געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

שליחה דורך מאטי »

שפאצירט זיך א מענטש עלנד אליין אין א מדבר באטרעטנדיג שהחיינו'דיגע באדנ'ס וואס א ילוד אשה האט נאך קיינמאהל באטראטן.

מיטאמאהל! באמערקט ער א מאדנע אביעקט אויף דער ערד... איר האט צוגעטראפן מיינט איר? ניין! נישט קיין זייגער'ל.. (סארי טו דיסאפאונט יו..)

ער טרעפט א Acorn.

א דעמבניסל, דאס וואס קאטשקעס עסן, די רינדעכיגע ברוין/גרינע מיט אזא שעל-קעפל מיט העקעלעך.

"וואו קומט אהער א דעמבניסל? ווער האט דאס געמאכט?"  טראכט ער צו זיך. "פון זיך אליינס קומט דאס נישט," ס'מוז זיין בע"כ אז ס'דא אין געגענט א פאבריק וואס פראדוצירט Acorns , זיי שטעלן צוזאם קערנדלעך מיט ברוינליכע מאטעריאל דערנאך לייגן זיי ארויף א הארטע באשטאנדטייל, פארבן דאס ברוין/גרין לייגן ארויף א שפיץ און שיקן דאס ווייטער.

"איינע האט מסתמא געלאנדעט אטא דא..."
טראכט צו זיך אונזער עקספאדיציאנער, "אזוי מוז מען זאגן! ס'קען דאך נישט זיין אז אז....ס'איז סתם ארויסגעוואקסן פון דער ערד.

נו.. וואלט ער ווען יא געטראפן א זייגער'ל ווי די לעגענדע נויגט, וואלט דאס זיך יא געלייגט אויפן שכל? פארוואס דאן יא?

די תירוץ דערויף איז פשוט, ווייל ער האט א ידיעה קדומה אז זייגערס מאכט מען אין פאבריק, און די זייגער'ל דא אין מדבר איז מן הסתם נישט אנדערש פון א יעדע אנדערע זייגער וואס ער האט באגעגנט ביז איצט משא"כ דעמבניסלעך, ווייסט יעדער איינער אז ס'וואקסט אויף א בוים און ס'איז נאריש צו טראכטן אז מ'מאכט דאס אין א פאבריק. כאטשיג ביידע זענען הערליך דיזיינט.

דאס ברענגט אונז אריין אין דעם ויכוח צו אינטעליזשענט דיזיין מעג ווערן אנגערופן סייענס.

די סייענס אינסטוטוציע איז בעצם א גרופע וואס האט אויף זיך, פיר הונדערט יאר צוריק, אנגענומען א פליכט צו נאכפארשן די אניווערס ווי אזוי ס'לאזט זיך אבזערווירן. זיי האבן  געמאכט שטאטוטן ווי אזוי א געפינס איז פעליג צו ווערן אנגענומען אלס א סייענטיפישע פאקט/טעאריע וכו'. א יעדע מסתבר'דיגע טעאריע ווי גוט ס'זאל נאר נישט זיין, דארף דורכמאכן די טעסט וואס די אינסטוטוציע האט ארויפגעלייגט. תקנות המקום...

"אינטעליזשענט דיזיין'' האט פשוט נישט דורכגעמאכט די מבחן, די טעסט, בעצם קען דאס נישט אין דעפיניציע דורכמאכן די טעסט.

"איך ווייס נישט ווי אזוי, ס'מוז זיין עפעס העכערס, עפעס א סופערפואער, וואס דען אויב נישט דאס,'' איז נישט קיין סייענטיפישע פארמולע, און בעצם א סתירה דערצו.

וויפיל מ'זאל דעבאטירן אז די סייענטיפישע באנדע זענען כופרים וואס ווילן פשוט אויסרייסן יעדן שמץ  פון א העכערן כח (און ס'איז אודאי דא אזעלכע וואס ווילן) וועט דאס נישט אוועקנעמען די פשוט'ע פאקט אז אינטעליזשענט דיזיין ווי שטארק מסתבר ס'זאל נאר נישט זיין קומט נישט נאך די תקנות פון דעם סייענטישע פורום.

א פארהייראטער מאן וואס ארבייט אין א מאדעלינג פירמע, ער דארף קלייבן צווישן א ליינ-אפ פון מוידן וועלכע זענען פאסיג צו ווערן אנגענומען אלס א מאדעל, קומט אהיים נאך א טאג ארבייט וואו זיין ווייב ווארט אים אפ מיט א שמייכל, ער זאגט איר "מיין טייערע זיסע ווייב, ביסט דאך די שענסטע זאך וואס איך פארמאג אויף דער וועלט." מיינט דאס דען צו זאגן אז  זי קומט נאך די פארשריפטן און ער וואלט איר בוחר געווען ביי אים אין גאלעריע צווישן די הימל-שרייענדע שיינקייטן?

אינטעליזשענט דיזיין זאגט:
סייענס ווייסט נישט ווי אזוי די קודינג פון די גענע'ס DNA, א העכסט סאפיסטיקירסטע פראגראם מיט בוכשטאבן, א אונטערליגענדע באהאלטענע קוד-שפראך RNA נאך מער קאמפליצירט ווי די קאמפליצירסטע פראגראם וואס איז אמאהל געשריבן געווארן, קען בכלל צושטאנדקומען נאטורליך, דעריבער "מוז" זיין אז א העכערע כח האט דאס געמאכט.

סייענס זאגט:
אונז ווייסן טאקע נישט ווי אזוי דאס געשעט (דערווייל), איר זאגט א העכערע כח א דיזיינער? קען זיין, אבער דאס וועל איך איבערשמוסן אינדערהיים  מיט מיין ווייב צווישן אלע אנדערע אינטערסאנטע עניינים העומדים על הפרק, אבער דא אין מיין לאבערטאריע איז דא א סיסטעם ווי אזוי געפינסן ווערן אקצעפטירט, און אינטעליזשענט דיזיין פונקט ווי אלע אנדערע טעאריעס זאל זיך שטעלן אין די שורה און דורכגיין די פראצעדור וואס די סייענטישע שטאטוטן פארלאנגט אז ס'זאל ווערן אנגענומען. איי קינד און קייט ווייסט דאך אז א קאמפיוטער פראגראם שרייבט זיך נישט פון זיך אליינס, יא אבער א Acorn מאכט מען אויך נישט אין קיין זייגער פאבריק, נישט אז מיר האבן עפעס קעגן דיזיין, אדער מיר שליסן דאס אויס בכלליות.

די אנטאנום פון סייענס איז "איני יודע" און נישט אינטעליזשענט דיזיין, זאל אפילו א יעדע איינציגע סייענטיפישע באווייז מיט גאנץ עוואלוציע אינאיינעם ווערן אפגעפרעגט, וועט דאס נישט מעלה ומוריד זיין אויפן אוטענטישקייט פון אינטעליזשענט דיזיין אדער וועלכע אנדערע סברא, אין דעם סייענטיפישע פעלד.

די איינדרוק אז סייענס וויל פשוט נישט אננעמען דיזיין ווייל זיי האבן מורא פון א העכערן כח האט א געוויסע אמת אין זיך. ס'איז דא אזעלכע וואס האבן אויף זיך גענומען די ראלע אפצושלאגן אינטעליזשענט דיזיין אלס א פשוט'ע שטות וואס לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל אין קיין שום ז'אנרע אדער פאראדיגמע. דאס הייצט אן די געמיטער מיט אומנויטיגע ויכוחים מיט די טעאלאגן ווי יעדע צד וויל דעם אנדערן איינשלינגען לעבעדיגערהייט.

דער אמת איז אבער אז ס'מוז נישט זיין אזוי, אינטעליזשענט דיזיין מעג דעבאטירט ווערן אלס אן אלגעמיינער אנגענומענע טעאריע עכ"פ ווילאנג ס'איז נישט פארהאן בעסערע באווייזן דאס אפצווענדן, ווייל ווי געזאגט א סייענטיסט מעג אננעמען פריוואט די שיטה פון אינטעליזשענט דיזיין און ס'איז באמת דא א פופצן פראצענט גלויביגע סייענטיסט וואס דאס אליינס איז גענוג אנצודייטן אז סייענס האט נישט באוויזן אויסצורייסן גאט פון דעם בילד. אבער פון דא ביז א שפרונג אריין אין לאבערטאריע איז, ווי געזאגט, שוין אן אנדערע מעשה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 85 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר