז געפרוירן געווארן" אזא געמיינדע איז אויסגעשטעלט צו פאלן א קרבן צו יחידים וואס שטעלן זיך אקעגן די גאנצע מעדיצינישע וועלט.

מענטשן מיט צוטריט צו וויסנשאפט ווייסן אז אנעקדאטן זענען נישט סייענס, ווייל מען באטראכט נישט טיף די שרשים. מען מאכט נישט קיין טעסט און קיין לאבארטאריע מעסט עס נישט. אבער אז מען פארשטייט נישט, קען מען ווערן מבולבל און פאלן א קרבן צו שקרים און קאנספיראציעס.

אויב איינער וויל גלייבן אין קאנספיראציעס איז עס א אייגענע החלטה, אבער אז עס איז אין א שטח ווי עס קען קאסטן קרבנות, און ווי די רעזולטאטן קענען זיין זייער שלעכט, איז עס א שרעקליכע סכנה!

שטעלט אייך פאר די אנטיסעמיטיזם וואס עס קען פאסירן אויב מענטשן וועלן גלייבן אז אידן האבן פארשפרייט א מחלה, דורך נישט וואקסינירן די קינדער. איז דא א גבול צו ווי גרויס די סכנה קען גיין?

**

אוודאי זענען דא גרויסע טענות קעגן אסאך אנגענומענע זאכן אין די מעדיצינישע וועלט, אבער אז דאס זאל ווערן א אנגענומענע צוגאנג אין א געמיינדע ווי די צוגאנג צו וויסנשאפט איז באזירט, איז מסוכן פון אלע וועגן. עס ברענגט א פארלוירענקייט, טמטום, און גלויבן אין קאנספיראציע און דמיונות. עס ברענגט א פלייץ פון איגנאראנץ און אלדאס בייזנס.

"די וואס קענען נישט די כללים און אנווייזונגען פון היינט זענען די שווידלערס און אנזעצער פון מארגן" האב איך געזעהן א ציטאט וואס איז קלאר און אמת.

אסאך שווינדלעריי און אנזעצעריי איז א רעזולטאט פון נעכטיגע איגנאראנץ, און מיר מוזן מאכן זיכער נישט צו אנגרייטן די מארגענדיגע אומקאמפאטענץ
עס איז נישט בלויז געזונט, נאר מען מוז אויספאלגן די דרך העולם און שכל הישר פון סאסייעטי, בירגערשאפט, מענטאל העלט און פינאנץ.

**

און לאמיר ענטפערן אויף די טענה: "וויסנשאפט איז כפירה"

געוויסע סייענטיסטן האבן פארשפרייט כפירה אויף די וועלט? יא, געוויס. ליידער.

ליידער, די הסתרת פנים ברענגט אז געוויסע וויסנשאפטלער פרעדיגן כפירה. אבער די רעאקציע צו דעם דארף זיין מגביר זיין די אור פון אמונה, און נישט ארויסגיין אין א הילפסלאזא מערכה אקעגן וויסנשאפט בכלל.

איז עס דען אויסגעהאלטן לויט די אמונה צו זיין קעגן וויסנשאפט? קענען מיר דען צומאכן די אויגן און נישט זעהן יד השם אין די פראגרעס פון די בריאה?

איז נישט "נאסא" א מערכת וואס טראגט מענטשהייט ארויס פון ספעיס און גרייכט די העכערע ספערן, א געטליכע ערשיינונג? געוויס איז זי יא!

מיר דארפן וויסן אז אסאך וויסנשאפטלער זענען דווקא מאמינים און מענטשן וואס שפירן א געוואלדיגע הכנעה צום בורא העולם הרופא כל בשר ומפליא לעשות.
דער גלויביגער וויסנשאפטלער איז דער מענטש וואס שטייט און באטראכט די שטערנס און פרעגט מי ברא אלה און זינגט שירה צו די עמקי המציאות.
ווען דער חובת הלבבות וואלט געלעבט היינט וואלט ער געוויס געשריבן אין שער הבחינה איבער די חכמה וואס הקב"ה האט געשאנקען מענטשן צו קענען גיין אויף די לבנה.
די מציאות איז נישט אונזער שונא, וויסנשאפט קען זיין די כלי דורך וועלכע א מענטש קען לעבן א לעבן למצוא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר