אאאאא גוט ווארט..

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 594 מאל

אאאאא גוט ווארט..

שליחה דורך דער דאס »

נחמי' איז געשטאנען ביים רעזשיסטער אין גראסערי ווי געווענטליך, קאסטומער'ס קומען און גייען, איינער אין א גוטע גיסטע, א צווייטער נישט אזוי גוט, דא קומט א פרוי פרעגן, אין וועלכע אייל ליגט די מילך? א צווייטע וויל נאר וויסן, ווי איז די שוגער פרי קוקיס? יעדער מיט זייערע משוגעת'ן, ער קען זייער גוט זיינע קונים, ער פרובירט יעדעם צו העלפען מיט א שמייכל.

איין טאג שפאצירט אריין איינער נישט פון די געווענדליכע קאסטומער'ס, נאך זיך ארום קוקען א וויילע, קומט ער צו, און בעט צו טוישן א פינף דאלער באנקנאט, נחמי' נעמט ארויס אפאר סינגעל'ס, אבער יענער זאגט, ניין כ'וויל קוואדער'ס, שוין א טובה פאר א יוד, טראכט ער, זאל זיין, ער ציילט אפ צוואנציג מטבעות, און דערלאנגט אים.

דער יוד גייט צום 'פאבליק טעלפאון' (ס'געווען פאר די סעלפאון צייטן) און לייגט אריין א קוואדער, ווען יענער הייבט אויף זאגט ער, א גוטן מ'רופט דא פון בלומענפעלד'ס ,Landscaping אזוי ווי איר האט זיך אריינגעצויגן אין א נייע הויז, וויל איך אייך פרעגן, אויב איר האט שוין באשטעלט איינער צו מאכן די גראז פארנט פון די הויז, צו שניידן די ביימער אין די בעק יארד, א.ד.ג. ווייל אונז האבן זייער גוטע דיעל'ס, די ביליגסטע פרייזן, אויסנאם גוטע סערוויס, אויב ס'איז אייך אינטרעסאנט.. נאך צוויי מינוט זאגט ער, גוט איך פארשטיי, איר האט שוין איינער וואס מאכט עס פאר אייך, נישט קיין פראבלעם הצלחה, הצלחה, כל טוב, און ער הענגט אויף.

א מינוט שפעטער, ווארפט ער אריין נאך א קוואדער, און רופט א צווייטן, און נאכאמאל זאגט ער זיין דרשה, דא רעדט מען פון בלומענפעלד'ס landscaping אונז גיבן זייער גוטע סערוויס, בעסטע פרייזן, אויב זענט איר אינטרעסירט? נאך צוויי מינוט זאגט ער, איך הער ס'איז בסדר, הצלחה וברכה, און לייגט אראפ.

און א דריטע מאל, ס'זעלבע שפיל, לייגט אריין א קוואדער, זאגט אפ זיין פזמון, און לייגט צוריק דעם טרייבל ווי ס'באלאנגט, אזוי שטייט ער ביים טעלפאון ביז ער ניצט אויס אלע קוואדער'ס.

נחמי' שטייט דארט, דאס הארץ גייט אים אויס פאר דעם אינגערמאן, אזוי זיך צו פלאגן אויף פרנסה.. איינער נאכן צווייטן זאגט מען אים אפ.. קיינער וויל אים נישט נעמען.. ער זעט ווי דער אינגערמאן גרייט זיך ארויס צו גיין, ער קען זיך נישט איינהאלטן, ער גייט צו און זאגט אים, ס'איז טאקע נישט קיין שיינע זאך זיך אינטערהערן וואס יענער רעדט, אבער כ'האב דאך געהערט.. זאג מיר וואס גייט פאר, אפשר קען איך דיך מיט עפעס העלפן, כ'וועל טוהן פאר דיר אלעס..

דער אינגערמאן צולאכט זיך.. און זאגט, אז די האסט שוין יא מיטגעהאלטען וואס כ'האב גערעדט, וועל איך דיר זאגן וואס דא איז געווען, מיין ביזנעס איז טאקע ,landscaping אבער איך הייס נישט בלומענפעלד.. איך ארבייט זייער שווער פאר מיינע קאסטומער'ס, זומער אין די היצן מיט די גראז און ביימער, ווינטער אין די פרעסט פיץ איך די שניי, מ'צאלט מיך טאקע זייער שיין, אבער קיין ווארט הער איך נישט פון קיינעם, נישט קיין ש'כח, נישט קיין קאמפלימענט ווי שיין מיין ארבייט איז, ס'פעלט מיך אויס כדי צו קענען אנגיין ווייטער, צו הערן אז מ'איז צופרידן פון מיך.

וואס טוה איך? כ'רוף מיינע סטעדי קאסטומער'ס, ווי למשל א קאמפעטישען רופט, כ'לייג זיי פאר בעסערע פרייזן, בעסערע סערוויס, נאר צו הערן פון זיי איינס ביי איינס, ווי שטארק זיי זענען צופרידן פון דער וואס מאכט עס ביז יעצט ביי זיי..

די מציאות איז, אז יעדער דארף א גוט ווארט, א קאמפלימענט, א קלאפ אין רוקן, (אדער א לייק..) מ'קען מיט אזא קלייניקייט ראטעווען א מענטש, צו א גוט ווארט פארשטייט יעדער.. און אויב איינער ווארפט צוריק א קאמפלימענט, מיינט עס פשוט אז ער וויל עס הערן נאכאמאל..

און פארשטייט זיך, אז פאר זיך אליינס מעג מען אויך אמאל גיבן א גוט ווארט.

נו זאג שוין עפעס...

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר