דער מוסר השכל פון ענטעני ווינער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

דער מוסר השכל פון ענטעני ווינער

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 12:53 pm

היינט האט ענטעני ווינער פארלוירן אלע וועלטן. פארלוירן קאנגרעסמאנשאפט, פארלוירן מאיערשאפט, און היינט פארלוירן זיין ווייב [און קינד].

ענטעני ווינער איז געווען אן אויסגעשפראכענעם קאנגרעסמאן פאר בערך 6 יאר. ער האט סוקסעסופעל געווינען אפאר פארמעסטן דורכאויס זיין קאריער. און מ'האט קלאר געזען אז ער איז אויפן וועג ארויף אויפן פאליטישער לייטער, און ער איז אפילו געלאפן פאר מאיער פון ניו יארק אין 2005 און אין 2013 . ווינער האט געהייראט א מוסלימענער פרוי הומא אבעדין פאר בערך 5 יאר צוריק, אבער זיין מערידזש האט זיך אנגעהויבן מיט די לינקע פיס. ווינער האט געהאט מיסברויכן צו זיין נאמען בעפאר זיין חתונה, זיין ווייב האט געוויסט פון דעם, אבער זיי האבן געהאפט צו האלטן די זאכן Behind them. אבער ווינער שב על קיאו אין 2011, ווען ער האט בטעות ארויסגעשיקט אן עקספיליסיט טוויט-בילד פון זיך. נאכן לייקענען אפאר טעג אז מען האט אים געהעקט, האט ער צום סוף מודה געווען אז הקיאו איתו, און ער האט רעזיגנירט אין שאנדע פון קאנגרעס. ווינער האט יענער יאר געבוירן א יונגעל.

אבער אין 2013 האט דער מרעיבו שבע ווידער געפלאקערט אין אים, און בשעת ער איז געלאפן פאר מעיאר האט מען אים ווידער געכאפט שיקן עקספליסיט בילדער צו פרעמדע. און טראץ די פרישע סקאנדאל האט ער נישט געוואלט אויפגעבן די מעיאר פארמעסט, אבער ער האט עווענטועל מיאוס פארלוירן דעם פארמעסט. דורכאויס די צווייטער סקאנדאל, איז ער ארויסגעקומען מיט זיין ווייב אויף א פרעסע קאנפרענץ וואו ער האט זיך אנטשולדיגט צו זיין ווייב, און ווי ער האט דערמאנט אז ער האפט צו האלטן די זאכן נאכאמאל אין עבר, און מיט די הילף פון טערעפי וועט ער קענען פריש אנהייבן דאס בלעטעל פון דאסניי. זיין ווייב האט דאן אויך גערעדט ווי זי האט געזאגט אז זי האט אים פארגעבן, און זי האפט זיך צו רוקן ווייטער און פארגעסן דעם עבר.

און צום דריטן מאל, נאכן פארלירן אלע פובליק צוטריט, וחמתה בערה בו, דער שאור שבעיסה האט געמעלטעד ווי צולאזטע פיטער, און ווינער האט נאכאמאל געדריקט דעם אומריכטיגן קנעפל, און געשיקט עקספליסיט בילדער צו פרעמדע פרויען.

אנזייענדיג א פרישע סקאנדאל האט זיין ווייב היינט געמאלדן אז זי טיילט זיך אפ פון אים.

ווינער האט אוועקגעווארפן דאס לעצטער שאנס צו מאכט. זיין ווייב הומא אבעדין איז די רעכטע האנט פון הילערי קלינטאן, און ווינער וואלט געווען פארהייראט צו די פרוי וואס איז פון די נאנסטע געהילפן צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

דער מוסר השכל:

איך גיי נישט אריינגיין אין די עצם כאראקטער פון ווינער, עס קען זיין אז ער האט אן ערנסטע דיסארדער אא"וו, אבער לכאורה רעדט מען דא פון א טיפישע קעיס וואס איז א מעשה בכל יום, וואו מענטשען טשעטן אויף די הינטערגרינד פון די מענטשהייט, אבער ווינער האט געשיינט צו זיין היבש אומ'מזל'דיג, און איז דריי מאל געכאפט געווארן רויט האנטיג.

נישט אייביג דארפסטו צוריק ענטפערן ווען עמיצער מאקט דיך. בשעת ווינער איז געלאפן פאר מאיער האט ער געהאט גאר א מיאוסע ווערטער אויסטויש מיט א איד ווען ער איז געגאנגען קויפן עפעס אין א בעקערי. ער האט געמיינט אז גייט זיך דיפענדן מיטן ענטפערן איינעם, אבער עס האט געהאט א גאר נעגעטיווער אפקלאנג.

נאכדעם וואס ווינער איז געכאפט געווארן דעם ערשטן מאל, פארוואס האט ער דאס נאכאמאל געטון? מ'האט דאך אים געכאפט, די בושות און עגמ"נ איז געווען איום ונורא, פארוואס נאכאמאל איינשטעלן? מען קען דא ממש זען מעשים בסתר נפרעין בגלוי. אפילו עס געלונגט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אבער צום סוף באגייט דער מענטש א קליינע טעות ונפרעין בגלוי. אפילו דו זאלסט זיין פארהייראט צו א פרוי נאה ביפיה ונאה במעשיה, אבער אויב דו ביסט נישט צופרידן מיט זיך וועסטו דאס קיינמאל נישט באקומען [קצרתי במקום להאריך].

דו מעגסט זיין א מאכטפולער קאנגרעסמאן, אבער א רוח שטות וועט דיך אוועקנעמען די שכל הישר אין קריטישע צייטן. אין צייטן וואס דער שכל הישר זאגט: "מיט איין קנעפל קענסטו פארלירן אלעס", אבער די שכל איז מטושטש, עס קען נישט מאכן קיין פראפאנד דיסישענס.

דו מעגסט לויפן פאר א מאכטפולע פאזיציע פאר די מאיער פון ניו יארק. אבער די רוח זנונים קען דיך צומישן אז דו זאלסט אפילו נישט וויסן וואס דו טוסט.

דו מעגסט זיין פארהייראט צו א פרוי וואס איז די רעכטע האנט פון א פאטענציאלע פרעזידענט, אבער די רוח שטות קען דערשטיקן דעם שכל הישר און אנמאכן א בכיה לדורות.

א בכיה לדורות, אז נאך די אלע צרות, האט ער פארלוירן זיין נאמען אין שאנדע פאר אייביג. זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט און ער איז איבערגעבליבן ערום ומחוסר כל, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פרייוויליג אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:36 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1949 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 12:58 pm

די פראבלעם איז אז, די בליט פלוס קען נאר גיין איין וועג, אדער צום מוח אדער צים אות ברית קודש, כשזה קם זה נופל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3615 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:10 pm

אייגענטליך, די ווינער פסיכילאגיע איז א מיסטעריע. עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין אייגענטליכע מעשים, בלויז דיזשיטאל פלירטוראציע, דאס ערגסטע פאר א פובליק פיגור: סיי ער באשאפט אן אייביגער רעקארד וואס דראעט אים אונטערצוברענגן אין א ליאדע מינוט און סיי ס'דינט נישט זיין זיין עולם העשיה. ס'איז שוין געווען פאליטישע סקאנדאלן בעפאר און ס'וועט זיין סקאנדאלן דערנאך (מיט די אלאבאמא גאווערנאר יעצט, למשל), אבער אלעמאל האבן זיי געמיינט אז זיי באשיצן זיך פון פון ווערן געכאפט. אבער די ווינער סקאנדאלן זענען כל כולו ריסק און כמעט-זעראו תאוה. א טאון קאנסילמאן וואלט שוין געוויסט בעסער, ווער רעדט נאך פון א ראפינירטער היי-פראפיל פאליטישן. און דאס איבער'חזר'ן די חזעריי איז שטוינענד.

ס'שפילט יעצט א דאקיומענטרי איבער די ווינער סומאטאכע, וואס האט מתחילה געזאלט דאקיומענטירן זיין פאליטישע תחיית המתים ביים מעיארעל וואלן, אבער איז פארוואנדעלט געווארן אין א דאקיומענטרי איבער זיין פאליטישע זעלבסטמארד.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:21 pm

פליקער האט געשריבן:די פראבלעם איז אז, די בליט פלוס קען נאר גיין איין וועג, אדער צום מוח אדער צים אות ברית קודש, כשזה קם זה נופל.

פליקער: פסססט. אזא חידוש. דאס דארף מען באשרייבן אין ניו אינגלענד דזשוירנעל אוו מעדיסין... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13150
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:25 pm

יואליש, איך בין מסופק צו ס'איז ממש זעראו-תאוה.

אגב, אין ניו יארק האבן די חברה נישט קיין סוקסעס, ר' אלי' שפיטצער זז"ג, האט אויף געמיינט אז "ער" וועט עס מאכן, ער האט שיינערהייט פארלוירן די וואלן.

נישט אומזיסט זאגט מען אז קלינטאן איז סופער-מען
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:36 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:יואליש, איך בין מסופק צו ס'איז ממש זעראו-תאוה.

אגב, אין ניו יארק האבן די חברה נישט קיין סוקסעס, ר' אלי' שפיטצער זז"ג, האט אויף געמיינט אז "ער" וועט עס מאכן, ער האט שיינערהייט פארלוירן די וואלן.

נישט אומזיסט זאגט מען אז קלינטאן איז סופער-מען

יעקב מענטש: סתם. להערה בעלמא. ר' אלי' שפיצער דנן איז נישט קיין איד עפ"י הלכה. ווייל זיין מאמע איז נישט קיין איד. זיין חשוב'ער טאטע האט חתונה געהאט מיט א גוי'טע. און ער אליינס אויך. בכבודו ובעצמו. זיין געוועזענע ווייב שתחי' איז א גוי'טע. די זעלבע איז מיט ר' ענטאני ווינער. זיין מאמע איז א גוי'טע. און זיין (געוועזענע) ווייב איז א מוסלאמינערין. און ווען ער קומט פרייטיג ביינאכט אהיים פון שכינות'דיגן מאסק, זינגט ער סאלאמו-עליקום. ס'הייסט דאנערשטיג ביינאכט. ליל ששי ביי די אידן. ווייל ביי די מוסלימס איז פרייטיג דער טאג. אויך פרייטיג בייטאג נאך די סעודה לאנט ער זיך אן פאר א 2-3 שעה. ווייל אין די מוסלאמינישע רעליגיע טאר מען גארנישט טון אום פרייטאג. חוץ שטעכן אידן. און אונטערלייגן באמבעס... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13150
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8361 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:23 pm

ווינער ליידט פונעם סינדראם וואס מרופט אין העברעאיש: שגעון גדלות, ער רעדט זיך איין אז ער קען און מעג אלעס טון נישט קיין חילוק ווי ראנג אדער צודרייט עס איז.

חוצמזה, שטייט דאך שוין אז כל הקורא בשם לבנו הרי זה מעין נבואה, איז ער נעבעך סטאק מיטן נאמען און קען זיך נישט העלפן..
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:08 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:יואליש, איך בין מסופק צו ס'איז ממש זעראו-תאוה.

אגב, אין ניו יארק האבן די חברה נישט קיין סוקסעס, ר' אלי' שפיטצער זז"ג, האט אויף געמיינט אז "ער" וועט עס מאכן, ער האט שיינערהייט פארלוירן די וואלן.

נישט אומזיסט זאגט מען אז קלינטאן איז סופער-מען


שפיצער האט קיין וואלן פארלוירן. ער האט רעזעגנירט. ער איז אן אראגאנט מענטש, אן קיין חן און בשעת צרתו האט ער נישט געטראפן קיין איין פריינד אין גאנץ ניו יארק.

ווינער וואלט גאנץ מעגליך געווען מעיאר היינט ווען נישט די צווייטע פאזע פון די סקאנדאלן. ניו יארקער האבן געצייגט א וויליגקייט אים צו פארגעבן. און ער איז אויך גאנץ אראגאנט און זיינע מעשים זענען דברים שנפשו של אדם קץ בו און באקומען נישט קיין סימפאטיע פון קיינעם.

מארק סענפארד, גאווערנאר פון נארט קאראליינע און דער ערשטער מאן אין היסטאריע צו דערגרייכן ארגאנטינע דורך קריכן די אפאלאטשיאן בערג, איז נאך זיין רעזיגנאציע געלאפן פאר קאנגרעס און דאכט זיך געווינען. ער איז נישט געווען פארהאסט דורכאויס זיין סקאנדאל. מ'האט געקענט האבן סימפאטיע צו אים אפי'. כ'געדענק ווי ער האט געוויינט ביים פרעסע קאנפערענץ, ווי אויך די בריווען-אויסטויש שפעטער האבן געצייגט אז מ'רעדט נישט פון אן אווערהיטעט אימפאלסיווער זכור.

קלינטאן איז זייער בא'חן'ט געווען און די עקסטרעמע שטארקע האנט מיט וואס די רעפובליקאנער זענען זיך באגאנגן מיט אים האט אים געווינען שטיצע איבערן לאנד, מיט רעקארד הויכע עפראוועל רעיטינגס. ס'רעזיגנירט זיך נישט אזוי גרינג פון פרעזידענטשאפט (גיט א געפיל אין לאנד פון אומסטאביליטעט) און דאס פאלק וואלט דאס מעגליך נישט ערווארטעט אפי' היינט ווען די קלימאט איז שווערער פאר פאלעטישנס צו דורכשוויצן סקאנדאלן.

דרך אגב, אמעריקע פלעגט זיין אומ-פאראינטערעסירט אין די עסקי אישים פון זייער פרעזידענט זינט איר בראשית יארן ביז גאנץ לעצטענס. גאר אסך פרעזידענטן, ווי גאר אסך מענער אין אלגעמיין אמאל, האבן געהאט א קופה של שרצים וואס וואלט זאט געמאכט די טעבלאוטס פאר יארן.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:11 pm

והעיקר שכחתי, אוודאי איז עס נישט ריין פון תאווה. כ'האב געשריבן "כמעט". ס'רוב שטעקט לכאורה אין א קאנפליצירטע פסיכיע וואס איז אומעגליך פאר א דרויסענדיגע צו אנאלאזירן. דעריבער האב איך געשריבן אז ס'איז א מיסטעריע.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

Re: דער מוסר השכל פון ענטעני ווינער

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:29 pm

עיין יומא עד: טוב מראה עינים באשה יותר מגופו של מעשה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:46 am

שקויעך @פרייוויליג פאר די פרייוויליגע אינפארמאנטיווע אנאליז,
די מעשה גייט מיר נישט אריין (און אויך נישט ארויס..) פון קאפ, בכלל א מענטש זאל גיין און מפקיר זיין זיין גאנצע קאריער און משפחה צוליב טשעטן, און נישט נאר איין מאל און ניטש נאר צוויי מאל נאר צום דריטען מאל, נישט צום פארשטיין! איך בין נאר נייגעריג די איצדענט וואס ער האט געהאט מיט דער איד אין ב''פ (כהאב נישט קיין צוטריט צו יו טאוב), וואס איז געווען די דין ודברים דארט?
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

Re: דער מוסר השכל פון ענטעני ווינער

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:47 am

ודרך חיים תוכחות מוסר, (משלי ו כג)

@פרייויליג,, כמה -שטארקע- נקודות בדבריך..!
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:06 pm

@יואליש שפיטצער איז געלאפן פאר נאך א אמט לאחר המעשה און האט פארלוירן.

