תשעה באב'דיקע מחשבות וועגן שנאת חנם און פּאַרטייאישע מחלוקתן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

תשעה באב'דיקע מחשבות וועגן שנאת חנם און פּאַרטייאישע מחלוקתן

שליחה דורך הילל »

איך האב באגעגנט א שיינעם ארטיקל אין אלגעמיינער זשורנאל איבער קמצא בר קמצא וואס ברענגט ארויס א הערליכע נקודה וואס איז שטארק אקטועל היינט, האב איך געקלערט פארוואס נישט מזכה זיין די ק"ש ליינער.

פאַרוואָס האָסטו מיר פיינט?
תשעה באב'דיקע מחשבות וועגן שנאת חנם און פּאַרטייאישע מחלוקתן
יהושע דובראַווסקי ז"ל

אין מיין עסיי אין לעצטן נומער פון אַלגעמיינעם זשורנאַל האָב איך ציטירט דאָס וואָס די חז”ל זאָגן, אַז דער צווייטער בית-המקדש איז חרוב געוואָרן צוליב דעם וואָס צווישן די אידן האָט געהערשט “שנאת חינם” - אַ פיינטשאַפט צווישן אידן, וואָס האָט ניט געהאַט קיין סיבה.

וואָס איז אָבער דער עקזאַקטער באַגריף פון “שנאת חינם”? מיינט עס אַ שנאה, וואָס קומט ניט צוליב עפּעס אַן אָפּגעטוענעם היזק, אַ פיזישן ווייטיק, אָדער אַ גייסטיקן ווייטיק אָדער פאַרשעמונג, באַליידיקונג אד”ג; אָבער די שנאה איז יאָ באַזירט אויפן געפיל פון קנאה, אייפערזוכט - און דאָס הייסט “אומזיסטע פיינטשאַפט”, אַ שנאה אָן אַ מאָטיוו פון באַרעכטיקונג?

אָדער “שנאת חינם” שטעלט מיט זיך פאָר אַ טאָטאַל-אומזיסטע פיינטשאַפט, וואָס האָט ניט קיין שום סיבה. דער צווייטער האָט דעם שונא ניט פאַראורזאַכט קיין שום שאָדן - ניט פיזיש, ניט מאַטעריעל, ניט מאָראַליש; און נאָך מער: יענער שטעלט אויך ניט צו עפּעס אַזוינס וואָס קען אַרויסרופן קנאה. און פונדעסטוועגן האָט ער אים פיינט.

אין דערפאַרונג פון לעבן קען מען אַמאָל הערן ווי ראובן קלאָגט זיך אויף שמעונען: איך ווייס גאָר ניט פאַרוואָס ער האָט מיך אַזוי פיינט? וואָס האָב איך אים געטאָן, וואָס ער האָט צו מיר אַ שנאה כבושה? נאָר פונדעסטוועגן קען מען מסתמא דערגראָבן זיך צו אַ שטיקל סיבה.

יעדנפאַלס געדענקט זיך מיר, אַז אין ספרים ווערט גערעדט וועגן ביידע אויבן געזאָגטע וואַריאַנטן פון שנאת-חינם. אָבער אויב מ’זאָל אָננעמען אַז שנאת חינם מיינט אַן אַבסאָלוט סיבהלאָזע שנאה, איז דאָך גלאַט שווער צו באַנעמען, פאַרוואָס זאָל אַ נאָרמאַלער מענטש ווערן באַהערשט פון אַזאַ אומנאָרמאַלן האַס? און אויב די מעשה איז, אַז ער איז טאַקע מענטאַליש ניט מיט אַלעמען - האָבן מיר דאָך אַ קלאָרן זאָג פון די חז”ל: “אטו בשופטני עסקינן?” - צי דען באַשעפטיקט מען זיך מיט אומנאָרמאַלע, מיט שוטים? עס האָט ניט קיין אָרט אין שכל צו זאָגן, אַז דער חורבן בית-המקדש און דער ביטערער און לאַנגער גלות איז געקומען צוליב דער שנאה פון אומלאָגישע האַסער.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין ווי שטימט דער מאמר חז”ל (יומא דף ט), אַז דער חורבן הבית איז געווען צוליב שנאת חינם, מיט אַ צווייטן מאמר חז”ל (גיטין פּרק הניזקין), אַז דער בית-המקדש איז חרוב געוואָרן צוליב דער פּאַסירונג פון קמצא און בר-קמצא, וואָרעם אויבן אויף האָט עס ניט צו טאָן מיט שנאת חינם?

אין קורצן איז פאָרגעקומען אַזאַ געשיכטע: אַ בעל-הבתישער איד האָט געמאַכט אַ סעודה, צו וועלכער ער האָט געוואָלט איינלאַדן זיין פריינט מיטן נאָמען ‘קמצא’ און זיין באַדינער האָט על-פּי-טעות פאַרבעטן זיינעם אַ שונא מיטן נאָמען ‘בר-קמצא’. אַז דער בעל-הבית האָט דערזען ביי זיין סעודה זיין שונא בר-קמצא, האָט ער אים פּראָסט-און-פּשוט משלח געווען, געזאָגט לויטן רוסישן לשון: “פּאָשאָל וואָן!” עס האָבן דערביי ניט געהאָלפן בר-קמצאס תחנונים, ער זאָל אים ניט פאַרשעמען און לאָזן בלייבן ביי דער סעודה; ניט געהאָלפן האָט אַפילו בר-קמצאס פאַרצווייפלטער שטייגנדיקער געלט-אָנבאָט, ביז צו באַצאָלן וויפל עס קאָסט די גאַנצע סעודה - דער בעל-הבית האָט אים אַרויסגעטריבן, און שוין! פון גרויס צאָרן און פאַרביטערונג, וואָס אויך די אָנוועזנדיקע חכמים אויף דער סעודה האָבן זיך ניט אָנגענומען פאַר אים - איז ער אַוועק און פאַרמסרט פאַר דער רוימישער מאַכט אַז די אידן גרייטן אַ מרידה אַ ווידערשטאַנד קעגן רוים (וואָס האָט דעמאָלט געהערשט איבער ארץ-ישראל); און זיין מסירה האָט געבראַכט דעם חורבן פון ירושלים און פון גאַנץ ארץ-ישראל דורך די רוימער.

וואָס זעען מיר דאָ? - אַ געפערלעך-גרויליקע מסירה-האַנדלונג פון איין אידן אין רעזולטאַט פון זיין אויפגעשרויפטן האַס צוליב דער שענדלעכער באַליידיקונג מצד אַ צווייטן אידן. ווי עס זאָל ניט זיין, קען מען דעם מסור'ס האַס ניט באַצייכענען ווי שנאת חינם. מיט וואָס האָט די סקאַנדאַליעזע האַנדלונג פון ביידע אידן אַ שייכות צו שנאת חינם?

אַז מ’טראַכט זיך אַריין, זעט מען ווי די קורץ-געציילטע ווערטער פון די חז”ל זיינען זייער פּרעציז, באַדייטפול און ‘זאָגן’ זייער אַ סך. זיי שפּיגלען אָפּ אַ גענויעם מוסטער פון “ריינעם” שנאת חינם, און זיי ווייזן, אַז די וואָרצלען פון חרב-מאַכנדיקן שנאת חינם ציען זיך ניט פון בר קמצאן, נאָר פונעם סעודה-מאַכער. ווען די חז”ל דערציילן מיט וואָס דער בעל-הבית האָט באַרעכטיקט זיין אייזערנעם ווילן אַרויסצואוואַרפן בר-קמצאן, ברענגען זיי זיינע ווערטער: “מכדי, ההוא גברא בעל דבבא דההוא גברא - מאי בעית הכא? קום פּוק!” - לאָמיר זען, יענער מאַן איז דאָך דער שונא פון דעם מאַן (געמיינט זיך אַליין) - איז וואָס טוסטו דאָ? נעם און גיי אַרויס!...

דאָס זיינען ווערטער, וואָס ווערן געזאָגט מיט פאַרשטשעמעטע ציין פון אייזיקער שנאה. אין זיין מאָטיווירן זיין אַרויסטרייב-אַקט איז ניטאָ קיין שום רמז, אַז בר-קמצא זאָל אים האָבן עפּעס שלעכטס געטאָן, געשעדיקט, באַליידיקט אד”ג. דאָס דערמאָנען עפּעס אַ פאַרזינדיקונג מצד בר-קמצא, וואָלט דאָך בעסער “געדעקט” די אַרויסטרייב-עוולה פאַר די צוזעער. אויך איז ניטאָ קיין סימן דערפון אין דער רעאַקציע פון בר-קמצאן. וואָלט ער זיך מיט עפּעס געווען פאַרזינדיקט קעגן דעם בעל-הבית, וואָלט ער געוויס געפּרואווט דאָ אויפן אָרט מיט אַלע כוחות דאָס צו פאַרריכטן מיט רייד, מיט געלט (ניט פאַר דער סעודה, נאָר פאַר די עוולות קעגן בעל-הבית). זיין אָנבאָט צו באַצאָלן פאַר דער גאַנצער סעודה ווייזט אויף אַ מצב פון פאַרצווייפלונג, פון לית-ברירה, פון איינעם וואָס שטייט קעגן אַ שטיינערנער וואַנט.

די ווערטער, אַז ער וואַרפט בר-קמצאן אַרויס נאָר ווייל ער איז זיינער אַ שונא באַטאָנען, אַז ס’איז ניט קיין זייטיקע סיבה צו דער שנאה; די סיבה איז די... שנאה גופא. אָבער ווי פאַרשטייט מען אַזאַ ‘אומזיסטע’ שנאה? אויב אָן אַ סיבה, איז אויף וואָס האַלט זי זיך? עפּעס אַ באַזע מוז זי דאָך פאַרמאָגן אונטער זיך!

לויט עניות דעתי קומט אויס, אַז איין סאָרט שנאת חינם שטעלט מיט זיך פאָר דאָס וואָס וואָלט געקענט באַצייכנט ווערן אויפן מאָדערנעם לשון ווי ‘פּאַרטייאישע שנאה’ אָדער ‘פּאָליטישע שנאה’. איינער האָט פיינט אַ צווייטן ניט צוליב עפּעס אַ קעגנזייטיקער פּערזענלעכער באַציאונג אָדער פאַרגלייך, נאָר ווייל יענער האָט אַן אַנדער שיטה און דרך אין לעבן; יענער געהערט צו אַן אַנדער פּאַרטיי און אים געפעלט אַן אַנדער אידייע.

זיינען דאָ אַזעלכע, וואָס זייענדיק זייער צוגעקאָכט צו זייער שיטה און פּאַרטיי, רופט עס ביי זיי אַרויס אַזאַ (כלומרשט) ‘ערלעך-פרומע’ באַציאונג צו זייער אידייע, אַז זיי האָבן פיינט, און שטאַרק פיינט, יעדן איינעם וואָס איז געבונדן מיט אַ צווייטער שיטה.

הייסט עס, אַז די שנאה האָט ניט קיין שום סיבה אין די פּערזענלעכע באַציאונגען צווישן זיי, נאָר דאָ ווירקט זיך אויס די פּערזענלעכע ישות, עגאָ און גאות, וואָס דרינגט אַריין אין זיין אידייע, אַזוי ווייט, אַז דער צווייטער, וואָס האַלט ניט פון דער שיטה, איז אַ פּאַסקודנער מענטש - ער פילט, אַז וויבאַלד יענער איז קעגן דער שיטה, איז ער במילא קעגן אים פּערזענלעך.

און אַזאַ שנאת חינם, וואָס יענער האָט זיך פאַרדינט אינגאַנצן ‘אומזיסט’, אָן קיין פּערזענלעכער סיבה, איז אין אַ געוויסער מאָס קוואַליטאַטיוו ערגער ווי די אַנדערע סיבהדיקע פיינטשאַפטן - וויבאַלד דאָ איז ניטאָ קיין סיבה, וועלכע מ’קען באַזייטיקן.


איז גאָר ניט אויסן וועג צו זאָגן, אַז אין אידישן סדר החיים פאַרן חורבן בית שני, האָט געהערשט אַזאַ צעשפּאָלטנקייט מצד פאַרשיידענע שיטות, וואָס האָט גורם געווען ביטערע מחלוקתן און אַ האַרטנעקיקע כמו-פּאַרטייאישע שנאת חינם צווישן אידן. און אַזוי אַרום לאָזט זיך משער זיין, אַז דער בעל-הבית פון דער סעודה איז געווען איינגעעקשנט אין זיין שיטה אַזוי ווייט, אַז ער האָט געהאַסט בר-קמצאן, וואָס איז געווען קעגנעריש צו דער שיטה.

און ס’איז זייער מעגלעך, אַז די שיטה פון בעל-הבית איז געווען אַ דערהויבן-גייסטיקע (און דערפאַר זיינען די חכמים געווען צווישן די געסט ביי דער סעודה) - און פונדעסטוועגן האָט זיך אין דעם אַריינגעכאַפּט זיין פּערזענלעכער עגאָ-’איך’. און אַזאַ ‘איך’, וואָס איינער וויקלט איין אין די בלעטער פון אַ דערהויבענער, הייליקער שיטה, איז דער וואָרצל פון חורבן. זאָגט דאָך דער “אַלטער רבי”, דער בעל התניא והשולחן ערוך, אַז די ערגסטע מחלוקת איז די וואָס ווערט געפירט ‘לשם-שמים’...
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר