אוטיסוויל האט שוין א מקוה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אוטיסוויל האט שוין א מקוה

שליחה דורך העניך »

אוטיסוויל האט שוין א מקוה! כ'זאג אייך צו אז כ'פריי מיך מיט די חסידישע קרבנות פונעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט א "טעם פון אינדערהיים" – א טונק אין א מקוה. כ'קען מיך פארשטעלן אז די אידן דארטן בענקען זיך נאך א מקוה, און א מקוה אין תפיסה וועט זיי ברענגען א געוואלד מיט הנאה. עס קומט זיי, און איך פריי מיך מיט זיי.

און דער אמת איז אז כ'וואלט מיך מיטגעפרייט מיט דער הנאה פון רוב ארעסטאנטן אין די אמעריקאנער גולאגן, די שטראפן וואס אונזער יוסטיץ-סיסטעם טיילט צו איז רוב מאל איבערגעטריבן און לאו דווקא יושר'דיג. עס וואלט מיר אויך דערפרייט מיטצוהאלטן די שמחה פון אלע אוטיסווילער ארעסטאנטן אויב מ'וואלט זיי פארטיילט דעם לעצטן מאדעל אייפעד.

נאר עס איז א שאלה פון פריאריטעטן. א געזעלשאפט האט באגרעניצטער ענערגיע און געלט וואס מ'קען נוצן אויפצוטון פאר'ן כלל. מיט'ן אנערקענען רחמנות אויף די וואס זענען אריינגעפאלן אין די הענט פון אונזערע הארטנעקיגע טורמע-אויפזעער, טאר מען נישט פארגעסן אז די אוטיסווילער זענען אין אלגעמיין מענטשן וועלכע האבן אפגעטון מעשים אשר לא יעשו. מ'קען דעבאטירן וואספארא שטראפן זיי דארפן באקומען, אבער מ'קען נישט צווייפלען אין זייער סטאטוס ווי מענטשן וואס האבן עובר געווען אויף דינא דמלכותא און אפט מאל ערנסט חוטא געווען אויף בין אדם לחבירו.

כ'פארשטיי אז עס איז וויכטיג זיך אנצונעמען פאר די עלעמענטארע רעכטן און צרכים פון ארעסטאנטן, אבער איז טאקע אלעס אזוי בסדר ביי אונז אז עס פעלט נאך א מקוה פאר מרדכי יצחק סאמעט?

כ'פארגין עס פאר מרדכי יצחק'ן מיט'ן גאנצן הארץ – און איך מיין עס מיט אן אמת. אבער איז טאקע נישט דא בעסער וואס צו טון מיט אונזער קאלעקטיווער ענערגיע? עס זענען דא אידן צווישן אונז וואס מוטשען זיך יעדן חודש צו טרעפן דעם צוואנציגער אז דאס ווייב זאל קענען גיין אין מקוה; עס זענען דא אידן וואס האבן נישט צו באצאלן מקוה געלט, שכר לימוד, פלייש געשעפט און גראסערי.

כ'האף אז איר ערווארט נישט אז כ'זאל דא אויסרעכענען אלע פראבלעמען וואס זענען דא ביי אונז, ווייל יכלה הזמן והמה לא יכלו. יעדער ווייסט און פארשטייט, און לב יודע מרת נפשו. אבער דאס איז די תוצאה אין צעפארענע פריאריטעטן ווען עס איז נישטא קיין רעאליסטישן בליק אויף דעם מציאות. א רב קען ארבעטן יארן אויף א דיקן ספר מברר צו זיין די ברכה אויף "באמבא", און עס פאלט ניטאמאל ביי אז מ'קען אין דער צייט אקערן הלכה צו העלפן אויפבונדן עגונות פון זייערע קייטן.

די אוטיסווילער ארעסטאנטן האבן שוין א מקוה, אבער א לעזונג פאר די הונדערטער קינדערלעך, בחורים און מיידלעך, וואס האבן נישט קיין ישיבות – דאס איז נישט דא. עס זענען שוין דא מעסטערס מיט וואגן פאר כזיתים מיט רביעית'ן, פילטערס פאר די ווערים, און הכשרים אויף טישטוכער – אבער לעזונגען פאר אונזערע פראבלעמען קומען נישט אן.

:(
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר