לאמיר ראטעווען בארא פארק!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אור נוגה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 10:30 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

לאמיר ראטעווען בארא פארק!

שליחה דורך אור נוגה »

רבותי, די מצב איז שווער, די הויט ברענט, מיר מוזן טון למעשה, בארא פארק שטייט פאר א שיידוועג און די תוצאות קענען גרייכן ווייט אויסער אירע גרעניצן.

ליידער האבן מיר זיך דערקייקעלט צו א מצב ווי א פרוי א היימיש ווייבל האט זיך גענימען די חוצפה און דערקלערט איר קאנדידאטור פאר'ן לאקאלען ריכטער פאסטן און זי בעט און פארלאנגט אז מיר שלומי אמוני ישראל זאלן שטימען פאר איר.

עס איז אומבאשרייבליך די פירצה אינעם חומת הדת וואס די פרוי וויל דא דורכפירען, אזוי אומשולדיגערהייט אונטער'ן שלייער פון עסקנות און טובת הכלל זוכט זי דא צו ציברעכען די דיקע מויערען וואס מיר לייגן ארום די אידישע פרויען ווי לאנג מיר געדענקן נאר, כל כבודה בת מלך פנימה, די גראבע בענדער הלכות צניעות, אין בעלז האט מען געוויסט אז מען דערמאנט נישט קיין פרוי, אין גור האט מען געוויסט אז א פרוי עקזיסטירט נישט, און שטעלט זיך א פרוי ארויס ברבים און פארלאנגט אז די ציבור זאל זיך שטעלן אונטער איר.

דאס זענען נאך ד קלייניגקייטן, טראכט אריין, וואספארא מוסטער שטעלט אזא פרוי פאר מיט זיך? פונקט דאס פארקערטע ווי מען לערנט אונז! זי צייגט אז א אידישע פרוי קען נעמען איר לעבען און אירע הענט און טון עפעס דערמיט, אז זי קען מצליח זיין ערגעצווי אויסער באקן ראפאגאש חלות און פארקאכן האלאפטשעס, אז די תחום ווי א פרוי קען אויפטון אז ברייטער ווי צווישן די קיך און די בעט.

גיוואלד! וועם ווילן מיר זאל זיין א מוסטער פאר אונזערע טעכטער? אונזערע אונגארישע באבעס וואס זייער קאפ האט נישט געטראכט אינדרויסען פון ד גראטעס פון זייער הויז, וואס זייער לעבן האט זיך געדרייט ארום גאסיפ און וויינעדיגע קינדער, אדער א פרוי וואס גייט אינעם היינטיגען ליבעראלען שפאן אז א פרוי קען אנטייל נעמען און אויפטון עפעס גוטס אין די ברייטע וועלט.

ווער ווייסט ווי די מצב קען זיך דערקייקלען, אז עס שטעלט זיך ארויס אז א פרוי קען פירען א געריכט אז זי קען האבן א דעה אין געזעץ אפשר קענען גאר פרויען פירען א מוסד האבן א דעה אויף די חינוך נעמען א שטעלונג אין די הלכות צניעות וואס מען לייגט אויף זיי ארויף, ווער ווייסט, אפשר וועט מען זיך אפלערנען אז א פרוי קען פירען א משפחה האבן א מיינוג וויאזוי אויפצוציען די קינדער, און אפשר גאר ח''ו צו פירען א קאר!

מיר מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין, מיר מוזן זיכער מאכן אז די וואלן ווערן אנטשידען כדת תורה וישראל, מען רעדט דא פון חמירות שבחמירות! פון גילו עריות! אויב דער חזו''א'ס הארץ האט עם געזאגט ביי גיוס בנות אז עס אז בגדר יהרג ואל יעבור איז ק''ו דא ווי אונזער גאנצע חינוך הבנות שטייט אין א סכנה איז כש''כ וכש''כ.

אז מען וועט עס מיינען ערענסט וועלן מיר קענען דערגרייכן און ראטעווען אונזער חינוך אונזער שטאט און אונזער מהלך החיים.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר