בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו פארשטייסט נישט? יעדער פארשטייט אז אין גראסערי באלאנגען זיי נישט, און קיינער וואלט עס נישט צוגעלאזט. נאר דאווענען איז עפעס הפקר. פלוצלונג ווערט מען פרום אז מ'דארף אוועקגעבן. גיב אוועק אייגענע, נישט יענעמ'ס.

ער מעג גיין נאך געלט, נאר נישט אפשטעלן דאס דאווענען.

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:03 pm
דורך איש את רעהו
אוועקגעבן איז נישט פרימקייט
נישט לאזן יענעם מאכן אפאר טאלער, איז רשעות בלבוש פרימקייט פון וועלן דאווענען.

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:24 pm
דורך אייז קריעם
גראדע מיר העלפן די משולחים צי צום כוונה ביים דאווענען.
ווען א יוד קומט פאר פרנסה, כאפט מיר א התרגשות ביי פותח את ידיך.
ווען איינער גייט פאר צרכי רפואה, וויין איך ביי רפאנו.
ווען איינער גייט פאר עזר בחורים, קרעכץ איך ביי והערב נא, ונהיה אנחנו וצאצאנו.
ווען יענער גייט פאר פדיון שבויים קומט מיר א טרער ביי אחינו כל בית ישראל.
און אמאל מאכט זיך איינער וואס קומט יעדן טאג, שריי איך אויס מנהמת לבי, אוי וויי, מפגע רע.

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 28, 2017 1:41 am
דורך וואלווי
אייז קריעם האט געשריבן:גראדע מיר העלפן די משולחים צי צום כוונה ביים דאווענען.
ווען א יוד קומט פאר פרנסה, כאפט מיר א התרגשות ביי פותח את ידיך.
ווען איינער גייט פאר צרכי רפואה, וויין איך ביי רפאנו.
ווען איינער גייט פאר עזר בחורים, קרעכץ איך ביי והערב נא, ונהיה אנחנו וצאצאנו.
ווען יענער גייט פאר פדיון שבויים קומט מיר א טרער ביי אחינו כל בית ישראל.
און אמאל מאכט זיך איינער וואס קומט יעדן טאג, שריי איך אויס מנהמת לבי, אוי וויי, מפגע רע.


אמת, אבער צווישען די פינף פלעצער וואס די האסט יעצט דערמאנט קען מען נישט אינזין האבן קיין איין ווארט אויב מ'ציילט טשעינדז אדער מ'זוכט דאלארן און טאש.

איטס סימפעל סייענס אף פיזיקס ענד ניוראלעדזשי.

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:25 am
דורך שמעון וואלף
מאכט זיך ביי מיר זייער אפט אז איך האב נישט קיין קעש, פשוט ווייל אלע מיינע פארדינסטן גייען מיר גראד אריין אין באנק און טאמער וויל איך קעש ברויך איך גיין צו אן עי טי עם און ארויסנעמען. ווען מ'גייט נאך געלט אין שול און איך האב נישט וואס צו גיבן ווייז איך אייביג מיט די הענט אז איך האב נישט און איך לאז נישט די געלט גייער ווארטן, און טאמער זעה איך פון דערווייטענס איינער קומט צו מיין ריכטונג וועל איך אים ווייזן פון דערווייטענס אז איך האב נישט כדי אים צו שפארן די טירחא.

אן אויסנאם איז אבער ווען איינער קומט צו מיר ווען איך האלט אינמיטן לייגן טלית און תפילין,וואס דאן איגנאריר איך יענעם און לאז אים קלאפן וויפול ער וויל. איי מיען, האלט ער טאקע אז איך דארף מפסיק זיין אינמיטן די עטיפה אדער צווישן של יד און של ראש?

הודעהפורסם: דינסטאג פעברואר 28, 2017 4:54 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: אט פון די געמיינע, סעלפיש ברואים רעדט דער פסוק...און דער געלט גייער וועם כ'האב געבעטן בתחנונים (נאכ'ן געבן איהם א שיינע נתינה) אז ער זאלל ווארטן נאך א האלבע מינוט ס'זאלל זיין מנין. אז איך זאלל קענען זאגן קדיש. און ר'האט נישט געוואלט. ווייל ער האט מורא געהאט אז ער וועט פארלירן זיין שנארן ביים נעקסטן מנין. פאר איהם האביך אויכעט מער נישט געגעבן קיין פרוטה אחת. ער האט געקענט קלאפן אין מיין פנים. איך האב איהם אינגאנצן איגנארירט...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 6:09 pm
דורך איש את רעהו
@ליטוואק יעצט זעה איך אז די התנגדות צו גיין נאך געלט שטאמט פון ערגעץ
זאג איך שוין גארנישט

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:00 pm
דורך איש את רעהו
@ליטוואק איך בלעם דיר מער נישט
כך נתגדלתם

Re: געלט גייערס ביים דאווענען

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער איז אן אונגארשיער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:33 pm
דורך איש את רעהו
נו? בודאפעסט איז אין פוילן? גאליציע?

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 13, 2017 12:43 pm
דורך ציבעלע-קיגל
און וואס איז מיט די בהמות וועלעכע גייען אינמיטן מגילה לייענען?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 15, 2017 5:04 pm
דורך שיינער
ניין, פורים איז אן אנדערע מעשה. פורים איז איבעראל איינגעפירט אז מען גייט נאך געחט.
הגם, איך, אין מיין בית המדרש גייט קיינער נישט בשעת מגילה ליינען, איך גלייב נישט אז עס איז דא פלעצער וואס יא.
אבער ילו ווען יא, וואלט איך פארשטאנען.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 15, 2017 8:42 pm
דורך מישו מאוד מעניין
איך האב איינמאל געזעהן א שיינעם צעטיל פאר משולחים.וואס אייך גדענק איז אזוי

1. ביז הודו גיי נישט נאך געלט וועגן אסאך מענטשן זענען נאכנישט דארט און מענטשן לייגן טלית און תפילין
2. פון ברוך שאמר ביז יוצר אור איז די בעסטע צייט {מציאות}
3. פון קריאת שמע ביז נאך נקדישך לוינט זיך נישט {מענטשן קענען זזיך נאר אויף רעגן}
4.שפעטער איז אויך שוין נישט אזוי גוט וועגן די עולם איז פארנומען מיט ר"ת מען יאגט זיך שוין

למעשה איך טריי צו געבן פאר יעדער שנארער און יעדע צייט וועגן צדקה איז זייער חשוב