שמיטשיק האט געשריבן:דיין תגובה דארף ווערן צוטיילט אין צוויי. קודם די געווענטליכע משולחים, א רובא דמינכרא פון זיי עסן בזיונות מיט א שעפ לעפל, עס קאסט זיי שטיקער געזונט די גאנצע שנארעריי, אבער ההכרח לא יגונה זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו מבזה זיין און משפיל זיין עד לעפר צו קענען אהיימגיין מיט עפעס א לייטישע סכום.
שמיטשיק האט געשריבן:איך פערזענליך פיר זיך צו געבן מינמיום א גאנצע דאלער פאר יעדע א"י איד,
שמיטשיק האט געשריבן:און אויב שטערט ער דיר פון דיינע געפילן בשעתן דאווענען, ווער זאגט אז השי"ת דארף יעצט דיינע פילינגס מער ווי דיין צדקה?
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז איינער האט זיך געטראפען מיט אן "איש"
ביי יעקב אבינו שטייט... ויאבק "איש" עמו... און ביי יוסף הצדיק שטייט... וימצאהו "איש"
ביי יעקב אבינו זאגט רש"י אז עס געוועהן... שרו של עשיו, און ביי יוסף הצדיק איז דאס געוועהן מלאך גבריאל.
איז די שאלה פון ווי ווייסט מען ? פון ווי האט רש"י געוויסט ווער איז שר פון עשיו און ווער איז מלאך גבריאל?
האט געזאגט דער הייליגער רב משה ליב סאסאווער זצ"ל... אז אויב מען בעט איינעם א טובה און דער פאנגט אן... נישט יעצט איך דארף גיין דאווענען, איך האב א שיעור יעצט... דאס איז עשיו.
אויב ער העלפט דיר גלייך אויפ'ן פלאץ, איז דאס מלאך גבריאל.
יעקב האט גבעטען... כי אם ברכתני, בענטש מיר, ענטפערט ער אוי, נישט יעצט שלחתי כי עלה השחר, איך דארף גיין זאגען שירה.
ביי יוסף ווען ער האט איהם נאר געטראפען האט ער גלייך געפרעגט, מה תבקש, מיט וואס קען איך דיר העלפען... דאס איז דער מלאך גבריאל
איש את רעהו האט געשריבן: ס'איז געווען א עובדא ביי א גברא רבא ווי א נגיד האט געוואלט אראפלייגן א גרויסע סכום וואס דער אדם גדול האט געבעטן פאר א דבר שבקדושה, האט אים דער אדם גדול געזאגט קלייב צוזאם פון אידן נדבות, די סכום איז חשובער דאס וואס איז געווארן צוזאמגענימען פון אסאך אידן
https://books.google.com/books/content? ... 114&edge=0
וואלווי האט געשריבן:שמיטשיק האט געשריבן:דיין תגובה דארף ווערן צוטיילט אין צוויי. קודם די געווענטליכע משולחים, א רובא דמינכרא פון זיי עסן בזיונות מיט א שעפ לעפל, עס קאסט זיי שטיקער געזונט די גאנצע שנארעריי, אבער ההכרח לא יגונה זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו מבזה זיין און משפיל זיין עד לעפר צו קענען אהיימגיין מיט עפעס א לייטישע סכום.
הונדערט פערצענט גערעכט כמעט סיי וועלעכע שווערקייט קומט נישט צו די דערנידערונג פון אויסשטרעקען א האנט ליידער און מ'דארף דאס געדענקען ווען די נושא פון צדקה גייערס קומט ארויף א יעדע שטיק צייט.שמיטשיק האט געשריבן:איך פערזענליך פיר זיך צו געבן מינמיום א גאנצע דאלער פאר יעדע א"י איד,
אן אלטען טעות. אמעריקאנער נצרכים דערזערווען די זעלבע גאנצע דאלער ווי די א"י אידשמיטשיק האט געשריבן:און אויב שטערט ער דיר פון דיינע געפילן בשעתן דאווענען, ווער זאגט אז השי"ת דארף יעצט דיינע פילינגס מער ווי דיין צדקה?
ס'האט נישט איינס מיט'ן אנדערען. זמן תפלה לחוד וזמן צדקה לחוד. אפי' מ'דארף וויסען אז ס'נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי צדקה פאר נצרכים און מ'דארף כסדר טוהן חסד טאר מען נישט פארגעסען אז מ'איז געקומען אין שול צו דאווענען. אז ס'איז שוין דא צדקה גייערס און נצרכים דארף מען זיי אויך אינזין האבן אבער אפשר וואלט שוין געווען צייט צי מאכען אביסעל סדר מיט דעם ענין. למשל גיין נאר ביי פארשידענע צייטן פונ'ם דאווענען. בשעת'ן דאווענען דארף השי"ת דיינע פילינגס...
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאזען די גאנצע דאווענען זאל זיך אפשטעלען ווייל איינער האט א דרשה צו זאגען איז נישט אויסגעהאלטען. יעדער זאך האט א גבול.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט