"אפילו די גוים זענען מודה"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

"אפילו די גוים זענען מודה"

שליחה דורך העניך »

וואס גוים, ווען גוים? וואספארא מאן דאמר איז דאס "גוים" אז דו ברענגט א ראיה פון זיי?

איר האט שוין מסתמא פיל מאל געהערט דעם אויסדרוק, "אפילו די גוים זענען מודה." נו, וואס איז אז די גוים זענען מודה? זיי זענען עפעס קליגער פון אונז? האסט א קאמפלעקס מיט דיין אידישקייט ווי כאילו דער גוי איז א גרעסערער מאן דאמר ווי דו?

אזוי האב איך פריער געהאט א שמועס מיט איינעם וועגן "חכמת הפרצוף". מיין פערזענליכע מיינונג איז אז דאס איז נישט קיין חכמה און פארמאגט נישט קיין פרצוף – סתם פאנטאזיעס פון דעם טונקעלן מיטלאלטער. מיין מיטשמועסער האט געהאלטן אז דאס איז אן אמת'ע חכמה, און... "אפילו די גוים זענען מודה!"

דאס אז די גוים זענען "מודה" מאכט עס מער אמת? אויב איז עס אן אמת'ע זאך, בין איך אקעי אז נאר די אידן זאלן מודה זיין – כ'דארף נישט קיין הסכמה פון "גוים". און אויב איז עס פאלש – גיי איך פלוצלונג אנהויבן גלייבן דערין ווייל "גוים" גלייבן אויך דערין?

דער מושג פון א הסכמה פון "גוים" קען איך נישט אנדערש אנקוקן, נאר ווי א באהאלטענער קאמפלעקס וואס מענטשן האבן מיט זייער אידישקייט, עפעס ווי: 'מיר זענען דאך שטעקן מיט אונזער רעליגיע, און ממילא קענען מיר אפשר אננעמען זאכן וואס זענען נישט אינגאנצן עפ"י שכל, אבער די "גוים", זיי גלייבן דאך נישט סתם אזוי, זיי זענען שכל'דיג, און אויב זיי זענען מודה מוז דאך זיין אז יש דברים בגו.'

דא געשעט א פלא'דיגער פאראדאקס. דער טערמין "גוי", א ווארט וואס מיינט בעצם גארנישט, ווער געווענליך גענוצט אוועקצומאכן איבער 99% פון דער מענטשהייט. אבער וויבאלד מיר באנוצן זיך מיט דעם נארישן טערמין, האט זיך אנטוויקלט א לעכערליכע שעצונג פאר "גוים", אזא באהאלטענע הינטער-באוואוסטזיין גלויבונג אז "זיי" זענען מער שכל'דיג ווי אונז.

דאס אלעס פאנגט זיך אן ביי דעם אז דער גוי עקזיסטירט נישט – נישט לטוב און נישט לרע. דער האלאקאוסט איז געטון געווארן דורך די דייטשן, נישט דורך "גוים" – און דער דייטש איז נענטער צום איד, ווי דער פראנצויז איז צו דעם כינעזער. דער וויסנשאפטלער וואס באשטעטיגט א געדאנק וואס חז"ל האבן שוין געוואוסט 1,500 יאר צוריק איז אן אויטאריטעט ווייל ער איז א וויסנשאפטלער – נישט ווייל ער איז א "גוי". "אפילו די וויסנשאפטלער זענען מודה" מיינט שוין יא עפעס אין דעם קאנטעקסט.

אבער דער גוי? דער גוי איז נישט קליגער פונעם איד אין קיין שום וועג – און אויב דעם איד'ס שכל איז באגרעניצט וועגן זיין רעליגיע, זענען רוב נישט-אידן פונקט אזוי באגרעניצט. "גוים" באשטייען פון מענטשן פון כל מיני שטרעמונגען, פעלקער, קלוגע און שוטים, רייכע און ארימע, רעליגיעזע און סעקולערע, ראציאנאלע און ספיריטואלע, עולם-גולם און אויבער-חכמים, ראדיקאלן און מעסיגע. עס זענען פאראן גוים וואס זענען פרימער פון דעם פרומסטן איד, און עס קענען זיין אידן וואס זענען גרעסערע אפיקורסים פון דעם גרעסטן גויאישן אפיקורס. ביליאנען גוים גלייבן אין אבערגלויבענישן, איירעדענישן, מכשפים, מקובלים – גארנישט אנדערש פון אמונה-טפילה'דיגע אידן.

עס זענען פאראן אומצאליגע קלוגע מענטשן אויף דער וועלט – אידן ווי גוים; פאראן נארישע מענטשן ביי יעדן פאלק פון דער וועלט – אויך ביי אידן. א אידישער וויסנשאפטלער וואס באשטעטיגט עפעס פון דרכי הטבע איז חשוב'ער פון א "גוי וואס איז מודה", און ווען א גוי'אישער וויסנשאפטלער איז עפעס "מודה" איז זיין הודאה אינטערעסאנט ווייל ער איז א וויסנשאפטלער – נישט ווייל ער איז א גוי.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר