מאנסי קומט צו זיך נאך צושטערטן שבת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

מאנסי קומט צו זיך נאך צושטערטן שבת

שליחה דורך ליפא »

פרייטאג ממש פארן זמן האט זיך געהערט איבער מאנסי שמועות אז איינוואוינער האבן באמערקט שלוחים פונעם ציוניסטישן סוכנות. עידי ראיה האבן פארציילט אז גרופעס יוגנטליכע מיט בלוי מונדירן פון די דזדואיש אגענטור זענען געזען געווארן זיך דרייען ארום די היימישע געגענטער אין מאנסי והגלילות. ווען די חברה האבן געזען ווי זיי ווערן געפאלאוט זענען זיי געגאנגען שנעלער ביז מ'האט זיי נישט געזען מער.

אין די בתי מדרשים האט זיך געקאכט מיט די נייעס און מ'האט זיך געזארגט וואס אזא זאך קען מיינען פארוואס זאל די ישראל'ישע סוכנות זיך דרייען אין אמעריקע און נאך דערצו אין אזא היימישע שטאט? די רבנים האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די קופקעס און נאכגעפרעגט אויף יעדן דיטעיל. אבער זיי האבן נישט געמאכט דערפון אן עסק און ווען יעדער איז אהיים האט מען זיי מער נישט געזען אויף די גאסן און ס'האט זיך איינגעשטילט.

צופרי האט אלעס געטוישט. אידן זענען געקומען אין שול און פארציילט אז די סוכנות חברה דרייען זיך ווידער ארום. און מען האט געזען גרופעס פון זיי וואס האבן זיך אפגעשטעלט רעדן מיט אינגע אינגעלייט און בחורים. איינע פון די גרויסע רבנים האט געבעטן זיינע קרוב צו 100 מתפללים זאלן אים נאכגיין און מ'וועט אויפזוכן און קאנפראטירן מיט שיינעם קודם צוזען וואס זיי ווילן. יעדער גייט מיט'ן רב בראש, אויפן וועג שטעלן זיך צו נאך אידן און ס'ווערט א גאנצע סינערי, שומרים מיט חברים סגייט זיין פאן. נאך צען מינוט האט מען געטראפן 8 פון די חברה זיצן אויף בענק אויף א גראזיגן שטח און רוען זיך אפ.

דער רב ווייזט יעדן צו בלייבן אביסל אפגערוקט. און ער גייט צו און זאגט זיי עפעס און יענע האבן עפעס געענטפערט. אזוי האט דער שטילער שמועס אנגעהאלטן כמעט צען מינוט. פלוצלינג הייבט דער רב אן מיט קולות צו שרייען מיט א שוואכע היברו: לך מפה! לך מפה! שקצים! ווען די מיסיאנערן האבן אנגעהויבן צוריקשרייען האט זיך דערעולם צוגעשארט און אנגעהויבן מיט די הענט, אונטער צוויי מינוט זענען זיי אלע געווען אראפ. זעענדיג אז זיי וועלן נישט קענען געווינען דא האבן זיי אנגעהויבן שרייען אפשר האבן זיי געמיינט אז די אנדערע גרופעס וועלן הערן און קומען העלפן.

טו מעיק איט שארט. ווען זיי האבן געזען אז ס'איז זייער נישט גוט, האבן זיי אנגעהויבן וויינען און זיך בעטן אז זיי ווילן קאפערירן נאר מען זאל זיי אפלאזן און נישט שעדיגן. דעם רב איז נישט געפאלן די גאנצע קריגעריי, און באפוילן אז מ'זאל זיי לאזן גיין. אבער בעפאר ווי וואס ווען איז פאליציי אנגעקומען און פארלאנגט אן אויספארשונג. די חסידישע אידן האבן געזאגט פאר פאליציי אז די חברה זענען געקומען רעדן מיט קינדער און בחורים אן רשות קעגן די עלטערנ'ס ''בעליווס''. ווען די פאליציי האבן גענומען יענע חברה אין א זייט, איז איינער פון זיי ארויס און זיך אנגערופן אז ער האט א קאנפעשן צו מאכן. ער וויל עפעס פארציילן.

פאליציי זאגט אים, רעד.

ער הייבט אן בערך אזוי: ''אונז ווילן איבערבעטן ענק אלע פאר דעם צושטערטן שבת וואס אונזער שפיל האט אנגעמאכט, מיר האבן עס געטון לש''ש.''

דער רב מיט'ן ציבור עפענען די אויגן.

''אונז זענען היימישע אינגעלייט פון דא אין מאנסי, דערציילט ער ווייטער, די וואך איין טאג איז פאר עטליכע טאטע'ס און מאמע'ס בייגעפאלן עפעס צו טון פאר זייערע קינדער וואס זיצן אינדערהיים א גאנצן טאג ווייל ס'נישטא פאר זיי א חדר אדער סקול וואס וויל זיי אריין נעמען. אין א לעצטע דעפרעסטע אטטעמפ האבן זיי אונז אנגערופן פרעגן צי מיר וואלטן זיך פארשטעלט ווי די ציוניסטישע סוכנות און זיך ארומדרייען אין מאנסי און שפילן אז זיי ווילן כאפן אונזערע קינדער. אפשר אזוי וועט מען שאפן פאר אונז מוסדות האבן זיי געוויינט. און מיר האבן געזאגט יא! און דאס איז וואס איז היינט פארגעקומען, ליידער טאקע נישט געלונגען.

דער רב פלאצט אויס אין א געלעכטער און זאגט יעדן אהיימצוגיין עסן מיט פרייליכע הערצער. א מער די שרעק איז געווען אומזיסט אלעס איז ב''ה פיין מיט מאנסי. ער בעט יעדן זאל קומען צום פרק פארלערנען.

די מעשה מיטן שפיל קלינגט אפ איבער מאנסי, מ'זעט אינג און אלט שמייכלן אין די גאסן.

עס קומט 7:00 און דער רב קומט אויפן בימה מיטן טלית, ער לערנט פאר פרק, די שול איז פיל עד אפס. יעדער ווארט צו הערן וואס ער וועט זאגן. ער הייבט אן געלאסן אזוי ווי א נארמאלע וואך ,שטעלט זיך אויף די ערשטע צוויי משנה'ס. נאך א דריי פערטל שעה האט ער אנגעהויבן שטורעמען אויף ''די כאפטע אינגען וואס האבן צושטערט א גאנצן שטאט'ס שבת מיט א נארישע שפיל''. פאר דעי אינגאטשעס וועלן מיר זאגן ''ווילאנג ענקערע קינדער קענען נישט די פראנצויזישע שפראך וועלן זיי שימלען אינדערהיים!!!!'''

און דער הילכיגער קדיש וואס האט נאכגעפאלגט קען מען נישט אראפשרייבן
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר