א קוויטל דעם רבין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

א קוויטל דעם רבין

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

[justify][center][/center]


מיט ציטערדיגע פוס שטיי איך גלייך אין שורה. מענטש נאך מענטש רוקען זיך שנעלער ווי שטייטער און אט קומט שוין מיין רייע. נאך צוויי מענטשן פאר מיר, באלד קומט שוין ארויס דער גבאי און ווינקט מיטן האנט נעקסט. איך האלט דעם קוויטל אין די האנט, איך היט עס ווי אן אויג אין קאפ. איבערן ווייס שטיקל פאפיר דעקט איבער מיין קליין תהילים'ל, איך זאג א קאפיטל נאך א קאפיטל שטיל מיט כוונה. דאס תהילים'ל האב איך נאך פון מיין זיידן עליו השלום באקומען צו מיין בר מצווה. דער זיידע איז געווען א דורכגעווייקטע חסיד'ישע ייד מיטן ערענסקייט פון אמאל. ער פלעגט שטיין ביים רבין'ס טיש מיט א הייליגע פארכט פון נתנה תוקף ארויס און נישט אראפגענומען אן אויג דעם רבין. און אז דער רבי האט געוויזן דעם זיידן צו זינגען איינע פון די זמירות האט ער זיך פארמאכט די אויגן און פארצויגן מיט א ניגון ווי פון גן עדן ארויס אז די דומע ווענט האבן געקענט שפירן אז ס'איז דא א שבת אויף דער וועלט, ס'איז דא א רבי אויף דער וועלט, און, גבוה מעל גבוה שומר, דער אויבישטער פון אויבן וואס גיבט דעם רבין כח און געזונט. און אט שטיי איך זיין אייניקל פלוני בן פלונית ביים רבין'ס טיר גרייט איבערצוגעבן מיין קוויטל דעם רבין אין זיינע הייליגע הענט. עס שטייט שוין נאר איינער פאר מיר, ער גייט שוין אויך אריין. נאך א ביסל עפענט זיך דער טיר און דאס מיינט מען מיך.

און אט שטיי איך שוין פארן רבין אליינס. אלעס איז שטיל. דער רבי זיצט אויף זיין שטוהל, דער קארפעט באדעקטע ערד ליגט ארומגענומען מיט הילצערנע שענק ביי די ווענט. אויפן טיש ליגט אויסגעשפרייט א סאמעטענם טישטוך מיט רבי מאיר בעל הנס'ןס פושקע אינדערמיט. די געלט וואס זאמעלט זיך אן דעראין גייט דער רבי אפשיקן די משפחה-געבענטשטע חסידים אין הייליגן לאנד זיי זאלן קענען זיצן במנוחה לערנען תורה און דאוונען פארן רבין מיט די קינדער און די חסידים דארט אין ווייטן גלות.

דאס תהילים'ל ליגט מיר שוין צוריק אין בוזעם. איך שטרעק אויס מיין רעכטע האנט און גיב איבער דעם רבין דאס קוויטל מיטן גלאטען באנקנאט דעראונטער. דער רבי שטעקט אריין דאס פדיון טיפער אונטערן שטיקל פאפיר, יעצט איז נישט קיין צייט צו קוקען אויף גשמיות'דיגע געברויכן. מיר ציטערט שוין אלע גלידער און דער רבי הויבט אן לעזען פון צעטיל ארויס

[center]ברוקלין יצ"ו

ירמיהו בן שרה
חנה בת אביגיל[/center]


און פון דא און ווייטער איז דאס צעטל ווייס ווי לעכטיג שניי

דער רבי הויבט אויף די אויגן ארויס פון די ברילן און קוקט מיך אן, ער ווארט איך זאל זאגן דאס וואס ער וויל נישט פרעגן, אבער איך דערוואג זיך נישט צו זאגן א ווארט. דאס לאנגע שטילקייט ווערט איבערגעריסן מיטן רבין'ס שטימע, "און קינדער איז נישט דא ביי ענק?" בום!!

איך האב נישט צופיל צייט צו טראכטן, דער רבי ווארט, איך מוז שנעל אפמאכן צו ענטפערן אדער נישט צו ענטפערן. עפעס מוז איך זאגן, איך קען נישט סתם שטיל בלייבן אז דער רבי פרעגט. אדער מוז איך זאגן דעם אמת, אדער אויפקומען מיט עפעס א ליגענט. אבער ווער וואגט זיך דען זאגן ליגענט אין אזא פלאץ. דער צייט לויפט אויס שנעל און מיט געוואגטקייט עפענט זיך אויף מיין מויל און זאגט ארויס דעם רבין דעם אמת אין פנים אריין מיט די קלענסטע צאל ווערטער און די ווייניגסע הסברים מעגליך, "די קינדער מיינע זענען נאך קליין, ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, צו פערצען א האלב פופצען יאר וועלן זיי אליינס קלייבן זיך צו וועלעכן רבין זיי ווילן זיך בענטשן". בום!!!

דער רבי בויגט צוריק איין דעם קאפ צום טיש, זוכט אפיהר דעם פעדער זיינע, מישט אריבער דאס שרייב-ביכל און פארצייכענט זיך אן א נאטיץ. איך שטיי נאכאלץ אויפן זעלבן ארט און קוק זיך איין ווי דעם רבין'ס פעדער גליטשט זיך פארמעליך אן א געפיהלן. איך ליין ווי די ווערטער שרייבן זיך "שנת תשצ"ז לפ"ק" מיר דאכט זיך דער 'צ' איז א טעות, קומט נישט דארט אן 'ע'? אבער פון די אנדערע זייט, קען זיין אז דער רבי מאכט א טעות? דער רבי מאכט נישט קיין טעותים. פרישע ווערטער ווערן פארשריבן פאר מיינע אויגן, אבער דער רבי שטעלט אוועק זיין האנט און פארדעקט דעם שריפט איך זאל איר נישט קענען ליינען ווייטער. דער רבי שרייבט נאך א האלבע שורה, לייגט אראפ ס'פעדער פון די האנט און שטרעקט אים אויס צו מיר. איך נעם דעם רבין'ס האנט און זיין ברכה, איך הער נישט, איך זעה נישט, מיינע חושים זענען פארטעמט. פינף מינוט שפעטער בין איך שוין אין די גראסערי אויפן וועג אהיים.


אפגעדאווענט מעריב, אפגעגעסן וועטשערע, שוין געזאגט המפיל מיט בידך אפקיד רוחי מיט גרויס כוונה. איך בין שוין נישט דא. דאס בעט האלט מיין גוף. און מיין נשמה, דער בית דין של מעלה מיט די פארכטיגע דיינים. שוין לאנג נאך האלבער נאכט און איך דערזעה פון דערווייטענס פון הויך אראפ קומט צו פליען א מלאך מיט א צעטעלע ציווישן די פליגלען. דער מלאך קומט שוין נענטער, אט קען איך אים שוין דערטאפן, איך דערקען דאס שטיקל פאפיר זייער גוט, איך האב אים הערשט געזעהן ליגן אויפן רבין'ס טיש, דער שריפט איז מיר גאר באקאנט. דער מלאך יאגט זיך שטארק, ער איז א שליח געשיקט פון גאר גאר הויך. אט באלד נאך א ביסל, פאר די מארגן-שטערן גייט ארויס און דער רבי דערכאפט זיך פון שלאף מוז דאס צעטל שוין זיין צוריק אויפ פלאץ. דער רבי טאר זיך נישט דערוויסן אז מען האט אים פון אויבן פארראטען. איך קען נאר געבן איין בליק אויפ רבין'ס כתב, דאס איז וואס די הימלישע גערעכטיגקייט האט פאר מיר צוגעטיילט. איך ליין גיך מיטן אטעם אויפן שפיץ נאז...

[center]שנת תשצ"ז
נכון לזמן החורף,
בני בניו של ירמיהו מברוקלין,
לא נתקבלו להמוסדות דקהלתינו הק'[/center]

בום בום בום!!!


דער מלאך איז שוין לאנג נישטא. פון דערווייטענס זעה איך א קליין ווייסע פינטלע ווערט קלענער און קלענער ביז זי איז פארשוואונדען פון מיינע אויגן


*************


היינט, זאג איך מיין פרוי, לייג איך ארויף די קינדער אויפן באס. איך לויף דאווענען, איך יאג זיך אהיים, איך שטיי שוין ביים באשטימטן פלאץ מיט די הענטעלך אנגעכאפט מיט אן איבערפלוס פון ליבשאפט און רחמנות. איך זעה שוין דער באס קומען, די רויטע לעקטער בליצן און דער טיר עפענט זיך. דער באס רבי, דער יונגער איידעם פון רבין'ס גבאי שמייכלט מיט א גוט מארגן צו די קינדער. איך קוק זיך גוט איין, ניין, גארנישט געשעהט, אלעס פונקט ווי נעכטן און פאריגע וואך. דער טיר פארמאכט זיך, דאס סטאפ פענדעלע בויגט זיך צוריק איין מיט דרך ארץ, און די גרויסע רעדער דרייען זיך ווידער אויפן הארטן אספעלט גרייט אפצונעמען דאס קומענדיגע בינטעל תינוקות של בית רבן.[/justify]
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר