דער #נעווער_טראמפ און #נעווער_קלינטאן טעות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

דער #נעווער_טראמפ און #נעווער_קלינטאן טעות

שליחה דורך העניך »

עס איז נישט קיין סוד אז עס זענען פאראן מיליאנען מענטשן וועלכע זענען זייער באזארגט וועגן די צוויי קאנדידאטן פאר פרעזידענט פונעם היי-יעריגן וואל-סעזאן. סיי דאנאלד טראמפ און סיי הילערי קלינטאן פארמאגן דם-שונאים וועלכע דערקלערן אז זיי וועלן אין קיין שום פאל נישט שטימען פאר דעם נעמליכן קאנדידאט.

די טראמפ שונאים שרייען אז ער איז א קלאסישער משוגענער, א מענטש אן קיינע פרינציפן, א צעלאזטער, כעס'יגער נוקם ונוטר, און אוודאי נישט קיין מענטש אין וועמען מ'קען אנפארטרויען די קריטישע שטעלע פון פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. "נעווער טראמפ," שרייען זיי.

די קלינטאן שונאים שרייען אז זי איז א קארופטירטע פאליטיקאנטקע, א שקרנ'טע, א מענטש וואס האט נישט קיין פראבלעם אונטערצוברענגען אנדערע פאר אירע אייגענע אמביציעס, און א מענטש וועמען מ'קען נישט לאזן זיך אריינזעצן אין אוועל אפיס. "נעווער הילערי," שרייען זיי.

אבער שטעלט אייך אפ א מינוט און טראכט. איז טאקע אזוי? קענט איר טאקע מיט א רואיגן געוויסן זאגן "נעווער טראמפ"? וואס וואלט איר געטון אויב סטאלין וואלט געלאפן קעגן טראמפ, וואלט איר אויך געשריגן "נעווער טראמפ"? דאס זעלבע לגבי די וואס שרייען "נעווער הילערי" – איז דאס טאקע אזוי? וואלטן זיי בשום פנים ואופן נישט געשטימט פאר הילערי קלינטאן אפגעזען פון ווער עס לויפט קעגן איר?

נאר וואס דען, ווען איינער שרייט "נעווער טראמפ" איז דאס נישט קיין אבסאלוטן סטעיטמענט לגבי טראמפ, נאר א סטעיטמענט אויף דעם יעצטיגן מצב אז קלינטאן איז לשיטתו בעסער פון טראמפ. ער קען זיך ערלויבן צו שרייען נעווער טראמפ ווייל ער איז באקוועם צו שטימען פאר קלינטאן. און אזוי אויך פארקערט, לגבי איינער וואס האלט אז טראמפ איז בעסער פון קלינטאן. אויב אזוי איז דאך דער גאנצער "נעווער" דעקלעראציע א ליידיגער זאק. זאג פשוט אז דו גייסט שטימען פאר דעם קאנדידאט ווייל דו שפירסט אז ער/זי איז דער בעסערער פון צווישן די צוויי מעגליכע קאנדידאטן. ווי קומט דא אריין נעווער טראמפ/קלינטאן?

ווידער זענען פאראן אזעלכע וועלכע זאגן אלו ואלו נשרפין, ביידע זענען אמת – זיי שרייען "נעווער טראמפ ענד נעווער הילערי!" זיי גייען בכלל נישט שטימען, אדער גייען זיי שטימען פאר דריטע-פארטיי קאנדידאטן וועלכע האבן נישט קיין שאנס צו געווינען. לאור וואס מיר האבן שוין קלאר געמאכט, איז "נעווער" סתם א לעכערליכע דעקלעראציע. אפילו אויב ביידע קאנדידאטן געפעלן דיר נישט, איז נישט שייך קיין "נעווער". אויב וואלט געווען א דריטער מעגליכער קאנדידאט, און יענער וואלט געווען אכמאדינעדזשאד, וואלטסטו דען נישט געשטימט פאר קלינטאן אדער טראמפ?

נאר וואס דען, האסט זיי ביידן פיינט, סיי קלינטאן און סיי טראמפ. אבער ווען עס קומט צו שטימען איז נישט די פראגע וועמען מ'האט ליב, נאר ווער עס איז דער בעסטער קאנדידאט צווישן די קאנדידאטן וועלכע זענען עוועילעבל. לאז אפ "נעווער", הער אויף מיט דיין פוילקייט, און זעץ דיך אוועק צו אנאליזירן די קאנדידאטן. אמת, לשיטתך זענען ביידע געפערליך, אבער עס איז נישט מעגליך אז ביידע זענען געפערליך אויף גענוי דעם זעלבן שטאפל. אפילו אויב אראפאט און סאדאם כוסעין וואלטן געלאפן וואלט געווען לעכערליך צו שרייען "נעווער אראפאט ענד כוסעין" – זיי נישט פויל און זיי מחליט ווער פון די צוויי איז אפילו נאר א טראפ ווייניגער געפערליך.

נישט שטימען איז סתם פוילקייט צו לייגן די געפילן אין דער זייט און שטימען פאר דער וואס איז אפילו נאר א ברעקל בעסער פון דעם אנדערן. אלזא זיי מחליט ווער עס איז ווייניגער ארג פאר אמעריקע: קלינטאן אדער טראמפ.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר