איך רעקאמענדיר: גאר גוטע תגובות אין "קאווע שטיבל"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

איך רעקאמענדיר: גאר גוטע תגובות אין "קאווע שטיבל"

שליחה דורך אנאליזירער »

ווען איינער פאנגט אן א נייעם אשכול און ער לייגט אריין אסאך כוחות דערין באקומט ער געווענליך אנערקענונג פאר זיין הערליכע ארבייט. אבער עס געשעט אמאל אז ערגעץ פארשטופט אינמיטן אן אשכול שרייבט איינער א הערליכע תגובה, וואס ס'ליגט דערין גאר אסאך ארבייט, אבער ער באקומט נישט גענוג אנערקענונג דערפאר ווייל אסאך מענטשן באמערקן עס נישט. אזוי אויך איז א שאד אז מענטשן זאל נישט הנאה האבן פון די הערליכע תגובה פשוט ווייל זיי ווייסן נישט אז עס ליגט דארטן פארשטעקט.

דעריבער עפען איך אויף דעם אשכול וואו ווען איך זע א הערליכע תגובה וואס געפינט זיך אינמיטן אן אשכול וועל איך עס דא רעקאמענדירן פאר'ן עולם צו ליינען. און דער עולם וועט וויסן צו קוקן אין דעם אשכול זיכער צו מאכן נישט צו פארפאסן הערליכע תגובות וועלכע זענען פארשטופט באיזהו מקומן.

כדי ס'זאל נישט ווערן א צעמישעניש, אז יעדער זאל ארויפשטעלן וואס אים געפעלט און ס'וועט אראפברענגען די ניווא פון דעם אשכול, בעט איך אז מ'זאל עס גענצליך לאזן פאר מיר (אויב ס'איז מעגליך, בעט איך אז די הנהלה זאל האלטן דעם אשכול פארשפארט). דא וועט אי"ה זיין דער פלאץ וואס ווען דער אשכול וועט ארויפקומען אויבנאן וועט יעדער וויסן גלייך צו קוקן, און איך וועל צוצייכענען צו הערליכע תגובות מסלתה ומשמנה פון קאווע שטיבל, וואס קיינער וויל נישט פארפאסן.

אזוי ווי איך אליין וועל זיכער אויך פארפאסן אסאך הערליכע תגובות וואס איך וועל נישט באמערקן, בעט איך אז ווער עס זעט א תגובה וואס דארף ווערן רעקאמענדירט פאר'ן עולם זאל מען מיר עס שיקן אין אישית, און איך וועל עס דא ארויפשטעלן. די תגובות וואס איך שטעל דא ארויף דארפן נישט זיין ניי, אפילו אויב איינער באמערקט אן אלטע תגובה ערגעץ וואו וואס מ'זעט א געוואלדיגע ארבעט דערין, און עס איז מעגליך אז דער עולם האט עס נישט גענוג געזען, זאל מען מיר אויך מעלדן וועגן דעם.

א גרויסן ישר כוח!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אנאליזירער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר