בלאט 1 פון 1

עס טוט זייער וויי ווען.....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:04 pm
דורך קנאקעדיג
... מ'זוכט א דריי פערטל שעה פארקינג ארום די אייגענע דירה ענדליך גיט מען אויף און מ'פארט א האלבע מייל אוועק צו פארקן. מ'שפאצירט אהיים א פופצן מינוט וועג טרעפט מען א ליידיגע ספאט ממש פארנט פון הויז. ס'טוט וויי

... מ'ענדיגט א שבע ברכות די ערלים ווארפן אלעס אין תהום גוטע עסן קוגל פירות. אויפן וועג אהיים גייט מען אריין אין א היימישע קאנוויניענט סטאר פאר א פושקע סיגארעטען, און מ'זעט א הונגעריגער איד קויפט זיך א קארגן פארברענטן סלייס קוגל און צאלט 3.50 דערפאר. ס'טוט וויי

... ווען ערגעץ וואו אויפן כדור אין א אידישע הויז זיצט א טאטע און מאמע מיט א קינד און וויינען אפ זייערע טעג און נעכט פאר זייער קינד וואס קען נישט טרעפן א מוסד. אין די זעלבע צייט טאנצן אידן מיט אזא עכט געמאכטע געפיל אז מ'האט אין סוואן לעיק געטראפן א פאר געפיל-לאזע תפילין וואס איז בטעות געפאלן אין מיסט, און מ'קלאפט זיך דעם רוקן אה מי כעמך ישראל! ס'טוט וויי

ווען...

יעדער זאל צולייגן