אז דו רעדסט פון אראגאנץ, דער איז א פיינער סעט מיט ווינער אין דעם הינזיכט
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך בן נריהו » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:58 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן נריהו אום מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:44 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:17 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:@יואליש שפיטצער איז געלאפן פאר נאך א אמט לאחר המעשה און האט פארלוירן.

אז דו רעדסט פון אראגאנץ, דער איז א פיינער סעט מיט ווינער אין דעם הינזיכט


ביסט גערעכט אויף ביידע. כ'האב פארגעסן ער איז געלאפן אין די פריימערי פאר ניו יארק סיטי קאמפטראלער.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:18 pm

איך גלייב נישט ס'איז נקמה, נאר פשוטע "הבטלה מביא לידי שעומם", איך גלייב אז ס'איז בעסער דאס טויט פון אזא לאנגווייליגן לעבן.
פון א סוקסעספולער פאליטישאן און מויל מאכער איז ער נעבעך געווארן א האומ סטעי דעד און פאפעט צו א מאכטפולער ווייב, זי פארט ארום מהודו ועד כוש און לאזט אים זיצן אינדערהיים בעיביסיטן זיין ראצערל, וואס פונקטליך זאל ער טון?
א סברא זאגט ער איז שוין פשוט זאט געווארן פון אזא מעריזש וואס שמעקט שטארק אז זי איז סתם אן אפארטוניסט און אויסנוצער, און קען באשטיין צו האבן אן אומזיסטע בעיביסיטער אין דער צייט וואס זי איז פארנומען מיט איר קאריערע אלס איינס פון די נאנטסטע מענטשן צו עמיצן וואס שיינט צו ווערן דער מאכטפולסטער מענטש אין דער וועלט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:47 am

פרייוויליג האט געשריבן:א בכיה לדורות, אז נאך די אלע צרות, האט ער פארלוירן זיין נאמען אין שאנדע פאר אייביג. זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט און ער איז איבערגעבליבן ערום ומחוסר כל, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפען.[/justify]

און יעצט איז 'ווינער'ס' בכיה לדורות אריבער געגאנגען צו די פינסטערסטע מערסט-פארהאסטער פארשוין צווישן די דעמאקראטן און צווישן די העכער 61 מיליאן מענטשן וואס האבן געוואוט פאר קלינטאן. לויט די טעאריע אז קלינטאן האט פארלוירן צוליב די באנייטע עף-בי-איי אויספארשאונג, איז דאס נאר געקומען אדאנק ווינער'ס לעפטאפ, וואס מען האט אינטערזוכט, און עס האט אויפגעברענגט פרישע פראגעס אויב קלינטאן האט געהאט נאך אימעילס.

א קליינע תאוה האט אינטערגעברענגט די מערסט מאכטפולסטע פאליטישענקע אין מאדרען היסטערי.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1949 מאל

הודעהדורך שמיטשיק » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:56 pm

וואס האט זיין לעפטאפ צו טון מיט זיינע תאוות?
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 8:40 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:27 pm

שמיטשיק האט געשריבן:וואס האט זיין לעפטאפ צו טון מיט זיינע תאוות?

אויב האסטו גארנישט מיטגעהאלטן. דאן קעסטו ליינען די באריכט דא
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1949 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:48 pm

מענין לענין באותו ענין.


היינט נאכט ביי די אגודה קאנווענטשן האט גערעדט א יודישער אסעמבלימאן פון קווינס האט ער געזאגט אזוי
"איך בין לאקי אז איך ווייס אז מען האלט מיר און איין נאכקוקן און אויב טיה איך עפעס ראנג וועט עס שטיין מארגן און די פעיפערס, משא"כ סתם יודן באמערקן נישט אז יעדער קיקט אויך זיי און זיי מאכן א חילול השם"

די איראניע איז אז עס הייסט אז מרס. קליטון איש געווען דארטן א שטיקל שדכן.

ווער ווייסט אפשר האט מען פארגעסן צו צאלן שדכנות איז דער זיווג נישט עולה יפה.....
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט