באנד. דזשעימס באנד.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

באנד. דזשעימס באנד.

שליחה דורך ונבנתה העיר »

באנד. דזשעימס באנד.

אה... וויפיהל אזא פשוט'ע צירוף אותיות זאגט אלס. וויפיהל פלעזשור צענטערן עס צינדט אהן. וויפיהל דאופאמעין עס דעליווערט.

פארשטייט זיך בתנאי אז מען איז מפסיק עטליכע סעקונדן נאכ'ן ערשטן ווארט, און מען לייגט א לייכטן דגוש אויף 'דזשעימס'...

אזא תקיפות דקדושה, אזא דזשענטלמאנישקייט, אזא טאקט, אזא געריבנקייט, אזא כאריזמע, אזא כל יושבי' לפניו כחגבים.

אלעס אזוי שיין איינגעוויקעלט אין די פאר ווערטער, און איבערגעגעבן געווארן צו א פראפעסעניאלן אקטיאר ער זאל עס אריינזאגן אינעם קעמרע.

די פראגע איז נאר פארוואס שפילט עס מיין מח אויף מיר אליין? פארוואס שפיר 'איך' דעם תקיפות און גלאטע געריבנקייט ווי כ'זאל אליינס נארוואס ארויס פונעם בארבער?

-----------

דעם פרייטאג צונאכטס אויפן וועג אהיים פון בהמ"ד האביך געטראפן איינעם פון די גדולי החכמים דפה.

ס'איז געווען דאס ערשטע מאהל וואס מיר האבן גערעדט.

וויאזוי זעהט ער אויס?

ארום 175 פונט ארומגעוויקלט מיט א גארטל, די הענט אריינגעשטעקט אינעם גארטל און דערנאך אויסגעדרייעט פניהם אל החוץ, אזא פאזע וועלכע ווייזט דאמינאנץ אויף די איבריגע מאלפעס [גראדע נישט מעיטינג סעזאן].

נאכ'ן ערשטן שאקירטן שלום עליכם סעטעלט ער זיך אריין אין זיין פאזיציע; דאס גאנצע גוף פון די ווייסע זאקן און ארויף וויגט זיך פון רעכטס צו לינקס און צוריק מיט אזא שטאטן טאקט כדרך הבעלי בשר.

ער איז נאכנישט אינגאנצן פטור געווארן פון זיינע פאר-דעם-קריג געוואוינהייטן ווי ער באטראכט סוב-קאנטשעסלי יעדן עובר ושב, און נידערט דעם טאן צו א געהיימניספולע שושקעריי ווען א ניינציג יעריגער גייט פארביי אביסל צו נאנט.

און מען רעדט.

פון וואס רעדט מען? כמעט קט וואס די וועטער איז נישט ארויף אויפן טיש.

----------

וואס איז א מענטש? א קאלעקציע פון פלייש, נערוון און בלוט? א בעג אוו נערווס כפשוטו?

ווילאנג דארף א מענטש 'זיין' עפעס אז דאס זאל זיין 'ער'?

איז ער דען עפעס א געוויסע זאך מיום הוולדו עד יום מותו? מוז ער עס זיין כאטש 10 יאהר? מוז ער עס זיין 24 שעה א טאג?

אז ער שאפט אן אנליין פערסאנא איז יענס דאס פאלשע און די מקוה'דיגע די עכטע?

אלע וויינען די זעלבע זאך:

דער בעש"ט זאגט במקום שמחשבתו של אדם שם הוא עצמו.

אריסטו זאגט 'יעצט בין איך נישט אריסטו'.

דער בעל התניא זאגט המתאבק עם מנוול מתנוול.

אפלטון זאגט אז פילאזאפן וועלכע זענען איבערצייגט אז די גוף און אירע חושים שטערן די ריינע השגות פונעם שכל זוכן פטור צו ווערן נישט נאר פון תאוות הגוף, נאר אויך פון צער הגוף.

אבער אלעס איז פארווישט; דער בעש"ט'ס ווארט איז מיסטיקע, אריסטו'ס איז א גוטע מוסר מעשה, און דער בעה"ת איז א פויליש ווארט.

אלע מיינען אבער כפשוטו: דארט וואו דיין מחשבה איז, וויאזוי דיין מיינדסעט שטייט יעצט, דאס ביסטו אין די רגע. נישט עפ"י קבלה, נאר פשוטו כמשמעו – עס איז נישט דא קיין אנדערע מעסטער אויף די פראגע 'וואס איז א מענטש'.

'יעצט בין איך נישט אריסטו' מיינט טאקע עברי-טייטש; יעצט בין איך נישט אריסטו, יעצט 'בין' איך א פרעסער. עס איז נישט דא א דין אז וואס מען 'איז' מוז אנהאלטן א געוויסע אורך זמן, מען 'איז' יעדע רגע וואס מען איז דעמאלטס.

'המתאבק עם מנוול מתנוול' איז נישט עפעס א פרומע פתגם, עפעס אזא שלעכטע-חברים שמועס, התחברות לרשעים אדער כ'ווייס וואס. עס זאגט כפשוטו: אויב דו באהאנדלסט 'יעצט' שמוץ ביסטו יעצט שמוץ. אויב דו ביסט יעצט אקופירט מיט 'צער' הגוף 'ביסטו' יעצט 'גוף'.

נאו וואנדער חסידים האבן זיך אזוי אכטונג געגעבן פון מצער זיין דעם גוף...

----------

עס קען גאר קיין פאלשע פערסאנא נישט זיין.

כ'וועל אייך אויסזאגן א סוד: הפילאזאף האלקי לעיקוואד שיחי' איז נישט נעלם געווארן צוליב כ'ווייס וואסערע טענות ער האט יא אדער נישט. איך האב עס שוין פארגעזאגט באלד ווען ער האט אפיציעל מפרסם געווען ווער ער איז.

דער שארפער חוקר איז געשטארבן, דער וועלכער קען שירה-זאגן אויף א ליידיגע סקרין איז נעקר געווארן. אנשטאט איז אויסגעוואקסן אן אדמוני וועלכער לערנט קבלה פאר די פערציג.

-----------

הערט אידן וואס כ'זאג אייך: בויעט אויף א פערסאנאלעטי און לעבט אין איהר דמיון ווייל דאס 'זענט' איהר.

מורמעלט אייך אונטער 'באנד. דזשעימס באנד' און שפירט 'אליין' דעם תוקף.

טראכט פון געטליכקייט, זענט איהר געטליכקייט.

טראכט כעס, זענט איהר אין כעס.

טראכט גוט, וועט זיין גוט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר