א מעשה מיט א ירושה מחלוקה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

א מעשה מיט א ירושה מחלוקה

שליחה דורך גאלד »

מעשה שהי' כך הי'

בשנת תשס"ג האט א שכיב מרע א רב (ר' יוסף זינגער) אין ברוקלין געשריבן א ענדיגליטיגער צוואה פאר זיין זוהן (עלעקזענדער) און טאכטער (וויוויען) איבער זיין ירושה,
אינעם צוואה שרייבט דער רב אז ער שפירט א אויסעגעווענליכער הכרת הטוב פארן טאכטער פארן זיך אפגעבן מיט איהם בלב ונפש,
אשר ע"כ געבט ער פארן טאכטער זיין הויז אין ברוקלין, פלאס $200,000 מזומן,
די איבעריגע נכסים זאל מען זיך טיילן שוה בשוה,
דער רב האט אבער חושש געווען אז דער זוהן וואס איז אויך אן אדוואקאט וועט דאס נישט אזוי גרינג דורכלאזן,
האט ער ציגעשריבן א סיעף אינעם צוואה דירעקטירט צום זוהן,
און ער שרייבט איהם אזוי, מיין זוהן! השמר והיזהר צו טאן דאס מינדעסטע שריט צו מערער זיין אויף מיין צוואה,
איר זאלט זיך נישט דערוואגן צו תובע זיין מיין טאכטער נישט בערכאות און אויך נישט צו דין תורה,
אויב ביסטו עובר אויף מיין באפעל דאן נעם איך צו פון דיר די ירושה וואס איך האב דיר יא ציגעטיילט און דו באקומסט גארנישט.
עד כאן הצוואה.
א יאר שפעטער בשנת תשס"ד האט דער רב מחזיר געווען נשמתו ליצרו לדאבון לב משפחתו, מכיריו, ותלמידיו. הוא הלך לעולמו ואותנו עזבו לאנחות
דער טאכטער, מיטן פולן קאנפידענטס באוואפענט מיט די צוואה איז געגאנגען איינקאסירן וואס געהער ערליך פאר איר.
דא קומט אבער דער זוהן און זאגט, האלט! נישט אזוי שנעל!
ער שיקט א הזמנה בערכאות צו דעם אדוואקאט פונעם פארשטאבענעם רב (מארק קעטס), ער זאל עדות זאגן אונטער א שבועה דברים כהוויתן וואס פונקטליך און אונטער וואסערע אומשטענדן דער טאטע האט געשריבן די צוואה,
דער טאכטער'ס אדוואקאט שיקט א שטערענגע בריוו צום זוהן ער זאל בעסער חוזר זיין פון דעם אקט ווייל דאס העט איהם קאסטן זיין ירושה,
אבער דער זוהן לא שת לבו בכל זאת, האלט זיך ביי דאס זייניגע און שטעלט דעם רב'ס אדוואקאט פאר א קרייץ פארהער אונטער א שבועה,
נאך חקירות ודרישות קומט דער זוהן צו די החלטה אז ער האט נישט וואס צו מערער זיין און איז מסכים צום צוואה,
דא קומט אבער דער טאכטער און שרייט א מין הפקר וועלט מ'האט דיר געווארנט נישט צו עובר זיין אויף די צוואה, ממילא האט איר פארלוירן אלעס,
דער זוהן שרייט אבער איך האב גארנישט עובר געווען, דאס גאנצע וואס איך האב געטאן איז חוקר זיין צו דערגיין דעם אמת, און איך האב קיינמאל אפציעל מערער געווען,
דער טאכטער לויפט בערכאות, צו א סאראגעט דשאדש, (א געריכט געווידמעט נאר אויף ירושה ענינים) אז מ'זאל זאפארט אלעס צונעמען פונעם ברודער,
דער טאכטער זיגט אינעם סאראגעט קארט, און דער זוהן בלייבט מיט גארנישט, נקי מכל
דער זוהן אפעלירט צום אפעלאט און דער טאכטער זיגט נאכאמאל,
דער זוהן אפעלירט צום העכסטן געריכט און ניו יארק סטעיט,
און ענליך בשנת תש"ע האט דער העכסטער געריכט צוריק געדרייט די פסק פון די צוויי נידעריגע געריכט און געגעבן פולער רעכט פאר זוהן.

עד כאן המעשה

זעה דא די ארעל ארגומענטן פון די העכסטע געריכט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TzsbEFiCBYk[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר