עס טוט זייער וויי ווען.....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

עס טוט זייער וויי ווען.....

שליחה דורך קנאקעדיג »

... מ'זוכט א דריי פערטל שעה פארקינג ארום די אייגענע דירה ענדליך גיט מען אויף און מ'פארט א האלבע מייל אוועק צו פארקן. מ'שפאצירט אהיים א פופצן מינוט וועג טרעפט מען א ליידיגע ספאט ממש פארנט פון הויז. ס'טוט וויי

... מ'ענדיגט א שבע ברכות די ערלים ווארפן אלעס אין תהום גוטע עסן קוגל פירות. אויפן וועג אהיים גייט מען אריין אין א היימישע קאנוויניענט סטאר פאר א פושקע סיגארעטען, און מ'זעט א הונגעריגער איד קויפט זיך א קארגן פארברענטן סלייס קוגל און צאלט 3.50 דערפאר. ס'טוט וויי

... ווען ערגעץ וואו אויפן כדור אין א אידישע הויז זיצט א טאטע און מאמע מיט א קינד און וויינען אפ זייערע טעג און נעכט פאר זייער קינד וואס קען נישט טרעפן א מוסד. אין די זעלבע צייט טאנצן אידן מיט אזא עכט געמאכטע געפיל אז מ'האט אין סוואן לעיק געטראפן א פאר געפיל-לאזע תפילין וואס איז בטעות געפאלן אין מיסט, און מ'קלאפט זיך דעם רוקן אה מי כעמך ישראל! ס'טוט וויי

ווען...

יעדער זאל צולייגן
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר